- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט פֿינף חדשים צוריק, דעם 17סטן פֿעברואַר, האָט קאָסאָוואָ איינזײַטיק — דאָס הייסט אָן אַ הסכּמה מצד סערביע — פּראָקלאַמירט, אַז עס האַלט זיך פֿאַר אַן אומאָפּהענגיק לאַנד. אַזאַ באַשלוס איז אונטערהאַלטן (און אַפֿילו סטימולירט) געוואָרן דורך די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, גרויס-בריטאַניע און אַ צאָל אַנדערע מדינות. עד-היום האָבן אַריבער פֿערציק לענדער אָנערקענט דעם דאָזיקן אַקט. אין דער דאָזיקער צאָל גייען אַרײַן 20 פֿון די 27 מיטגלידער פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. הערמאַן יאַבלאָקאָוו דערציילט, אַז די “Hebrew Actors Union" (יוניאָן פֿון ייִדישע אַקטיאָרן) האָט געשטעלט אירע ערשטע טריט אין 1887, און לויט דער דאַטע איז עס איינס פֿון די עלטסטע יוניאָנס אין אַמעריקע. אין 1902 איז אַנטשטאַנען “לאָקאַל 2" וואָס האָט זיך אויסגעשיילט פֿון דער “Hebrew Actors Union," מיט איין עקסקלוסיווער יוריסדיקציע אין דער פּראָווינץ. אין 1903 האָט זיך געשאַפֿן “לאָקאַל 5," מיט דער יוריסדיקציע, ד״ה איבערזיכט, איבער די ייִדישע וואָדעוויל־הײַזער. די וועלט איז שוין צוגעוווינט געוואָרן צו דעם דאָזיקן ריטואַל: די פֿירער, וואָס שטעלן פֿאָר די מעכטיקסטע לענדער, קלײַבן זיך צונויף אין עפּעס אַ סימפּאַטיש און גוט-פֿאַרטיידיקט אָרט, וווּ זיי לייזן די וויכטיקסטע פּראָבלעמען פֿון דער צײַט. אַרום דער דאָזיקער צונויפֿקומעניש פֿירט מען דורך אַנטיגלאָבאַליסטישע מאַניפֿעסטאַציעס, און זשורנאַליסטן פֿון דער גאָרער וועלט פֿאָרן אַהין צו כאַפּן אַ וואָרט מיט די מעכטיקע לײַט. ווען לעאָנאַ העלמסלי, די האָטעל־באַלעבאָסטע און ביליאָנערין, איז געשטאָרבן פֿאַר אַ יאָרן, איז די וועלט שאָקירט געוואָרן וואָס זי האָט איבערגעלאָזט 12 מיליאָן דאָלער אין איר צוואה פֿאַר איר הינטל "טראָבל" (אַ צרה). איצט האָט מען זיך דערוווּסט, אַז זי האָט איבערגעלאָזט איר גאַנץ פֿאַרמעגן, צווישן פֿינעף און אַכט ביליאָן דאָלער, פֿאַר "דער זאָרג און וווילזײַן פֿון הינט". ס‘איז נאָך אַ פֿראַגע צווישן אַדוואָקאַטן, צי מע מוז אויספֿירן פֿרוי העלמסליס "דערקלערונג פֿון שליחות", ווײַל לעגאַל גערעדט, האָט זי דאָס נישט אַרײַנגענומען אין איר צוואה. ווי עס זאָל נישט זײַן, וועט די פֿונדאַציע וואָס די געלטער וועלן גרינדן זײַן איינע פֿון די גרעסטע פֿונדאַציעס אין אַמעריקע. אויב מיר זאָלן וועלן אונטערציִען אַ סך־הכּל און אָפּשאַצן אין איין זאַץ (אָדער "אויף איין פֿוס") די ענדערונגען, וואָס מדינת־ישׂראל און די "ישׂראלים" האָבן אַדורכגעמאַכט אין די לעצטע פֿופֿציק יאָר, וואָלט עס זיך געקענט אויסדריקן אין דעם קעפּל איבער אונדזער הײַנטיקן מאמר. עס איז אָבער אויך נישט פאַראַן קיין בעסערע באַצייכענונג, וואָס זאָל זײַן אַזוי טרעפֿלעך און צוגעפּאַסט צו איר טעמע, ווי — דאָס באַקאַנטע ווערטל וועגן דעם "סוד פֿאַר גאַנץ בראָד". ניט לאַנג צוריק האָב איך גערעדט מיט אַ באַיאָרנטן פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנקרײַך, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין בעסאַראַביע און האָט ניט פֿאַרגעסן זײַן מאַמע-לשון. פּלוצעם האָט ער אַ זאָג געטאָן אויף רוסיש: Если враг не сдается – его уничтожают! ("אויב דער שׂונא קאַפּיטולירט ניט —פֿאַרניכטעט מען אים!") און ער האָט דערקלערט, אַז דער דאָזיקער סאָוועטישער לאָזונג האָט זיך אין זײַן זכּרון אײַנגעקריצט, ווײַל די דאָזיקע ווערטער זײַנען געשטאַנען געשריבן אין אַ סך ערטער פֿון זײַן היים-שטעטל, ווען אַהין איז אַרײַן די רויטע אַרמיי בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. עפּיזאָדן פֿון ייִדישן טעאַטער ווי איר ווייסט פֿון מײַנע שרײַבעכצער, האָב איך שטאַרק ליב ייִדיש טעאַטער. בײַ מיר ברעכן זיך די שענק מיט אַלערליי ייִדישע פּיעסעס וואָס אייניקע האָט מען אויפֿגעפֿירט מיט גרויס דערפֿאָלג. אַנדערע וואַרטן נאָך אויף משיחס צײַטן. איך האָף נאָר אַז עס זאָל נישט זײַן צו שפּעט. האָב איך זיך אַוועקגעזעצט און אַרײַנגעקוקט אין מײַנע שאַפֿעס וואָס ברעכן זיך מיט עפּיזאָדן פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, מיט זייערע גרויסאַרטיקע ייִדישע אַקטיאָרן מיט פֿאַרנעם, דראַמאַטורגן און קינסטלער. דאָס וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אויפֿן מיטעלן מיזרח אַרום ישׂראל און אירע נאָענטע און ווײַטע שכנים; די פֿאַנאַטישע אײַנגעשפּאַרטקייט מצד דער פֿונדאַמענטאַליסטישער פֿירערשאַפֿט פֿון טעהעראַן מיט איר נוקלעאַרער פּראָגראַם, שטעלט אַוועק ישׂראל און די ייִדן אין דער וועלט פֿאַר אַ נײַער סכּנה. אויב דעמאָלט, פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, געוויינטלעך, ווען דער אַמעריקאַנער ראַט פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים ("אַר־סי־איי") גיט אַרויס אַ נײַע תּקנה, הערט מען דאָ און דאָרט אַ פּראָטעסט פֿון געוויסע רבנים אין דער אָרגאַניזאַציע, אָבער מיט דער צײַט בעט מען זיך איבער, אָדער די אָפּאָזיציע שלינגט עס אַראָפּ, צוליב שלום־בית. אָבער ווען דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר געמאָלדן אַ פֿולשטענדיקע ענדערונג אין איר פּאָליטיק וואָס שייך דעם גיור־פּראָצעס, האָט עס אַרויסגערופֿן אַזאַ פּראָטעסט מצד אַ צאָל אָנגעזעענע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿירער, אַז עס קאָן מיט דער צײַט ממש צעשפּאַלטן די אַמעריקאַנער רבנים־געזעלשאַפֿט. זיבעטער טייל — באַמערקונגען און פֿאַרגעסענע מאָמענטן צוליב אַ דוחק אין פּלאַץ אויף דער געדרוקטער זײַט, זענען געוויסע מאָמענטן אָדער אָבסערוואַציעס אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער סעריע אין די פֿריִערדיקע זעקס וואָכן. האָב איך געבעטן נאָך אַ קאַפּיטל, כּדי צו דערציילן דעם לייענער נאָך עטלעכע מאָמענטן, קאָמענטאַרן, ווײַזן נאָך עטלעכע בילדער, וואָס זענען נישט אַרײַן ביז אַהער. אַז מען האָט געפֿרעגט דעם ישׂראלדיקן שרײַבער אַמנון שמש (שאַמאַש), ווי אַזוי זעט ער די ערשטע 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָט ער געענטפֿערט: “אַ האַלב פֿולע גלאָז — צעפּלאַצט צו ווערן, און אַ האַלב ליידיקע גלאָז — משוגע צו ווערן." אין מײַן אַרטיקל אין “פֿאָרווערטס" פֿון 9טן מײַ וועגן די 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָב איך, צוליב דער פֿײַערלעכקייט פֿון דער געשעעניש, באַצייכנט די האַלבע פֿולע גלאָז, רומעניע שאַפֿט ניט ווייניק קאָפּווייטיקן פֿאַר אַנדערע לענדער. למשל, דורך שאַפֿן אַ מעגלעכקייט פֿאַר בירגער פֿון אַנדערע לענדער צו באַקומען רומענישע פּעסער. צוליב דעם מוזן די אויסלענדער צי זייערע עלטערן (צי אַפֿילו די עלטערן פֿון זייערע עלטערן) שטאַמען פֿון רומעניע. די בעלנים צו האָבן אַ רומענישן פּאַס דאַרפֿן אויך קענען רומעניש. אויף אַזאַ אופֿן מעגן ווערן רומענישע בירגער הונדערטער טויזנטער מאָלדאָוואַנער, אוקראַיִנער (בפֿרט פֿון בוקאָווינע), ווי אויך ישׂראלים וכ׳. |