- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס פֿאַרכּישופֿטע ראָד פֿון טעראָר און רעוואַנש, איז דער נאַטירלעכער אָנטרײַבער פֿון מלחמה. טעראָר און נקמה, און ליקווידאַציעס און ווידער נקמה — דאָס אַלץ דינט ווי דער ברענשטאָף, וואָס הייצט אָן די אַטמאָספֿער, פֿאַרשאַרפֿט די סיכסוכים און אַנטוויקלט בײַ די פֿײַנטלעכע אָדער צעקריגטע צדדים די מאָטיוואַציע צו לייזן זייערע קאָנפֿליקטן נאָר מיט כּוח. דער איצטיקער צושטאַנד אין מיטעלן מיזרח קאָן ווערן פֿאַרגליכן, להבֿדיל, צו די נישט זעלטענע פֿאַלן פֿון אָנווענדן כּוח קעגן דאָקטוירים און קראַנקנשוועסטער אין די שפּיטעלער: קלאַרק קענט, דער פֿיקטיווער פּאַרשוין פֿון די "סופּערמאַן"־קאָמיקס און פֿילמען, פֿירט אַ טאָפּלט לעבן. ווי אַ רעפּאָרטער אין אַ צײַטונג־ביוראָ, טראָגט ער אַן אָנצוג מיט ברילן, און זעט אויס ווי אַלע אַנדערע אָנגעשטעלטע. אָבער באַלד ווי ער דערוויסט זיך פֿון אַן ערנסטער סכּנה פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, טוישט ער זײַן אָנצוג אויף אַ העלדישן בלאָען קאָסטיום מיט אַ רויטער פּעלערינע, פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ סופּערמאַן און פֿליט צו ראַטעווען די אומבאַהאָלפֿענע. די נײַע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד האָט איר "פֿאָטער" — מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו. אָבער גאָרבאַטשאָוו וואָלט ניט געקומען צו דער מאַכט אָן דעם "זיידע" — יורי אַנדראָפּאָוו. איצט ווייסן מיר שוין, אַז דער דאָזיקער לאַנג־יאָריקער פֿירער פֿון דעם סאָוועטישן "קאַ-גע-בע" (אָדער ווי די ענגליש-רעדנדיקע זאָגן עס "קיי-דזשי-בי") און, נאָך לעאָניד ברעזשנעווס טויט, דער פֿירער פֿון דער מלוכה אין משך פֿון 15 חדשים, איז געווען אַ 100־פּראָצענטיקער ייִד. דאָס הייסט, אַז ביידע זײַנע עלטערן זײַנען געווען ייִדן. אמת, חוץ דער דאָזיקער ביאָלאָגישער פֿאַרבינדונג, האָט ער קיין שײַכות צו ייִדישקייט ניט געהאַט. מע האָט אַ מאָל צונויפֿגעשטוקעוועט אַזאַ וואָרט: "מאה-דעה", און עס אַרײַנגעשטעלט אין דעם "ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך" מיטן טײַטש the Establishment. אָבער קיין אויסכאַפּעניש איז אויף דעם וואָרט קיין מאָל ניט געווען, ווײַל, ערשטנס, איז עס ניט קיין טאָג-טעגלעכער באַגריף און, צווייטנס, האָבן, בכלל, נאָר געציילטע קינסטלעך-אויסגעאַרבעטע ווערטער דאָס מזל פֿון פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין דער שפּראַך. אין די מלחמות, אינטיפֿאַדעס און שלום־פּראָצעסן האָבן פֿאַר ישׂראל געהאַט אַ גרויסע וויכטיקייט אירע באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, וואָס האָט אָנערקענט ישׂראל 11 מינוט נאָכדעם ווי זי איז פּראָקלאַמירט געוואָרן. די דאָזיקע באַציִונגען זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע און פֿילזײַטיקע. זיי פֿאַרמאָגן היסטאָרישע, קולטורעלע און רעליגיעזע, פּאָליטישע און זיכערהייט־קאָמפּאָנענטן און זענען כאַראַקטעריזירט דורך אַ בונד צווישן ישׂראל און דעם אַמעריקאַנער ייִ צוויי גרויסע, סופּער־געשעענישן האָט די וואָך איבערגעלעבט אַמעריקע: דעם "סופּערבאָל" און דעם "סופּערדינסטיק". אויב דער ערשטער "סופּער" איז פֿאַרבונדן מיט ספּאָרט, איז דער צווייטער "סופּער" געקניפּט און געבונדן מיטן רעזולטאַט פֿונעם אָנגייענדיקן קאַנדידאַטן־געיעג צו די פּרעזידענטישע וואַלן. אָבער אַמעריקע איז אַזאַ לאַנד, וווּ פּאָליטיק און ספּאָרט קאָנען גיין האַנט בײַ האַנט (אָדער פֿוס בײַ פֿוס) און דערהויבן ווערן אין די אויגן פֿונעם פֿאָלק צו איין מדריגה, ווײַל סײַ ספּאָרט און סײַ פּאָליטיק שטעקן אָן מיט אַזאַ אַזאַרט, אַז מע פֿאַרגעסט אַ געוויסע צײַט אין אַלע צרות, וואָס אויך אין אַמעריקע פֿעלן זיי נישט אויס. זענען מיר שוין, ברוך־השם, — אָבער נישט אַזוי בשלום — איבערגעקומען דעם ווינאָגראַד־קאָשמאַר, וועלכער האָט איבערגעלאָזט דעם ציבור אַ צעטומלטן און אים קיין רו נישט געבראַכט. "דאָס וועט מסתּמא זײַן" — האָבן מיר באַטאָנט אין אונדזער פֿאָריקן אַרטיקל — "דער סוף פֿון דעם ווינאָגראַד־געשפּענסט, וואָס איז געהאָנגען ווי אַ שווערער דראָענדיקער וואָלקן איבער דער פּאָליטישער אַרענע קרובֿ אַנדערטהאַלבן יאָר". און מיר האָבן צוגעגעבן, אַז "אין דער זעלבער צײַט, וועט דאָס זײַן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַעם פּאָליטישן קעסלגרוב, פֿון אַ נײַער פֿאַזע אין דעם געראַנגל פֿאַר דער געשטאַלטונג פֿון דער מדינה אין דער צוקונפֿט". מאָנטיק האָט זיך אין רוסלאַנד אָנגעהויבן די אָפֿיציעלע וואַל-קאָמפּאַניע, כאָטש יעדעס קינד ווייסט שוין, אַז דער קומענדיקער פּרעזידענט וועט בלי-ספֿק זײַן דמיטרי מעדוועדיעוו. קיין אַנדער סך-הכּל פֿון די פּרעזידענטישע וואַלן דעם 2טן מאַרץ קען פּשוט ניט זײַן. אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין דעם נאָך-קאָמוניסטישן רוסלאַנד: באָריס יעלצין האָט איבערגעגעבן די לייצעס וולאַדימיר פּוטינען, און פּוטין גיט איצט איבער די זעלבע לייצעס אין די הענט פֿון דמיטרי מעדוועדיעוו. (סוף פֿון פֿריִערדיקן פֿון נומער) עס איז פֿאַראַן אַ מחלוקת לגבי די מאָטיוון פֿון סאַדאַטן צו קומען קיין ירושלים, אָן זיך באַראַטן מיט אַנדערע אַראַבישע פֿירער און אַפֿילו אָן זיך רעכענען מיט זייער מיינונג. דער אמת איז, אַז דרײַ טעג פֿאַרן קומען קיין ירושלים, האָט ער גערעדט מיטן סירישן פּרעזידענט האַפֿעז אַסאַד, אָבער זיך נישט גערעכנט מיט זײַן מיינונג. דער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער, הענרי קיסינדזשער, איז בײַ דער מיינונג, אַז דער דעצידירנדיקסטער פֿאַקטאָר אין סאַדאַטס פֿילאָסאָפֿיע איז געווען דער סטראַטעגישער געדאַנק, דעם לעצטן סעמעסטער האָב איך אַרײַנגעקריגן אַ שיינע צאָל אַוואַנסירטע ייִדיש־סטודענטן אין מײַן קלאַס. אַ טייל פֿון ישׂראל, אַ טייל פֿון מײַנע "ייִדיש פֿאַר מיטעלע קלאַסן," און ס'רעשט אומגעריכטע חבֿרה. צווישן די בחורים און מיידלעך האָבן זיך שטאַרק אויסגעצייכנט צוויי בחורים — איינער פֿון דער פֿרומער מחנה און דער צווייטער פֿון די פֿרײַדענקער. אָט מיט די צוויי פֿון זיי וועל איך אײַך באַקענען, ווײַל זיי זײַנען ערנסטע און נעמען אויף ייִדישע ליטעראַרישע טעקסטן זייער ערנסט. דאָס וואַרטן אויפֿן באַשלוס פֿון דער אַזוי גערופֿענער ווינאָגראַד־קאָמיסיע האָט דערמאָנט אַ וואָדעוויל־פֿאָרשטעלונג, וווּ דער בר־מינן איז נאָך נישט באַגראָבן, אָבער די קרובֿים שלאָגן זיך שוין איבערן האָב־און־גוטס. ווי איר פֿאַרשטייט שוין, שפּילט אין דעם איצטיקן ישׂראל־וואָדעוויל די הויפּט־ראָלע, איר פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט. מיט 60 יאָר צוריק האָבן די געהיימע אַגענטן פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, נאָך אַ פּערזענלעכן באַפֿעל פֿון סטאַלינען, דערמאָרדעט דעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר, שלמה וואָווסי, באַקאַנט אין דער וועלט אונטער זײַן טעאַטראַלישן נאָמען — מיכאָעלס. די טרויעריקע פּרטים פֿון מיכאָעלסעס מאָרד זענען גוט באַקאַנט; נאָך זײַן טראַגישן טויט, האָט סטאַלינס רעגירונג אומגעבראַכט עטלעכע אַנדערע אָנגעזעענע ייִדישע טוער, און אָנגעהויבן אַ ריי אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, וועלכע האָבן אונטערגעריסן די ייִדישע קולטור אינעם לאַנד, און געדינט ווי איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿון דער מאַסן־אַסימילאַציע פֿון מיליאָנען סאָוועטישע ייִדן. |