- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט דריקט זיך אויס אויף גאָר אַנדערע אופֿנים פֿונעם אייראָפּעיִשן סטיל. די אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט דריקט זיך אויס אין פֿאַרברענגען צוזאַמען, אַרויסגיין אין די רעסטאָראַנען צוזאַמען, אַמאָל אַוועקפֿאָרן אויף וואַקאַציע צוזאַמען און אַמאָל פֿאַרבעטן ווערן אויף וועטשערע. דאָס זײַנען די "גוד טײַם פֿרענדס" (good time friends). איך ווייס, אַז מען טאָר נישט די זאַך פֿאַראַלגעמיינערין, אָבער יעדער פֿון אונדז האָט זײַנע אייגענע דערפֿאַרונגען. מאָנטיק האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, באַשטעטיקט דעם בודזשעט פֿון מלוכישער שטיצע פֿאַר די וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און וווינען הײַנט אין ישׂראל. 60 יאָר האָט געדויערט אָנצונעמען אַזאַ געזעץ. און ווי ס‘האָט באַטאָנט דער פּרעמיער "מוזן מיר פֿאַרריכטן דעם אומיושר. די ניצול געבליבענע ישׂראלים פֿאַרדינען צו האָבן אַ בכּבֿודיקע עלטער, נישט לײַדן, ווי ביז אַהער". דעם ערשטן אויגוסט 1982, מיט 25 יאָר צוריק, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי, אין פֿאַרלויף פֿון דער ערשטער לבֿנון־מלחמה, אײַנגענומען דעם פֿליפֿעלד פֿון ביירוט. איך בין דאַן געווען אַן אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע און געדענק זייער גוט די דאַטע; און איך באַטראַכט זי ווי איינע פֿון די דעצידירנדיקסטע דאַטע אין דעם וואָס עס פּאַסירט ביזן הײַנטיקן טאָג צווישן אונדז און די פּאַלעסטינער. קען זײַן, אַז וואָס איך שרײַב איצט איז אַ חכמה אחר־המעשׂה, אָבער איך האָב גוטע סיבות אַזוי צו טראַכטן. ניט געקוקט אויף די פּאָליטישע מחלוקת אין קיִעוו, זײַנען די פֿאַרגאַנגענע פּאָר יאָר געווען גוט פֿאַר אוקראַיִנע. מען זעט אַ סך נײַע הײַזער אונטער די כאַראַקטעריסטישע מאָדערנע רויטע און בלויע דעכער. די מענטשן זעען אויס גוט, און די פּרײַזן זײַנען נידעריק אין פֿאַרגלײַך מיט רוסלאַנד און אייראָפּע. די נאָסטאַלגיע נאָך דעם סאָוועטישן עבֿר גייט פּאַמעלעך אַוועק, און עס וואַקסט אונטער אַ נײַער דור, וואָס רעדט אוקראַיִניש און נישט רוסיש. ס'ווערט אַלץ שווערער און שווערער פֿאַר קליינע לשונות זיך צו ספּראַווען מיט דער קאָנקורענץ פֿון די גרויסע אין אונדזער תּקופֿה פֿון גאַלאָפּירנדיקער גלאָבאַליזאַציע. דאָ רעדט זיך ניט נאָר וועגן די ענג־פֿאַרבונדענע וועלטן פֿון מיסחר, פּראָדוקציע, פֿאַרקויף ("דיסטריבוציע") און פּראָדוקטן־פֿאָרשונג, ווען מיר באַטראַכטן בלויז "האַרטע" סחורות, נאָר אַפֿילו די וועלטן פֿון "ווייכע" סחורות, ווי אַ שטייגער צײַטונגען און ביכער, לידער, פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, אוניווערסיטעט־לימודים, בפֿרט אויף דעם גראַדויִר־ניוואָ, וווּּ עס הייבן זיך אָן די קורסן וואָס האָבן אַ קאַריערע־שײַכות. אין די פֿופֿציקער יאָרן זײַנען מיר געווען פֿינף חבֿרטעס, דרײַ אין דער בראָנקס און צוויי אין ברוקלין. מיר האָבן זיך געהאַלטן אין איינעם, נישט ווײַל מיר האָבן געפּאַסט איינע צו די אַנדערע, נאָר ווײַל מיר זײַנען געווען מלחמה־קינדער, האָבן גערעדט דאָס זעלבע לשון, פֿאַרשטאַנען זיך אויפֿן וווּנק און זיך געפֿילט פֿאַרלוירן אין דער פֿרעמדער אַמעריקע. די וועלט אַרום איז נישט געווען צו פֿרײַנדלעך, האָבן מיר זיך געכאָוועט אויף פֿילמען און טעלעוויזיע. עס האָט דעמאָלט דאָמינירט אַ חבֿרה יונגוואַרג אויפֿן האַליוווּדער עקראַן, צווישן זיי מיקי רוני און דזשודי גאַרלאַנד, עליזאַבעט טיילאָר און דזשיין פּאַועל. אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער מלחמה אין איראַק; דער פּאַלעסטינער צווישנקריגערײַ פֿאַר דער מאַכט; די איראַנישע פֿיפֿיקע טריקס בײַם געווינען צײַט פֿאַר זייער וואָפֿן־פּראָגראַם; דער סירישער אומבאַהאָלפֿענער שפּיל צווישן מערבֿ און איראַן און נאָך צענדליקער אַנדערע סכּנותדיקע פֿאַקטאָרן פֿון הײַנטיקן פּאָליטישן סדר־היום, ליגט פּאַקיסטאַן מיט זײַן פּעקל פּראָבלעמען דערווײַל אָפּגערוקט אין אַ זײַט, מיטן שטעמפּל "נישט פֿון די ברענענדיקע". עס רעדט זיך דאָ נישט, ווי דער לייענער קאָן מיינען, וועגן דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. די זיכערהייט פֿון דער מדינה איז טאַקע באַדראָט, די גאַנצע 59 יאָר זינט איר אויפֿקום, אָבער נישט איר עצם עקזיסטענץ — אויף יעדן פֿאַל נישט איצט, כּל-זמן דער מאָדערנער המן־הרשע, דער אכמעדינעדזשאַד, איז נאָך נישט פֿאַרטיק מיט זײַן אַטאָמישער באָמבע. דאָ רעדט זיך וועגן דער מלחמה, וואָס דער פּרעמיער-מיניסטער, אהוד אָלמערט, בעת אַ וויזיט אין פּוילן מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט פֿינעף טעג אין וואַרשע. דאָס מזל האָט מיר צוגעשפּילט, ווײַל פּונקט אין יענעם סוף־וואָך האָט מען אין דער אָרטיקער "נאָזשיק־שיל" געפּראַוועט אַ בר־מיצווה, דאָס געבן אַ נאָמען אַ מיידעלע, און צוויי חתונות! אַז איינער איז רײַך און האָט אַ גרינג לעבן, זאָגט מען אויף אים: ער לעבט ווי גאָט אין פֿראַנקרײַך. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס לעבן אין הימל איז גאַנץ גוט, אָבער אין פֿראַנקרײַך — נאָך בעסער. שוין הונדערטער יאָרן איז דער פֿראַנצויזישער לעבנס־שטייגער באַרימט ווי אַ שיינער און אַ באַקוועמער, ספּעציעל, אין פֿאַרגלײַך מיט די קאַלטע פּראָטעסטאַנטישע לענדער — דײַטשלאַנד, ענגלאַנד און אַמעריקע, למשל. דער וועג פֿון קאָנפֿראָנטאַציע מיטן מערבֿ, וואָס רוסלאַנד איז לעצטנס אַרויף אויף אים, ווערט שטאָציקער. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך עס בולט אַרויסגעוויזן דורך עטלעכע זאַכן: פּוטינס דערקלערונג, אַז רוסלאַנד גייט אַרויס פֿונעם "אָפּמאַך וועגן אָרדינערע וואָפֿנס"; דער סיכסוך מיט ענגלאַנד צוליב לוגאָוואָי, וואָס לאָנדאָן באַשולדיקט אים אין דערמאָרדן דעם רוסיש־ענגלישן בירגער ליטווינענקאָ; די פֿראַגע, וויפֿל עס דאַרף באַצאָלט ווערן פֿאַרן כאַפּן בין לאַדען, איז שוין געלייזט געוואָרן: 50 מיליאָן דאָלאַר — דער פּרײַז, וואָס די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט אויסגעטיילט פֿאַר זײַן קאָפּ. די לעצטע געשעענישן אין ענגלאַנד איבערצײַגן אונדז, אַז אין וואַשינגטאָן האָט מען זיך טועה געווען: דער ראָש פֿון "אַל־קײַדאַ" האָט נישט די ווערט פֿון אַזאַ סומע געלט. נישט דערפֿאַר, ווײַל ער איז אַלט און קראַנק, און איז אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון אַפֿגאַניסטאַן. |