פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צווישן די וויכטיקסטע היסטאָרישע דאַטעס, וואָס זענען אָפּגעמערקט געוואָרן במשך פֿון דעם נאָר וואָס פֿאַרגאַנגענעם יאָר, איז געווען די דאַטע פֿון 60 יאָר זינט "יציאת אירופּה תש"ז" — "עקסאָדוס 1947", ווען די שיף “פּרעזידענט וואַרפֿילד", מיט 4,500 מעפּילים — אומלעגאַלע עולים — האָט פֿאַרלאָזט דעם קליינעם פֿראַנ­צויזישן פּאָרט סעט אויפֿן וועג צו די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל. צוזאַמען מיט זיי איז אויך געווען אַ קליינע צאָל שליחים פֿון דער "הגנה", וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיט דעם העראָיִשן קאַמף קעגן דער שטאַרק־באַוואָפֿנטער בריטישער מאַכט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס זײַנען פֿאַראַן צוויי צוגאַנגען צום תּנ״ך: איינער איז אַ קריטישער, וואָס שרעקט זיך ניט צו אָנערקענען, אַז גאָר ניט אַלץ לייגט זיך אויפֿן שׂכל, צי ס׳קלעפּט זיך אין דעם הייליקן טעקסט. דער צווייטער צוגאַנג איז אַן אָרטאָדאָקסישער, רעליגיעזער, וואָס געפֿינט תּמיד אַן אופֿן צו באַרעכטיקן יעדעס וואָרט.

אַזוי איז עס איצט מיט איראַק. נאָר אַ מין רעליגיעזער צוגאַנג — איך גלייב און שוין! — קען באַרעכטיקן די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע, וואָס קאָסט אָפּ אַזוי טײַער אין מענטשלעכע לעבנס, ווי אויך פֿינאַנציעל און פּאָליטיש.

פּאָליטיק, געשיכטע
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳איז גוט באַוווּסט, אַז די אינדוסט­ריעלע רעוואָלוציע האָט פֿון סוף 18סטן יאָרהונדערט, קודם-כּל אַרומגעכאַפּט גרויס-בריטאַניע און שוין שפּעטער זיך פֿאַר­שפּרייט אין אַ צאָל אַנדערע לענדער. די פֿראַגע בלײַבט אָבער ניט אין גאַנצן פֿאַר­ענטפֿערט: פֿאַר וואָס דווקא די ברי­טישע האָבן זיך אַזוי אויסגעפֿײַנט אין דעם דאָזיקן וויכטיקן פּראָצעס, וואָס האָט אויסגעפֿורעמט די מערבֿדיקע ציווי­ליזאַציע. אויף דעם פּרוּווט ענטפֿערן דער היסטאָריקער גרעגאָרי קלאַרק אין זײַן בוך A Farewell to Alms, "אַ געזעגענונג מיט נדבֿות".

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף אונדז ייִדן רוקט זיך אָן אַ נײַ יאָר. עס ציטערן און טרעשטשען די ווענט פֿון בית־דין־של־מעלה. עס ווערט דאָרט פֿאַרחתמעט און פֿאַרזיגלט אַ יעדן ייִדנס גורל, ווער צום לעבן, ווער חלילה צום טויט, ווער צו גוטס און ווער צו שלעכטס, ווער צום לײַדן און ווער צו וווילזײַן, ווער צו געזונט און ווער צום קרענקען. ציטערט אויף די ייִדן די הויט ימים־נוראָים־צײַט. איין קלייניקייט, זייער לעבן שטייט אין קאָן — זייער גורל איז אײַנגעשטעלט. זיי גלייבן באמונה־שלמה אַז זייער לעבן אין די טעג פֿון ראָש־השנה ביז יום־כּיפּור איז אײַנגעשטעלט.

פּובליציסטיק, קולטור

אין 1935 האָט ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, דער אָנפֿירער פֿונעם ווילנער ייִוואָ געדרוקט זײַן וויכטיק ווערק "דער וועג צו אונדזער יוגנט", נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין יעיל־אוניווערסיטעט אין אַמעריקע און דאָרטן שטודירט מיט פּסיכאָלאָגן און אַנדערע וויסנשאַפֿטלער. ווי אַזוי צוצוציִען דעם אויפֿמערק פֿון דער יוגנט, בכלל און דער ייִדישער יוגנט בפֿרט, איז אַן אַלטע פּראָבלעם, וואָס בײַט זיך פֿון דור צו דור.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, מיט 14 יאָר צוריק, זענען אונטערגעשריבן געוואָרן די אָסלאָ־אָפּמאַכן. אין מײַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון 20סטן יולי, הײַיאָר, האָב איך באַשריבן די טעג פֿון דערהייבונג, וואָס האָבן עקזיסטירט אין ישׂראל נאָכן אונטערשרײַבן די אָפּמאַכן. די דאָזיקע טעג פֿון דערהייבונג האָבן געדויערט איבער דרײַ חדשים, ביז ראַבין, פּערעס און אַראַפֿאַט האָבן באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז; דאַן האָט זיך די שׂימחה געענדיקט,

פּאָליטיק, ביאָגראַפֿיעס
י.—נ. שטיינבערג ווי יוסטיץ-קאָמיסאַר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד

די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז געווען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די לינקע באַוועגונגען — בפֿרט מיט דער מעכטיקער ייִדישער סאָציאָל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, "בונד", ווי אויך מיט די סאָוועטישע און מערבֿדיקע קאָמוניסטן. הגם די בונדיסטן און קאָמוניסטן זענען טאַקע געווען די גרעסטע און מעכטיקסטע ייִדישע פּראָגרעסיווע באַוועגונגען,

פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך מיט אַ 100 יאָר צוריק האָבן די אייראָפּעער געלעבט מיט 30 יאָר ווינציקער אין פֿאַרגלײַך מיט הײַנט. דער דורכשניטלעכער לעבנסדויער אין דײַטשלאַנד, צום בײַשפּיל, דאָס מערסטנס באַפֿעלקערטע לאַנד אין אייראָפּע, איז 82.1 יאָר בײַ די פֿרויען, און 76.6 — בײַ די מענער. וואָס שייך די איבעריקע לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, איז אין די "אַלטע" לענדער, דער דורכשניטלעכער לעבנסדויער באַגרענעצט מיט 76 יאָר, און אין די "נײַע" — די לענדער פֿון מיזרח־אייראָפּע און באַלטיק — מיט 74 יאָר.

‫פֿון רעדאַקציע

די פּאָליטישע אַקטיוויטעטן די פֿאַר­גאַנגענע וואָך האָבן זיך פֿאַרשפּיצט אויף צוויי אָנגייענדיקע וועלט־פּראָבלעמען: די לאַנגדויערנדיקע פֿאַרהאַנדלונגען מיט צפֿון־קאָרעע וועגן איר נוקלעאַרן אַרסענאַל און איראַק. די ערשטע פֿון זיי קומט, זעט אויס, צו אַ געוווּנטשענעם רעזולטאַט: פּכעניאַן איז מסכּים צוצושטעלן די פֿולע רשימה פֿון אירע נוקלעאַרע פּראָצעסן און שליסן די אַרבעט אין דעם געביט ביז סוף יאָר.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער קאַסאַמען-טעראָר פֿון דעם איסלאַ­מישן דזשיהאַד האָט ווידער באַנײַט דאָס אָנוואַרפֿן אַ פּחד אויף דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל, מיטן דערעפֿענען דאָס נײַע שול־יאָר און מיטן באַנײַען די פּרוּוון צו דערגרייכן אַ שלום מיט אונדזערע שכנים, אויב ווער עס איז נאָך גרייט הײַנט אַזוינס צו דעוואַרטן.

לכתּחילה האָט עס הײַנטיקע וואָך אויס­געזען, אַז דאָס נײַע שול־יאָר האָט צום ערשטן מאָל נאָך אַ סך יאָרן זיך געעפֿנט פֿריד­לעך,

פּובליציסטיק
חיים מלמד און פֿייגל אינפֿעלד דערציילן וועגן זייערע ביטערע איבערלעבונגען בעתן חורבן — אַ זעלטענע געלעגנהייט דאָס אַרומצורעדן אויף זייער מאַמע־לשין; אויף דער

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז געווען אַ גליקלעכע פֿאַר חיים מלמד, אַ ייִדישער אײַנוווינער פֿון סאַוואַנע, דזשאָרדזשיע.

יאָרן לאַנג האָט חיים, אַ הויכער, ברייט־פּלייציקער לעבן־געבליבענער פֿון דער לאָדזשער געטאָ און אוישוויץ, זיך געחידושט, ווער איז זי, די פֿייגעלע אינפֿעלד, די מחברטע פֿון אַ ייִדיש וויגליד, "צו מײַן מיידעלע", וואָס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם מעלדונג־בלאַט פֿון דער חורבן־אָרגאַניזאַציע, "נאַציאָנאַלער פֿאַרבאַנד פֿון די לעבן־געבליבענע קינדער" (באַקאַנט ווי NAHOS) אין 1994.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פּונקט מיט צען יאָר צוריק האָבן מיר — מײַן ווײַב, איך און אונדזער זון — זיך אומגעקערט פֿון דרום-פֿראַנקרײַך. אין יענע יאָרן בין איך נאָך געווען גרייט צו פֿירן אַן אויטאָ עטלעכע טעג נאָכאַנאַנד, און מיר פֿלעגן זיך פֿון צײַט צו צײַט לאָזן אין ווײַטע נסיעות איבער גרויס-בריטאַניע און קאָנטינענטאַלער אייראָפּע. איצט פֿויל איך זיך צו טאָן אַזעלכע זאַכן;