- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין מאָסקווע אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס. בײַ אַן אָנדענק־שטיין, אַנטקעגן דער טרויעריק־באַרימטער לוביאַנקע, וווּ עס געפֿינט זיך ביז הײַנט דער צענטער פֿון דער רוסלענדישער זיכערהייט־אַגענץ, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מיטינג, וווּ מע האָט געלייענט אויף אַ קול די רשימות פֿון די דערשאָסענע סאָוועטישע בירגער. פֿון 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 10 אַ זייגער בײַ נאַכט האָבן די מיטגלידער פֿון דער אָנדענק־אָרגאַניזאַציע "מעמאָריאַל" אָנגערופֿן די נעמען פֿון די קרבנות, זייער עלטער, פֿאַך און די דאַטע פֿונעם מאָרד. אין אַ ליכטיקן קלאַסצימער, באַצירט מיט גרויסע ייִדישע אותיות און פֿאַרביקע בילדער, האָט אַ יונגע לערערין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, געקנעלט די פּרשה "לך לך" מיט די איבער צוואָנציק תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס, אַלע אָנגעטאָן אין ליכטיק בלאָע בלוזקעס און טונקל בלאָע קליידלעך. אויף ייִדיש האָט זי געפֿרעגט: "ויאמר — ווער ווייסט די טײַטש פֿון וואָרט — ויאמר?" מיט אימפּעט האָבן די הענט פֿון כּמעט אַלע מיידלעך אויפֿגעשפּרונגען. לעצטנס, האָט די "Associated Press" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ טשיקאַווע שטיקל נײַעס אין 250 נײַעס־אַגענטורן און פּרעסע־אַגענצן איבער דער וועלט. נעמלעך, אַז ס'האָט זיך אָפּגעזוכט אַן אַלבאָם מיט קונסט־בילדער, געמאָלן אין דאַכאַו־קאָנצענטראַציע־לאַגער אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. באַלד האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט זשורנאַליסטן פֿון איבער דער וועלט, געוואָלט וויסן אַלע פּרטים. דער מענטש, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן אויסגעפֿינס, איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַן זון אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן, וועלכער האָט זיך מיט מיר אַוועקגעזעצט אין מיטן פֿילמירן דעם דאָקומענטאַרן־פֿילם, וואָס האָט אַ שײַכות צום אַלבאָם, און מיר אויסדערציילט די אינטערעסאַנטע געשיכטע וואָס שטעקט הינטער דעם. איינע פֿון די האַרבסטע קאָשמאַרן, פֿון וועלכע עס לײַדן די באַזיצערס פֿון קאָמפּיוטערס, איז די שרעק פֿאַר אַ "ווירוס". נישט קיין ביאָלאָגישן (וואָס איז אויך נישט קיין קליינער שעדיקער פֿון דעם מענטשלעכן געזונט), נאָר פֿאַר דעם "טעכנאָלאָגישן" מזיק, וואָס כאַפּט זיך אַרײַן פּלוצעם און אומדערוואַרט, אַזוי ווי יענער ווירוס, אין די אינערלעכע געוויידן פֿון דעם מכשיר און מאַכט אָפֿטמאָל דאָרט אַ תּל פֿון זײַן גאַנצן אינהאַלט און פֿון דײַן גאַנצער מי. יעדעס יאָר אין אָקטאָבער רופֿט מען אָן די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן, בפֿרט אין דרײַ וויסנשאַפֿטלעכע געביטן: מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע, פֿיזיק און כעמיע. די אָפֿיציעלע באַלוינונג-צערעמאָניע קומט פֿאָר שפּעטער, דעם 10טן דעצעמבער. די פּרעמיע אין מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע וועלן הײַיאָר באַקומען מאַריִאָ ר' קאַפּעקקי (פֿאַראייניקטע שטאַטן), מאַרטין דזש' עוואַנס (גרויס-בריטאַניע), און אָליווער סמיטיס (פֿאַראייניקטע שטאַטן), פֿאַרן "אַנטדעקן די פּרינציפּן, ווי אַזוי אַרײַנצופֿירן ספּעציפֿישע מאָדיפֿיקאַציעס אינעם גענאָם פֿון מײַז, אויסנוצנדיק עמבריאָנאַלע שטאַם־קעמערלעך". מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז דערשינען אין דער ישׂראל־פּרעסע, מיט גרויסע קידוש־לבֿנה־אותיות די בשׂורה, אַז סוף־כּל־סוף, איז דערגרייכט געוואָרן אַ הסכּם מיטן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס שייך דער קיצבֿה — דער רעגולערער געלט־שטיצע, וואָס די רעגירונג טיילט אויס צו די "ניצולי־השואה" — די לעבן־געבליבענע ייִדן פֿון חורבן, וועלכע וווינען אין ישׂראל. ווען מיר נעמען זיך רעדן וועגן “נאַציאָנאַליזם" טוען מיר פּונקט דאָס זעלביקע ווי ס'האָבן געטאָן אונדזערע פֿאָרגייער (קאַרל דויטש, פֿלאָריאַן זנאַניעצקי, אלי קאַדורי, מיראָסלאַוו הראָף און אַנדערע פֿאָרשער, אַגבֿ, ס'רובֿ פֿון זיי ייִדן וועלכע זענען לכתּחילה געקומען פֿון דער עסטרײַך־אונגאַרישער מאָנאַרכיע) און דערפֿאַר (?) זענען מיר אַזוי גרייט צו באַטראַכטן צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע ווי דער מקור פֿון אונדזערע טעאָריעס, באַווײַזן און אויספֿירן וועגן נאַציאָנאַליזם. נאַציאָנאַליזם געפֿינט מען שוין אין אַלע וועלט־טיילן, ווי ס'איז באמת קלאָר געוואָרן ערשט, ווען די פֿריִערדיקע אַפֿריקאַנער קאָלאָניעס האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָלאָניאַלער הערשאַפֿט (בעת די 60ער יאָרן און נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד). דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק זײַנען אין פּוילן דורכגעגאַנגען די אויסעראָרדנטלעכע וואַלן אין פּאַרלאַמענט. די פֿירנדיקע פּאַרטיי פֿון די ברידער קאַטשינסקי "געזעץ און גערעכטיקייט" האָבן די וואַלן פֿאַרשפּילט, און צו דער מאַכט איז געקומען די רעכטליבעראַלער פּאַרטיי "בירגערלעכע פּלאַטפֿאָרם", אין שפּיץ מיט דאָנאַלד טוסק... דעם 26סטן אָקטאָבער 1994, מיט 13 יאָר צוריק, איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראל־יאָרדאַישער שלום־אָפּמאַך. דעם ענדגילטיקן שטויס אונטערצושרײַבן דעם שלום האָבן געגעבן די אָסלאָ־אָפּמאַכן, וואָס זענען אונטערגעשריבן געוואָרן דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. גלײַך אויף מאָרגן, דעם 14טן סעפּטעמבער, איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן דער "בשותּפֿותדיקער ישׂראל־יאָרדאַנישער טאָג־אָרדענונג" וועגן אַ שלום צווישן ישׂראל און יאָרדאַניע. דאָס וואָרט "קרעמל" האָט פֿאַרשאַפֿן אַ היפּש ביסל עגמת-נפֿש די ייִדישע שפּראַך-פּלאַנירער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿון איין זײַט, איז "קרעמל" — אַ געשעפֿטל, אַ קלייטל, אַן אָרט, וווּ מע קען קויפֿן נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל זאַכן. פֿון אַן אַנדער זײַט, מיינט "קרעמל" אויך דאָס צענטראַלע אָרט אין מאָסקווע, וואָס מע רופֿט אויף אַנדערע לשונות Кремль אָדער Kremlin. אין די לעצטע יאָרן איז מיר אַ פּאָר מאָל אויסגעקומען זיך צו באַטייליקן אין אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אין מאָסקווע. האָב איך דאָרטן באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַ באַיאָרנטער מענטש טרעט אַרויס מיט אַ רעפֿעראַט אויף אַ ייִדישער טעמע, אָבער קיין שפּראַך, אַ חוץ רוסיש, באַהערשט דער רעדנער ניט. ווי אַ פּועל-יוצא, שאַפֿט זיך אַ מאָדנע וויסנשאַפֿט, דהײַנו: אַ וויסנשאַפֿט, וואָס ווערט באַזירט ניט אויף דעם, וואָס מע מוז איבערלייענען, נאָר אויף דעם, נעבעך, וואָס דער דאָזיקער יחיד איז ביכולת איבערצולייענען. יעדע ביבליאָטעק פֿאַרמאָגט אַ רעפֿערענץ־ביבליאָטעקער, אָדער ביבליאָטעקערין, וואָס העלפֿט אַרויס מענטשן מיט אָנווײַזונגען וווּ זיי קענען געפֿינען דאָס וואָס זיי זוכן. נו, נאָכן איבערלייענען די קלאָץ־קשיות וואָס דערשײַנען אויף די אינטערנעץ־כוואַליעס, סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף ייִדיש, האָב איך זיך דערטראַכט אַז מיר פֿאַרמאָגן נישט הײַנט קיין רעפֿערענץ־ביבליאָטעקערס. אַמאָל האָט דער ייִדישער לערער־סעמינאַר פֿאַרמאָגט אסתּר פּינסאָנען, דער ייִוואָ — דינה אַבראַמאָוויטשן, וועמענס מוח איז געווען שנעלער ווי דער הײַנטיקער קאָמפּיוטער. |