‫פֿון רעדאַקציע

לעצטע וואָך האָט מען געפֿײַערט דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. מיר, ייִדן, ווייסן באַזונדערס גוט, וואָס ס‘וואָלט דער­וואַרט אונדזער פֿאָלק, ווען אַזאַ נצחון וואָלט, חלילה, נישט געשען. דעריבער איז דער יום־טובֿ אַזוי טײַער די ייִדישע מלחמה־וועטעראַנען, וואָס האָבן דערלעבט דורכ­צומאַרשירן איבער די ישׂראל־גאַסן אין פֿאַר­שידענע שטעט פֿונעם לאַנד. די קאָלאָנעס געוועזענע שלאַכטמענער און שלאַכט­פֿרויען,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די מדינה האָט נאָך נישט באַוויזן אַראָפּצוציִען פֿון זיך די יום־טובֿדיקע בגדים פֿון די יובֿל־פֿײַערונגען, ווי זי איז גלײַך געוואָרן אַרײַנגעצויגן אין דעם קאָכעדיקן קעסל פֿון אַ נײַער קרימינעל־פּאָליטישער זאַווערוכע: זי איז דורך דער פּאָליציי און דער מדינה־פּראָקוראַטור אַוועקגעשטעלט געוואָרן פֿאַר דער וואָרענונג, אַז בײַם רודער פֿון דער מדינה שטייט אַ פֿאַרדעכטיקטער אין האַרבע עבֿירות קעגן די מלוכישע געזעצן, פֿאַרדעכטיקט אין קאָרופּציע און כאַבאַר; און אַז ער איז עלול צו באַצאָלן פֿאַר זיי נישט בלויז מיט זײַן פּאָליטישער קאַריערע, נאָר אויך מיט זײַן פּערזענלעכער פֿרײַהייט. און די מדינה קאָן פֿאַר דעם באַצאָלן מיט אַ נײַעם פּאָליטישן קריזיס.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אין קיין לאַנד איז דאָס עסן נישט געווען פֿון אַזאַ וויכטיקייט, ווי אין דײַטשלאַנד נאָך דער [ערשטער וועלט] מלחמה-צײַט. די מענטשן, וועלכע האָבן יאָרנלאַנג אויסגעהונגערט זיך נאָך אַ ביסל פֿעטס און באַגנוגענען זיך געלאָזט מיט כּלערליי ערזאַץ-מיטלען, האָבן מיט אַ מאָדנער זשעדנעקייט נאָך דער מלחמה זיך געוואָרפֿן אויף שפּײַז. יעדער מאָלצײַט איז געפּראַוועט געוואָרן ווי אַ גרויסער יום-טובֿ. אינטעליגענטן, מענטשן פֿון העכסטער גײַסטיקייט, האָבן נישט געקאָנט אונטערדריקן אין זיך דעם קאַניבאַלישן חשק,

‫פֿון רעדאַקציע

ס‘רובֿ ייִדן איבער דער וועלט פֿײַערן די טעג מיט שטאָלץ און ווירדע דעם 60סטן יוביליי פֿון מדינת־ישׂראל. עס שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז אין ישׂראל גופֿא איז די שטימונג נישט גאָר אַ פֿײַערלעכע; ווי מע וואָלט זיך אַליין נישט פֿאַרגינען אַזאַ שיינע שׂימחה. פֿאַר וואָס זשע באַקומט זיך אַזוי, אַז די תּפֿוצות טראָגן זיך מער אַרום מיט מדינת־ישׂראל, ווי די ישׂראלים מיט זייער אייגענער היים?

פּובליציסטיק
פֿון יחיאל שיינטוך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרדכי שטריגלער

צו מרדכי שטריגלערס 10טע יאָרצײַט ברענגען מיר אַ ספּעציעלן אַרטיקל, אָנגעשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", אַ מין הקדמה צו אַ גרעסערן חיבור, וואָס באַהאַנדלט די באַציִונגען און ווידעראַנאַנדן צווישן דעם געוועזענעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" און דעם גרינדער און אָנפֿירער פֿון מדינת־ישׂראל דוד בן־גוריון. צוליב טעכנישע סיבות און מאַנגל אין אָרט, ווערן דאָ נישט אָנגעוויזן די מקורים, אויף וועלכע עס שטיצט זיך אָט די הקדמה. זיי וועלן אָנגעגעבן ווערן בפֿירוש אין אַ גרעסערן חיבור. דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל שטיצט זיך, צווישן אַנדערן, אויף שטריגלערס בריוו צו ייִדישע שרײַבער, אַרכיוו־מאַטעריאַלן, מינדלעכע אינטערוויוען, צײַטונגס־אַרטיקלען און געדרוקטע אָפּהאַנדלונגען.
די רעדאַקציע

‫אינטערװיוען
פֿון דובֿ שטולבאַך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
צבֿי־הײַנריך גרעץ

די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג אינעם 60סטן יאָרטאָג פֿון מדינת־ישׂראל. — אינטערוויו מיטן ראַבײַ ענדראָ סאַקס, ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס"

די קאָנסערוואַטיווע, גלײַך ווי די רעפֿאָר­מער, זענען אַ נישט־אָרטאָדאָקסישע רעליגיע­זע באַוועגונג, וואָס איז טעטיק אין ישׂראל זינט צענדליקער יאָרן. מען קאָן זאָגן וועגן די קאָנסערוואַטיווע, אַז זיי געפֿינען זיך צווישן דער אָרטאָדאָקסיע און רעפֿאָרעם, ווײַל זיי שטיצן אונטער די הלכה און ייִדי­שע טראַדיציעס.

פּובליציסטיק
פֿון אַבאַ גפֿן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בעת מיר פֿײַערן 60 יאָר מדינת־ישׂראל, קען מען מאַכן דעם חשבון מיט די ווערטער: קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען און באַאומרויִקנ­דיקע דערשײַנונגען. טעאָדאָר הערצל האָט פֿאַרשריבן אין זײַן טאָגבוך נאָכן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין יאָר 1897 דאָס פֿאָלגנדיקע: "צו רעזומירן דעם קאָנגרעס אין איין פּסוק — אַ זאַך, וואָס איך וואָלט נישט געוואַגט צו טאָן עפֿנטלעך — דאַרף געזאָגט ווערן, אַז אין באַזעל האָב איך געשאַפֿן די ייִדישע מדינה.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צו דער צײַט, ווען ס׳וועט אַרויסגיין דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס", וועט רוסלאַנד שוין האָבן דעם נײַעם פּרעזידענט — דמיטרי מעדוועדיעוו. איך שרײַב עס פֿריִער פֿונעם 7טן מײַ, דעם טאָג פֿון איבערלייגן די לייצעס פֿון וולאַדימער פּוטינס הענט. אָבער גאָר ניט אַלע לייצעס וועט ער אָפּגעבן, ווײַל זייער אַ סך מאַכט פֿאַרבלײַבט בײַ אים: ער וועט קאָמאַנדעווען מיט דער רעגירונג, ער וועט אָנפֿירן מיט דער פֿירנדיקער פּאַרטיי "פֿאַראייניקט רוסלאַנד" (אָן ווערן איר מיטגליד!), און ער איז די פּאָפּולערסטע פּערזענלעכקייט אין לאַנד.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט דרײַסיק יאָר צוריק איז בײַ מיר געבוירן און פֿאַרפֿעסטיקט געוואָרן די אידעע, און מײַן ווײַב האָט עס אונטערגעהאַלטן, אַז מיר מוזן פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָנגעגעבן דאָקומענטן האָבן מיר שפּעטער, אין האַרבסט 1979; אָבער זינט 1978 זײַנען מיר שוין "געזעסן אויף די וואַליזקעס". בײַ אונדז זײַנען טאַקע געשטאַנען צוגעגרייט זעקס וואַליזקעס פֿון אַ געוויסן סאָרט — פֿון אַ לײַכטער סחורה, כּדי אײַנשפּאָרן וואָג פֿאַר נייטיקע זאַכן.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לייענענדיק, אַז דער אַמאָליקער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער מאַכט אַ לוסטרײַזע איבערן מיטעלן מיזרח און געפֿינט זיך איצט אין סיריע, וווּ ער פֿאַרהאַנדלט מיט די כאַמאַסניקעס וועגן אַ שלום־אָפּמאַך צווישן די ישׂראלים מיט די פּאַלעסטינער, איז מיר געקומען אויפֿן זינען צו פֿירן מיט אים אַ קאָרעספּאָנדענץ, נעמלעך, שרײַבן אים אַ בריוועלע. הײַנט אַז קאַרטער איז שוין כּמעט אין תּרחס יאָרן, זיצט אויפֿן זאָטל און איז אַ קאַפּיטשקע עובֿר־בטל, דאַרף מען מיט אים פֿאַרהאַנדלען ער זאָל אויפֿהערן מיט אונדז האַנדלען.

‫פֿון רעדאַקציע

דעם 7טן מײַ ווערט אײַנגעשוווירן ווי דער רוסלענדישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו. שוין אויפֿן אַנדערן טאָג וועט דער רוסלענדישער פּאַרלאַמענט, די "דומאַ", באַשטעטיקן דעם געוועזענעם פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, אויפֿן אַמט פֿון פּרעמיער־מיניסטער.

די פּאָפּולערע שפּיל אין רוסלאַנד — "איך דיר, דו מיר" — איז אין פֿולן גאַנג, אַזוי אַז קיין שום אומדערוואַרטע "סורפּריזן" קאָנען דאָ נישט זײַן. פּוטין האָט פֿאַרזיכערט זײַן מאַכט פֿון אַלע זײַטן. ווי אַן עכטער פּאָליטישער אַרכיטעקט, האָט ער אויפֿגעבויט זײַן רעגיר־ליניע פֿון אויבן אַראָפּ,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער צפֿונדיקער שטערן, דער שטערן פֿון מזל, וואָס הענגט אויפֿן הימל איבער מדינת־ישׂראל, פֿינקלט און ווינקט אַראָפּ צו איר, זינט איר אויפקום מיט זעכציק יאָר צוריק, מיט קעגנדײַטיקע אָנדײַטונגען. דער הערשער פֿון סיריע, דער יונגער באַשאַר על־אַסאַד, האָט געירשנט פֿון זײַן פֿאָטער כאַפֿעז על־אַסאַד, צוזאַמען מיט דעם דיקטאַ­טאָ­רישן רעזשים אין דעם לאַנד — אויך די טאָפּלדײַטיקע סטראַטעגיע, וואָס צילט צו פֿאַרשטאַרקן די פּאָליטישע פּאָזיציע פֿון סיריע און צו פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ צענ­טראַלן און דאָמינירנדיקן פֿאַקטאָר אין מיטעלן מיזרח.