‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך האָט דער אַמעריקאַנער פּרע­זידענט, דזשאָרדזש בוש, זיך געלאָזט אין זײַן נסיעה איבער אייראָפּע. ווי עס האַלטן די פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן — אין זײַן לעצטן פֿלוג ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט. בוש געהערט בפֿירוש נישט צו די פּרעזידענטן־היימזיצערס; און מיר געדענקען, אַז יעדע זײַנע נסיעה פֿלעגט אַרויסרופֿן שטורמישע פּראָטעסט־דעמאָנ­סטראַציעס אין די לענדער, וווּהין ער פֿלעגט קומען אויף אַ באַזוך. זײַן איצ­טי­קער באַזוך רופֿט נישט אַרויס בײַם אָר­טיקן המון קיין זשום און רעש.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"עס איז ממש אַ וווּנדער ווי אַזוי ער האָט דאָס באַוויזן אין איין וואָך אַריבער­צוגיין וווינען אויפֿן גולן, אויפֿצושטעלן אַן אַלטערנאַטיווע רעגירונג, באָמבאַרדירן איראַן — דאָס אַלץ אָבער מיטן בלויזן מויל — און דערמיט גורם צו זײַן דעם שאַרפֿסטן אין דער געשיכטע אויפֿשפּרונג פֿון די פּרײַזן פֿון נאַפֿט: 11 דאָלאַר אין משך פֿון איין מעת־לעת, דערנענטערנדיק אים צו 140 דאָ­לאַר אַ פֿאַס, צו דעם העכסטן פּרײַז אין דער געשיכטע".

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנדענק־שטיין נאָך די קרבנות פֿונעם חורבן

דער ייִדישער טוריסט, וועלכער פֿאָרט הײַנט צוריק צו דער "אַלטער היים", פֿאַר­שטייט שוין אַליין, אַז ער וועט אפֿשר מער פֿאַר­ברענגען מיט די טויטע, ווי מיט די לעבעדיקע. איך האָב אַוודאַי געוואָלט פֿאָרן זען דעם בית־עולם אין טשערנעוויץ, אָבער איך האָב געוווּסט, אַז מײַן נאָענסטע משפּחה וועל איך דאָרטן נישט געפֿינען. דער מאַמעס טאַטן, בנימין שעכטער, האָט מען פֿאַרשיקט, אַן אומשולדיקן, אין 1941 אין אַ גולאַג מיט קרימינאַלניקעס, און זיי האָבן אים דערשלאָגן אויף טויט.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון שלום בערגער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער סאַטמערער ביקור־חולים צימער אינעם בית־ישׂראל־שפּיטאָל

ס'איז מאָדנע צו פֿילן אַ חובֿ צו אַ גרו­פּע וואָס מ'איז ניט מסכּים מיט איר וועגן די יסודות פֿון איר השקפֿה. אַזוי אָבער איז דער פֿאַל מיט סאַטמערער חסידים און זייער ביקור-חולים צימער אין דעם שפּיטאָל, וווּ איך אַרבעט. ניט דער עיקר צוליב דעם, וואָס די פֿרויען וואָס פֿירן אָן דערמיט, שטעלן צו, אומזיסט און פֿאַר צדקה-צוועקן, הייסע שבת- און וואָכעדיקע מאָלצײַטן פֿאַר פּאַציענטן און דאָקטוירים, נאָר אויך דער­פֿאַר, וואָס אין דעם צימער (וווּ איך האָב שוין פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט בשעת מײַנע טרענירונג-יאָרן ווי אַ רעזי­דענט-דאָק­טער) טרעפֿן זיך פֿאַר­שיידענע שיכטן פֿון דער פֿרומער ייִדישער קהילה וואָס באַ­גע­גענען זיך זעלטן.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מײַמאָנידס דענקמאָל אין קאָרדאָבאַ

מײַן ווײַב פֿאַרשטייט ניט קיין חכמות ווען די רייד גייט וועגן זומער-וואַקאַציעס: עס דאַרף זײַן בײַ אַ ים אָדער, אין ערגסטן פֿאַל, בײַ אַ טײַך צי אַן אָזערע. אַנ­דערש, אָן שווימען, הייסט עס ניט בײַ איר "וואַקאַציעס". מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, ווען ס׳איז געקומען אונדזער ערשטער פֿולער זומער אין ענגלאַנד, האָבן מיר זיך געלאָזט קיין שפּאַניע. דאָס איז געווען אונדזער ערשטע דערפֿאַרונג, וועלכע מיר האָבן באַקומען פֿון אַ "פּעקעדזש-האָלידיי", דאָס הייסט, ווען מע קויפֿט אַלץ צוזאַמען; אַזאַ "פּאַקעט" איז כּולל אי די רײַזע, אי די פֿאַרזיכערונג, אי די דירה, אי דאָס עסן.

‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך האָט זיך אין רוים אָנהגעהויבן די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, וווּ עס ווערט באַהאַנדלט אַ נײַע גלאָבאַלע פּראָ­בלעם — הונגער. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ האָט אָרגאַניזירט די "יו־ען", ריכטיקער, איר סעקטאָר וואָס גיט זיך אָפּ מיט פֿראַגן פֿון שפּײַז און אַגראָקולטור. לויט די פּעסי­מיסטישע פּראָגנאָזן וועלן אין די קומענדיקע צענדליקער יאָרן צוקומען צו די איצטיקע 800 מיליאָן הונגעריקע נאָך 600 מיליאָן.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז גוט באַקאַנט וואָס אַבא אבֿן האָט געזאָגט וועגן די אַראַבער, אַז "קיינמאָל פֿאַרזעען זיי נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ געלעגנהייט". דעם זעלבן געדאַנק האָט זייער דערפֿאָלגרײַך אוסגעדריקט אַ לבֿנונער אינטעלעקטואַל און שרײַבער, סע­סיל כוראַני, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. ער האָט געשריבן: "מיר, אַראַבער, האָבן אַ פּסיכאָלאָגישע שוואַכקייט; וואָס מיר גלײַכן נישט, מאַכן מיר דעם אָנשטעל, אַז דאָס עקזיסטירט נישט.

‫רעפּאָרטאַזשן
מיטן שרײַבער יוסף בורג — דער מחבר (לינקס), מאָטל גאָרדאָן (רעכטס)

דריטער טייל — טשערנעוויץ

בעתן יאָר 2008 וועט מען פּראַווען נישט איין, נאָר צוויי, שׂימחות אין דער שטאָט טשער­נעוויץ. קודם־כּל, מערקט מען אָפּ, סוף אויגוסט, 100 יאָר נאָך דער היסטאָרישער טשערנעוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ פֿון 1908, מיט אַ יובֿלדיקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ. פּראָפֿ׳ וואָלף מאָסקאָוויטש פֿון העברעיִשן אוניווער­סיטעט (אַליין אַ טשערנעוויצער) האָט אָרגאַניזירט די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ צוזאַמען מיט דער ייִדישער קהילה אין אוק­ראַיִנע, מיט יוסף זיסעלס בראָש,

פּאָליטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(די באַפֿרײַונג און פֿאַראייניקונג פֿון אַלט־ירושלים)

אונדזער מדינהלע — מדינת־ישׂראל, איז שוין גאָט צו דאַנקען אַריבער די "זעכציקער", זינט 1948, און אונדזער פֿאַראייניקטע "ירושלים שחוברה לה יחדיו" — האָט שוין גאָט צו דאַנקען, די טעג, אָפּגעפֿײַערט 41 יאָר, זינט איר פֿאַראייניקונג אין 1967…

די דאָזיקע צוויי היסטאָרישע דאַטעס האָט מען אין משך פֿון דעם קײַלעכדיקן יאָר אָפּגעמערקט אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם איבערן גאַנצן לאַנד,

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די זעכציק יאָר פֿון איר עקזיסטענץ, האָט שוין די ייִדישע מדינה געפּאָקט און געמאָזלט, געטאַפּט אַ וואַנט, אַדורכגעמאַכט היסטאָרישע ערד־ציטערנישן און, על־פּי נס, ניצול געוואָרן. ייִדן האָבן געגלייבט, אַז נאָך אַזאַ בלוטיקן חורבן, נאָך אַזאַ ריזיקער קאַטאַסטראָפֿע וואָס איז באַפֿאַלן אונדזער פֿאָלק, וועט די וועלט אײַנשטילן אירע מער­דערישע נטיות, און איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל אָפּלאָזן די רעשטלעך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אויסצולעבן זיך רויִק, בשלום־ושלווה אין זייער אייגן שטיקל ווינקל.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַגרעסיווקייט איז אַ סימן-מובֿהק פֿונעם איצטיקן רוסלאַנד. די פּאָליטיקער גרויסן זיך אַפֿילו מיטן איבער­נעמען בירושה די מיליטאַנטישקייט פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע און פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מע מאַכט אַ וועזן פֿון יעדן נצחון אין ספּאָרט און קולטור, כּדי אונטערוואַרעמען די נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן פֿונעם פֿאָלק. מע האָט געוווּנען אין דעם וועלט-טשעמפּיאָנאַט אין האָקי (צום ערשטן מאָל אין משך פֿון די לעצטע 15 יאָר) — אַ יום-טובֿ! די פּעטערבורגער פֿוטבאָל-קאָמאַנדע "זעניט" האָט געוווּנען אַ וויכטיקן אייראָפּעיִשן פּריז — ווידער אַ מאָל יום-טובֿ,

‫פֿון רעדאַקציע

די לייענער פֿון אונדזער צײַטונג האָבן געוויס נישט געהערט וועגן דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, וואָס טראָגט דעם קלינגעוודיקן נאָמען "וועלט־קאָנגרעס פֿון דעם רוסיש־רעדנדיקן ייִדנטום". ס‘איז אַוודאי נישט קיין נײַעס, אַז די ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איצט אימיגראַנטן אין פֿאַרשיידענע לענדער, באַצייכנט מען אומעטום ווי "רוסישע". ס‘רובֿ פֿון די "רוסישע" פֿאַרדריסט עס: "סטײַטש, דאָרטן האָט מען אונדז געקרוינט ווי ׳זשידעס׳, און איצט, נאָכן פֿאַרלאָזן דעם ׳גן־עדן׳, זײַנען מיר געוואָרן — רוסישע."