- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט איבער אַ חודש צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער, האָט ישׂראל געפֿײַערט 60 יאָר זינט די "יו־ען" האָט באַשלאָסן צו רעקאָמענדירן צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל. איך פּערזענלעך בין אין יענעם טאָג געפֿאָרן מיט מײַן פֿרוי פֿרידע פֿון מינכן, די אַמעריקאַנער אָקופּאַציע־זאָנע אין דײַטשלאַנד, קיין בערגען־בעלזען, אין דער ענגלישער זאָנע; ווי אומלעגאַלע עמיגראַנטן זײַנען מיר געווען אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל. (ערשטער אַרטיקל) מיר ייִדן, האָבן זיך שטאַרק פֿאַרשולדיקט קעגן זיך אַליין. מילא, די וועלט האָט אונדז נישט געשאַנעוועט, דערלאַנגט די אמתע זבענקעס איבערן קאָפּ, האָבן מיר געטראַכט, אפֿשר, ווען מען זאָל זײַן אַ ייִד אין הויז און אַ מענטש אין גאַס, וואָלט אונדז געהאָלפֿן נושׂא־חן זײַן מיט חניפֿה בײַ די גויים. מיטן מענטש אין גאַס איז אונדז גרינגער אָנגעקומען, נאָר מיטן ייִד אין הויז, זעט איר, איז פֿאַר אונדז געווען דער אמתער נסיון. דער ייִד אין הויז האָט גענומען פֿון זיך אַראָפּוואַרפֿן אַלערליי אַחריותן צו ייִדישקייט, אַ גאַנצן באַגאַזש פֿון שפּראַך און טראַדיציע, מינהגים און ריטואַלן, געשיכטלעכע אָנגעהעריקייטן און קולטורעלער צוגעבונדקייט. לעצטנס זײַנען אין אוזבעקיסטאַן פֿאָרגעקומען די פּרעזידענט־וואַלן, וווּ ס׳איז ווידער אויסגעוויילט געוואָרן דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט איסלאַם קאַרימאָוו. צו דער מאַכט איז ער געקומען מיט 18 יאָר צוריק, ווען אוזבעקיסטאַן איז נאָך געווען אַ טייל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אוזבעקיסטאַן איז הײַנט אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, וואָס איר פֿירערשאַפֿט — פּרעזידענט קאַרימאָוו און זײַן קליקע — האָבן פֿאַרכאַפּט די גאַנצע מאַכט. פּונקט ווי צוויי אַנדערע אַזיאַטישע לענדער, טאַדזשיקיסטאַן און טורקמעניסטאַן, איז אוזבעקיסטאַן הײַנט אַ געשלאָסן לאַנד, וווּ אַפֿילו די אינטערנעץ געפֿינט זיך אונטער אַ שטרענגן קאָנטראָל פֿון די זיכערהייט־כּוחות. פּרוּווט אומיסטן אַרײַנצוגיין דורכן GOOGLE אין "אוזבעקיסטאַן", אָדער "איסלאַם קאַרימאָוו", וועט איר גיך פֿאַרשטיין, אַז יעדע נעגאַטיווע אינפֿאָרמאַציע וועגן די צוויי "אָביעקטן" איז פֿאַרבלאָקירט. אין די קרובֿ זעכציק יאָר פֿון איר מלוכישער עקזיסטענץ איז דאָס וואַרטן און אויסוואַרטן געוואָרן איינער פֿון די כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿון דעם ישׂראלדיקן שטייגער. אָנהייבנדיק פֿון דעם אייביקן ביאת-המשיח — ביז צום קורצווײַליקן וויזיט פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש און דערנאָך אויף ווינאָגראַדן — דעם פּרעזידענט פֿון דער קאָמיסיע וואָס פֿאָרשט די דורכפֿאַלן פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, דעם ריכטער ד"ר אליהו ווינאָגראָד: ווער עס וואַרט אויף משיחן, ווער אויף דעם שלום, מען וואַרט אויף דער באַפֿרײַונג פֿון די דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן; מע וואַרט, אַז די מנהיגים זאָלן פֿאַרווירקלעכן זייערע צוזאָגענישן, מיט וועלכע זיי זענען געקומען צו דער מאַכט, און ווער עס וואַרט אויף סתּם אַ נס (כאָטש מען זאָגט, אַז אַלע נסים האָבן זיך שוין בײַ אונדז אויסגעלאָזט). איך בין ערשט צוריקגעקומען פֿונעם Museum of Jewish Heritage (מוזיי פֿון ייִדיש־גײַסטיקער ירושה). אַהין אָנצוקומען איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג. ס׳איז אין די אויסרײַסענישן פֿון דרום־מאַנהעטן, וואָס מען רופֿט "באַטערי־סיטי", בײַם ברעג פֿון האָדסאָן־טײַך; ממש בײַם שפּיץ ברעג, וווּ מען זעט די באַרימטע פֿרײַהייט־סטאַטוע. דאָרט האָט מען אויסגעבויט אַ גאַנצע שטאָט מיט וואָלקנקראַצער און גאַסן. דאָרט קאָן מען שוין נישט געפֿינען קיין אָרט וווּ אַוועקצושטעלן דעם אויטאָ. דאָרט רוכעוועט זיך מיט אויטאָבוסן און מיט פֿאַרקער־ליכט וואָס בײַטן זיך אַזוי פּאַוואָליע, אַז מ׳קאָן דערווײַל כאַפּן פֿיש אין האָדסאָן־טײַך. איז וווּ האַלטן מיר? יאָ, איך האָב געלייענט אַז מ׳גייט אינעם מוזיי שטעלן אַ פּיעסע וואָס רופֿט זיך "דער וויכּוח", אונטער דער פּען פֿון דוד ברענדײַס און יוסף טאַלושקין, באַזירט אויפֿן פֿילם "דער וויכּוח". האָב איך דאָך פֿאַרשטאַנען דערפֿון, אַז מען גייט דאָ אויפֿפֿירן חיים גראַדעס "מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער". מיט אַריבער צוועלף יאָר צוריק האָבן מיר געקויפֿט אַ הויז אין אָקספֿאָרד, וווּ זינט יענער צײַט געפֿינט זיך דער צענטער פֿון אונדזער משפּחה-לעבן. אין דעם גאָרטן, וואָס איז אויך אַ מין סאָד, האָבן די פֿריִערידע בעלי-הבתּים איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ סך רויזן-קוסטעס און דרײַ עפּלביימער. הגם פֿון מײַן מאַמעס צד שטאַם איך פֿון ייִדישע פּויערים, שטאַרקער זײַנען אין מיר, אַ פּנים, דווקא די שטעטלדיקע וואָרצלען, וואָס זײַנען פֿונעם טאַטנס צד — פֿון די קירזשנער אין קראַסילאָוו, ניט ווײַט פֿון פּראָסקוראָוו. אמת, אַפֿילו מײַן דאָרפֿישער זיידע איז געווען מער אַ סטאָליער ווי אַ פּויער. הקיצור, סײַ די הענט ליגן מיר ניט צו גערטנערײַ, סײַ איך האָב עס ליב נאָר פֿון דער ווײַטנס. דער מאַכט־פּאַראַד אין רוסלאַנד גייט אָן ווײַטער, נאָך איידער ס‘איז געקומען דער טאָג פֿון די וואַלן. ווי באַוווּסט, האָט דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, מיט צוויי וואָכן צוריק אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן "יורש" — דמיטרי מעדוועדיעוו; בײַ זײַן ערשטן אויפֿטריט האָט דער "גרינער" יורש באַלד אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿונעם פּרעמיער, מיט וועלכן ער וואָלט געוואָלט אַרבעטן — וולאַדימיר פּוטין. נאָך דער יום־כּיפּור מלחמה, מיט איבער 34 יאָר צוריק, איז געשאַפֿן געוואָרן די אַגראַנאַט־קאָמיסיע, אויסצופֿאָרשן די דורכפֿאַלן פֿון דער מלחמה. אינעם באַריכט, וואָס די קאָמיסיע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, האָט זי אַרויפֿגעלייגט די הויפּט־שולד פֿאַר די דורכפֿאַלן אויפֿן קאָמאַנדיר פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, גענעראַל דוד אלעזר, און אויפֿן הויפּט פֿון דער אַרמיי אויסשפּירונגס־דינסט, גענעראַל אלי זעיראַ. מע פֿײַערט איצט 40 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער באַוועגונג פֿאַר סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. ס׳איז צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער דאַטע, אַז מע האָט פֿון די סאָוועטישע אַרכיוון אָקערשט אויסגעגראָבן אַן אינטערעסאַנטע סטאַטיסטיק מכּוח די ערשטע יאָרן פֿון דער עמיגראַציע. אין די 1960ער יאָרן איז די ייִדישע עמיגראַציע נאָך געווען אַ גאַנץ עקזאָטישע זאַך. די רייד איז געגאַנגען וועגן הונדערטער פֿאַלן, ווען די מלוכה האָט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. טובֿיה טענענבוים איז אַ נאָמען אין דער וועלט פֿון עקספּערימענטאַלן און פּראָוואָקאַטיוון אַנגלאָ־ייִדישן טעאַטער סײַ אין ניו־יאָרק און סײַ אין אייראָפּע. זײַן פֿירמע הייסט "דהע דזשויִש טיִעיטער אָוו ניו־יאָרק", אָדער "טעאַטער־מאַניע". ער איז סײַ דער דראַמאַטורג און סײַ דער פּראָדוצענט פֿון זײַנע פֿילצאָליקע פּיעסעס. איך געדענק, מיט יאָרן צוריק, האָב איך געזען אַ פּיעסע וואָס טובֿיה האָט אָנגעשריבן און געשטעלט ערגעץ אין אַ טעאַטער אין ניו־יאָרק. געהייסן האָט יענע פֿאָרשטעלונג "On Wings of Eagles" (אויף פֿליגל פֿון אָדלערס). דער סוזשעט איז געווען ייִדן—אַראַבער; אַ ליבע צווישן צוויי יונגע מענטשן — אַ פּאַלעסטינער אַראַבקע און אַ ישׂראלדיקער סאָלדאַט. דעם 2טן און 3טן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען אין אוניווערסיטעט פֿון מערילענד אין קאָלעדזש-פּאַרק אַ קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע "שפּראַכן בײַ ייִדן אין אַ גלאָבאַליזירטער וועלט", אונטער דער פֿעיִקער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ מרים אײַזיקס, די דאָרטיקע פּראָפֿעסאָרשע פֿון ייִדיש. אַזוי ווי אַני-הקטן בין געווען צווישן די רעדנערס, קען דער דאָזיקער באַריכט ניט זײַן גאַנץ אָביעקטיוו, אָבער ער מעג נאָך אַלץ עפּעס לאָזן פֿונעם טעם פֿון דער קאָנפֿערענץ, דעם מין פֿראַגעס וואָס מע האָט באַהאַנדלט, און די לעבעדיקע דיסקוסיעס, וואָס האָבן לאַנג געדויערט נאָך יעדער סעסיע. ס׳איז נישט קיין סוד, אַז צו זײַן אַ לערער איז אַ בכּבֿודיקע מלאָכה, אָבער קיין גרויסע פֿאַרדינסטן ברעגט עס נישט. לערערײַ איז אין אַלע צײַטן געווען אַ ביטער שטיקל ברויט, הגם דער לערער גופֿא האָט זיך זעלטן ווען געקלאָגט. נישט אומזיסט פֿלעגט מען זאָגן: יעדער מלמד איז אַ שטיק שלימזל. וועט איר זאָגן: אַזוי איז געווען אַמאָל. אין גלות. דער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל — סײַ פֿון די לערער אין די שולן און סײַ פֿון די פּראָפֿעסאָרן אין די אוניווערסיטעטן — איז בפֿירוש אַ באַווײַז, אַז וואָס שייך לערערײַ, איז דער מצבֿ פֿון די מאָדערנע מלמדים ווײַט נישט קיין פֿויגלדיקער. |