פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חב״ד־באַוועגונג, די איינציקע וואָס זוכט הײַנט־צו־טאָג צוצוציִען וואָס מער ייִדן, איז זייער אַקטיוו צווישן דעם רוסיש-רעדנדיקן עולם. דאָס קען מען זען אַפֿילו אין ניו-יאָרק. ערבֿ און בעת די יום-טובֿים ווערט די גאַנצע געגנט פֿון ברײַטאָן-ביטש פֿאַרפֿלייצט מיט יונגע חב״דני­קעס און חב״דניצעס, וואָס רעדן צו די פֿאַרבײַגייער אַן ערך אַזוי ווי עס טוען אויף די גאַסן אַזעלכע זאַכן די פּירסום-פֿאַרשפּרייטער פֿון כּלערליי מינים סחורה.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס‘איז טאַקע אַ פֿאַקט, אַז נאָך דעם ווי די "קאַלטע מלחמה" האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז אַמעריקע געבליבן דער איינציקער באַלע­באָס אין דער גלאָבאַלער וועלט־פּאָליטיק. דעם פֿאַקט אָבער האָט מען אין וואַשינגטאָן פֿאַרטײַטשט אויף אַן אייגענעם אופֿן: דאָס "ווײַסע הויז" קאָן איצט אַליין, אָן זיך אַן עצה טאָן מיט זײַנע פֿרײַנד, אָדער שׂונאים, אָנ­נעמען באַשלוסן און לייזן אַלע פּראָבלעמען.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב די טעג באַקומען אַ קאַלענדאַר אין קאָלומביע, וווּ ס'איז געשטאַנען געשריבן אַז מיטוואָך, דעם זעכצנטן אַפּריל, פּונקט אַכט אַ זייגער אין אָוונט, וועלן אין "דויטשעס הויז" האַלטן רעפֿעראַטן צוויי אָנגעזעענע אַקאַ­דעמישע וויסנשאַפֿטלער און גרויסע מומחים אויפֿן געביט — טשערנאָוויץ. דער פֿאָרטראָג איז געגאַנגען אונטערן רובריק: "דער אויפֿלעב פֿון טשערנאָוויץ אין ייִדישן זכר און געשיכטע". ביידע לעקטאָרן, דאַכט זיך מאַן און ווײַב, וואָס לויט מײַן אָבסער­וואַציע האָבן ביידע געטראָגן די זעלבע שיך, ווייך־לעדערנע קאַמאַשן, מסתּמא געקויפֿט אין טשערנאָוויץ. זי האָט געהייסן מאַריאַן הירש און ער, לעאָ שפּיצער, ביידע פּראָפֿע­סאָרן.

פּובליציסטיק
פֿון מילאַ הויזמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס מאַפֿציִער (אין מיטן) בעת דער באַגעגעניש מיט די ייִדישע אַקטיוויסטן

די וואַרעמע פרילינג־טעג פון אַפּריל־מײַ, וואָס ברענגען פֿאַר יעדן איינעם אַזוי פיל פֿרישע ענערגיע און כּוח, רופֿן אויך אַרויס בײַ אַ סך מענטשן, ספּעציעל בײַ יענע, וואָס קומען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דערמאָנונגען וועגן דעם לאַנג־דערוואַרטן נצחון איבער דעם פֿאַַשיסטישן דײַטשלאַנד, און דעם סוף פֿונעם חורבן. זינט דעמאָלט זענען שוין פֿאַרבײַ 63 יאָר, אָבער דער מענטשלעכער זכּרון קען זיך נישט באַרויקן, כּל־זמן עס זענען דאָ אומגעקומענע אָן אַ נאָמען און אָן אַ קבֿר.

‫פֿון רעדאַקציע

שוין עטלעכע טעג, אַז דער געוועזענער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער דרייט זיך אינעם מיטעלן מיזרח, און ווייניק ווער, סײַ די ישׂראלים, סײַ די אַראַבער, סײַ די מערבֿ־וועלט בכלל קענען פֿאַרשטיין, וואָס האָט ער דאָרט פֿאַרלוירן און וואָס וויל ער דאָרט געפֿינען.

אין ישׂראל האָט מען זיך באַצויגן צו קאַרטערס באַגעגענישן מיט די פֿירער פֿונעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" — נעגאַטיוו. נאָך מער: די איצטיקע רעגירונגס־פֿירער אין ישׂראל, האָבן אַפֿילו אויסגעמיטן זיך צו טרעפֿן מיט אים. די אַמעריקאַנער פּרעסע שרײַבט, אַז קאַרטער קערט זיך אום אַהיים "מיט ליידיקע הענט".

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טעמפּלערס אין דער קאָלאָניע ווילהעלמאַ

אין די איצטיקע טעג און וואָכן, אין צוגאָב צו אונדזער אַלטן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ פּסח, מיט אַלע זײַנע זיטן און מינהגים, מערקן מיר אָפּ קאַרדינאַלע היסטאָרישע דאַטעס אין אונדזער ייִדישן קאַלענדאַר, וואָס זענען אַ פּועל־יוצא פֿון געשעענישן און איבערלעבונגען, פֿאַרלאָפֿן אין אונדזער דור. מיר זענען געווען דירעקטע אָנטייל נעמער, אָדער לעבעדיקע עדות פֿון די דאָזיקע געשעענישן פֿון דער נאָענט אָדער פֿון דער ווײַט.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער חורבן, גוט באַקאַנט אויף דער גאָרער וועלט מיטן העברעיִשן באַגריף "שואה", איז דער באַצייכענונגס־נאָמען פֿאַר דער סיסטעמאַטישער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָ­ראַטאָרן האָבן דורכגעפֿירט אין פֿארלויף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות זענען נישט געווען קיין זעלטענע דערשײַנונג אין דער ייִדישער געשיכטע. אָבער דער חורבן איז געוואָרן אַן אויסנאַמלעכע געשעעניש מיט זײַן דימענסיע, מעטאָדן און אויך מיט דער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט עקזיסטירט הינטער אים: ער איז געווען אַ ראַסיסטישער און נישט קיין רעליגיעזער.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך דערמאָן זיך וואָס מײַן טאַטע האָט מיר אַמאָל דערציילט וועגן אָרעמקייט אין דער בא­ַלוטער געגנט אין לאָדזש. דאָס זײַנען געווען די דרײַסיקער יאָרן, אַ רעזול­טאַט פֿון דער מפּלה אויף “וואָל־סטריט," אין אַמעריקע, ווען די בענק האָבן באַנק­ראָ­טירט און די בערזע אין ניו־יאָרק האָט אויס­געצויגן די קאָפּעטעס. די וועלט איז דעמאָלט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פּאַניק. מענטשן וואָס האָבן אָנגעוווירן מאַיאָנטקעס האָבן זיך גענומען שלײַדערן פֿון די פֿענצטער, נישט געקענט נאָך יאָרן פֿון שוווילטאָג אָנהייבן פֿון אויף ס’נײַ.

‫פֿון רעדאַקציע

דווקא אין די שיינע פֿרילינג־טעג פֿון אַפּריל איז מיט 105 יאָר צוריק אויסגעבראָכן דער קעשענעווער פּאָגראָם. די שחיטה אין דער ווײַטער בעסאַראַבער פּראָווינץ פֿון דער רוסישער אימפּעריע האָט דעמאָלט געמאַכט אַ גאַנצע איבערקערעניש אין דער וועלט. נישט, חלילה, צוליב דעם פֿאַקט פֿון אַ פּאָגראָם; אויך פֿאַר קעשענעוו איז אַ פּאָגראָם, אַ בלוט־פֿאַרגיסונג פֿון ייִדן נישט געווען קיין זעלטנקייט.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דזשעקי מייסאָן

“דזשעקי מייסאָן — דער ענדגילטיקער ייִד." (Jackie Mason — The ultimate Jew) אַזוי הייסט די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג זײַנע, וווּ דער קאָמיקער פּראַוועט לצנות מיט דער לעצטער פּאָליטישער לאַגע אין לאַנד, מיט זײַנע פֿאַראורטיילן און אָנפֿאַלן, וווּ ער לאָזט אויס זײַן ביטער האַרץ אויף אַלע ייִדישע שׂונאים. דזשעקי, וועלכער איז שוין קיין עין־הרע אין זײַנע אַריכות־ימים, איז נישט קיין פּנים־חדשות פֿאַרן טעאַטער־גייער. ער נעמט אין דער אַרבעט אַרײַן ייִדן און גויים, דעם געוועזענעם גובערנאַטאָר פֿון ניו־יאָרק — עליאָט שפּיצער, וועלכער האָט מיאוס אָפּגעשניטן און געלייגט דעם קאָפּ. שוין אָפּגערעדט פֿונעם נײַעם גובערנאַטאָר — דייוויד פּאַטערסאָנען, מיט זײַן מתוודה זײַן זיך פֿאַר כּל עם ועדה, באַלד בײַם איבערנעמען די גובערנאַטאָרסטווע, היות ער אַליין איז אויך אַ ווײַבערניק, אַ רודף־יופּעס, אַז ער איז טרייף ווי אַ חזיר־פֿיסל.

פּובליציסטיק
ייִדישע פּויערים אינעם דאָרף לוואָוואָ, כערסאָנער גובערניע, אָנהייב 20טן יאָרהונדערט

מיט אַ חודש צוריק האָט דער קאָלומביע-אוניווערסיטעט, בשותּפֿות מיטן ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, דורכגעפֿירט אַ קאָנפֿערענץ אונטערן נאָמען "ייִדן און אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם". דעם זיבעטן מערץ האָט דער "פֿאָרווערטס" פּובליקירט אַ באַריכט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו, וועגן די עיקר-טעמעס, וואָס זענען באַהאַנדלט געוואָרן אויף דער דאָזיקער אונטערנעמונג.

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך ווייס נישט — עס איז מיר שווער צו אַנטשיידן — צי איז דאָס טאַקע אַ ברכה, אָדער אַ האַרבער נסיון פֿונעם געוויסן, די צעטרענצלונג פֿון דעם אָנדענק־טאָג פֿון אומקום און גבֿורה. פֿאַר מיר איז דאָס די הייליקסטע פֿון אַלע דאַטעס אויפֿן ייִדישן לוח־הזכּרון.

איך מיין דאָ דעם 19טן אַפּריל, וועלכער איז גלײַך נאָכן חורבן געוואָרן ספּאָנטאַניש אָנגענומען ווי דער סאַמע נאַטירלעכסטער טאָג פֿון יזכּור נאָך דעם גרויסן בראָך פֿון אונדזער פֿאָלק,