- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף 18טן יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן אַ פּראָצעס, וועלכער האָט אויפֿגערודערט די גאַנצע וועלט: אויף אַ סך טעקסטילע פֿאַרבריקן, וווּ די אַרבעטער פֿלעגן אַליין דרייען די ווערקשטעלן, שפּינענדיק די פֿעדעם און וועבנדיק די שניט-סחורה, האָט מען אויפֿגעשטעלט די דאַמף-מאַשינען, וועלכע האָבן דערמעגלעכט אויסצופֿירן די אַרבעט אָן דעם מענטשלעכן כּוח. אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט זענען מעכאַניזירט געוואָרן אַ סך אַנדערע פּראָדוציר-פּראָצעסן. ווי באַקאַנט, האָט דער פּאַלעסטינער טעראָר זיך אָנגעהויבן אויף מאָרגן נאָכן באַשלוס פֿון דער "יו־ען", דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, און אין די 1950ער יאָרן האָט ער געבראַכט צו דער סיני־מלחמה. דער טעראָר האָט זיך געשטאַרקט נאָך מער נאָך ישׂראלס גרויסן נצחון אין דער זעקס־טאָגיקע מלחמה. דאַן האָבן זיך אָנגעהויבן די פֿאַרכאַפּענישן פֿון עראָפּלאַנען און טעראָר־אַקטן קעגן די ישׂראלים אין אויסלאַנד; אַרײַנדרינגונגען אין ישׂראל פֿון די פּליטים־לאַגערן אין יאָרדאַניע און טעראָר־אַקטיוויטעטן פֿון לאָקאַלע פּאַלעסטינער אין די אָקופּירטע שטחים — דעמאָנסטראַציעס, שטרײַקן און ברוטאַלע טומלען. די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור איז אַן אייגנאַרטיקער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור, וואָס בלײַבט עד–היום ניט דערשאַצט און ניט דערפֿאָרשט ווי עס פּאַסט צו זײַן. בלויז עטלעכע אַספּעקטן און זשאַנערס, אַזעלכע ווי מאָדערניסטישע פּאָעזיע פֿון פֿאַרשידענע שטרעמונגען, האָט באַקומען אַ געוויסע קריטישע אָפּשאַצונג מצד די מאָדערנע פֿאָרשער. די גאַנצע פּראָזע שטייט אין שאָטן פֿון יצחק באַשעוויסן, וועלכער האָט ניט געהאַלטן פֿון זײַנע אַמעריקאַנער קאָלעגעס.
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים
בײַ מיר אין קעשענע, אָדער פּינקטלעכער, אין דעם זכּרון פֿון מײַן קאָמפּיוטער, ליגט שוין אַ בילעט אויף אַן עראָפּלאַן, וואָס פֿליט פֿון לאָנדאָן קיין קיִעוו. דעם 22סטן און 23סטן יאַנואַר וועט דאָרטן דורכגיין אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער "קולטור-ליגע". איך האָף, אַז די קאָנפֿערענץ וועט טאַקע מקוים ווערן, ווײַל מע אָרגאַניזירט זי זייער אידאָסינקראַטיש. ס׳איז ווי אַ מין מיראַזש — אָט באַווײַזט זיך עס, און אָט ווערט עס שוין אין גאַנצן פֿאַרפֿאַלן. דאָך, האָב איך באַשלאָסן צו פֿאָרן. אין די טעג ווען אויף די רחבֿותן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערט אַלץ הייסער און הייסער פֿון די וואַל־שלאַכטן צווישן די פּרעזידענט־קאַנדידאַטן פֿון ביידע פּאַרטייען, פֿירט דער איצטיקער באַלעבאָס פֿונעם "ווײַסן הויז" דורך זײַן אייגענע שלאַכט אויף די ראַנדן פֿון זײַן אויסגייענדיקער פּרעזידענטשאַפֿט. אייגנטלעך, זעט עס שוין אויס נאַטירלעך, אַז דער פֿירער פֿון דער גרעסטער מדינה זאָל בײַם סוף פֿון זײַן רעגירן, די פּאָליטישע אַנטוויקלונגען אין די לעצטע טעג באַשטעטיקן צום וויפֿלסטן מאָל דאָס אַלט באַקאַנטע ווערטל, אַז ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. זיי קענען אויך דינען ווי אַ בולטער מוסטער פֿון דער זיך שטאַרקנדיקער אַמעריקאַניזאַציע פֿון ישׂראל. אין איר פּאָליטישן סך־הכּל פֿון דעם אָפּגעלאָפֿענעם יאָר און ערבֿ דעם וויזיט פֿון פּרעזידענט בוש הײַנטיקע וואָך אין ירושלים, האָט די ישׂראלדיקע פּרעסע אָנגעוויזן דערויף, אַז פֿאַר ירושלים שײַנט פּרעזידענט בוש צו זײַן אַ מעכטיקער מנהיג, וואָס נאָר ער קען אויפֿטײַען דעם פּאָליטישן פּראָצעס פֿון זײַן פֿאַרפֿרירונג און "מאַכן אָרדענונג" אין דעם ראַיאָן. דאַקעגן אין חוץ לארץ, דערונטער אין אַמעריקע, זעט מען אים שוין ווי אַ "לאָמע גאַנדז" (אָדער אַ "הינקענדיקע קאַטשקע"), וואָס מען איז זיך שוין נישט נתפּעל פֿון זײַנע דעציזיעס, אַלע טאַטעס און מאַמעס וואָס שיקן זייערע קינדער אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער מיטלשול, בפֿרט אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן, קענען גוט דעם מינהג: במשך פֿונעם לעצטן יאָר פֿון לערנען, באַקענט זיך דאָס קינד מיט אַ ריי פֿאַרשיידנאַרטיקע ישׂראלדיקע ישיבֿות (אָדער רעליגיעזע מיידל־סעמינאַרן), כּדי אויסצוקלײַבן דאָס אָרט, וווּ ער אָדער זי וועט זיך לערנען אַ יאָר לאַנג, פֿאַרן אָנהייבן שטודירן אין אוניווערסיטעט. אַ טייל ישׂראלדיקע לערן־אינסטיטוציעס באַטאָנען כּמעט בלויז דאָס לערנען תּורה; די אַנדערע קאָמבינירן דאָס לערנען מיט חסד־פּראָיעקטן און עקסקורסיעס איבערן לאַנד. עומר ברטובֿ איז אַ באַקאַנטער הורבן־היסטאָריקער. אַ געבוירענער אין ישׂראל, איז ער שוין לאַנגע יאָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע אין בראַון־אוניווערסיטעט אין אַמעריקע. די דאָזיקע צוויי אומשטאַנדן זײַנען וויכטיק, כּדי צו פֿאַרשטיין זײַן אינטערעס אין דער פּראָבלעם פֿון היסטאָרישן זכּרון, וואָס ווערט באַהאַנדלט אינעם בוך. אויפֿגעהאָדעוועט אין דער ציוניסטישער סבֿיבֿה, וווּ די עלטערן האָבן ניט געוואָלט רעדן וועגן דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן עבֿר אַפֿילו מיט די אייגענע קינדער, האָט ברטובֿֿ בײַ זיך אַנטוויקלט אַן אינטערעס צו דער דאָזיקער "סודותדיקער" טעמע ערשט אין אַמעריקע. מיר זײַנען שקלאַפֿן פֿון אײַנגערעדטע זאַכן. למשל, מײַן שוויגער איז זיכער, אַז מע טאָר ניט זינגען אין דער פֿרי, און די דאָזיקע מאַנקאָליע האָט זי איבערגעגעבן מײַן ווײַב. איז שוין אַריבער דרײַ יאָרצענדליק ווי איך זינג ניט אויף אַ ניכטערן מאָגן. אָבער וווּ שטייט עס געשריבן, אַז מע טאָר עס ניט טאָן? די פֿאַראייניקטע נאַציעס מאַכן זיך ניט וויסנדיק פֿון אָט דער פּראָבלעם, און די דאָקטוירים שווײַגן אויך. (צווייטער אַרטיקל) הזזעס יודקע גאָרגלט זיך, כריפּעט, וואַרגט זיך מיט די ווערטער, וואָס קומען אים אָן שווער אויסצודריקן פֿאַר די שטאָלענע פּנימער פֿונעם קיבוץ־קאָמיטעט. ער רעדט וועגן אַ מאַרטירערישער פּיראַמידע, וואָס איר יסוד איז משיח, און אויב שוין יאָ דער יסוד, דאַרף מען זיך נישט רירן פֿון אָרט, ער וועט דאָך קומען און אויסלייזן. יודקע איז געפֿאַלן אויפֿן שׂכל, אַז די פֿרומע האָבן אַנטדעקט משיחן, זיצן און וואַרטן אויפֿן נעכטיקן טאָג. און די פֿראַגע בלײַבט, איז דאָס וואַרטן געווען ווערט די אַלע קרבנות, די אַלע קדושים און די כּסדרדיקע פֿאַרניכטונגען? — אינעם מאָסקווער עראָפּאָרט "שערעמעטיעוואָ" האָט זיך צעבראָכן דער באַגאַזש-טראַנספּאָרטער, דערפֿאַר האָב איך פֿאַרשפּעטיקט אויף מײַן צווייטן פֿלי, פֿון מאָסקווע קיין סאַנקט-פּעטערבורג. ענדלעך, אין אַ שעה אַרום, זענען געקומען דרײַ אַרבעטער, און האָבן באַקוקט דעם מעכאַניזם. איינער פֿון זיי האָט זיך צוגעמאָסטן, און געגעבן אַ זעץ מיטן שטיוול; דער טראַנספּאָרטער האָט אַ קרעכץ געטאָן, און אָנגעהויבן זיך דרייען. דאָס דערצייל איך מײַן עראָפּלאַן-שכנה, פֿליִענדיק פֿון ניו־יאָרק קיין פּאַריז; |