פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב זיך עפּעס פֿאַרפּלאָנטערט מיט דער עקאָנאָמיע: מע קען ניט געפֿינען קיין קלאָרע דערקלערונג פֿון דעם קריזיס, וואָס האָט — ניט אויף קאַטאָוועס — אַרומגעכאַפּט אַמעריקע און די גאַנצע וועלט. נאָך מער, מע שרײַבט, אַז עס זײַנען דאָ "פֿאַרשיידענע" מיינונגען וועגן די סיבות פֿון אָט די קרעדיט-אויסשעפּענישן און בענק-פּלאַצענישן.

‫פֿון רעדאַקציע

ס'וואָלט געווען אַ גוזמא צו זאָגן, אַז די ישׂראלים וואַרטן אויף די פּרײַמעריס אין "קדימה" אומגעדולדיק. דער אינטערעס צו דעם, ווער ס'וועט געווינען אין דער רעגירנדיקער פּאַרטיי און זיך שטעלן בראָש דער רעגירונג, וועט ווייניק וואָס ענדערן זייער טאָג־טעגלעכע רוטין; אויף פּראָסט מאַמע־לשון קלינגט עס אַזוי: די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלייערט.

פּאָליטיק
דזשיין בילדער, בײַם רעפּובליקאַנער צוזאַמענפֿאָר אין סיינט־פּאָל, מינעסאָטע, מיט צוויי וואָכן צוריק

דזשאַן מאַק׳קיינס באַשלוס אויסצוקלײַבן די אַלאַסקער גובערנאַטאָרין סאַראַ פּיילין ווי זײַן שותּף פֿאַר וויצע־פּרעזידענט, האָט שטאַרק אָפּגעפֿרישט זײַן קאַמפּאַניע און, לויט אַן אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿון דער "וואַשינגטאָן פּאָסט" און "איי־בי־סי"־נײַעס, האָט מאַק׳קיין איצט אויף 12% מער שטיצע בײַ ווײַסע פֿרויען, ווי באַראַק אָבאַמאַ — 53% קעגן 41%.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס זעט אויס, אַז די צוויי פֿאַרמיאוסט געוואָרענע דערשײַנונגען — דעמאַגאָגיע און די עטנישע מלחמות — וועלן זיך נישט לאָזן אַזוי גיך אויסוואָרצלען און באַזײַטיקט צו ווערן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, שוין אָפּגערעדט פֿון ביוראָקראַטיע און מלוכישער קאָרופּציע, וואָס איז, לויטן אויסדרוק פֿון דעם מדינה־קאָנטראָלער, נאָך געפֿערלעכער ווי דער טעראָר.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס'איז שווער צו זאָגן, ווי אַזוי די גרוזינישע באַפֿעלקערונג באַציט זיך איצט צו דער סאַאַקאַשווילי-רעגירונג, נאָר לעצטנס האָט מען גענומען הערן אַנדערע מיינונגען, פֿון דער אָפּאָזיציע, וועלכע האָט אַ נדר געטאָן צו שווײַגן בעת דער הייסער פֿאַזע פֿונעם קאָנפֿליקט מיט רוסלאַנד. ס'איז קלאָר, אַז גאָר ניט אַלע קלײַבן נחת פֿון די פֿירער, וועלכע האָבן פֿאַרפֿירט דאָס לאַנד אין אַזאַ טעמפּן ווינקל. אָבער קיין פּרטים פֿון דער שטימונג אין דער גרוזינישער געזעלשאַפֿט זײַנען דערווײַל ניט באַוווּסט.

‫פֿון רעדאַקציע

איין וואָך איז אַדורך, זינט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט באַהאַנדלט אין בריסל דעם גרוזינער־רוסלענדישן קאָנפֿליקט און אַרויסגעטראָגן זײַן פּאַרווע פּסק־דין — פֿאַראורטיילן רוסלאַנד, אָבער קיין שום סאַנקציעס קעגן מאָסקווע נישט אָננעמען. און אָט איז פֿאַרבײַ נאָך איין אייראָפּעיִשע אַסיפֿה, שוין אין אַוויניאָן, פֿראַנקרײַך, און ווידער האָבן די אייראָפּעיִשע פֿירער באַשלאָסן זיך אָפּצוהאַלטן פֿון האַרבע מעשׂים קעגן רוסלאַנד,

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ קאָמפּליצירטן מאָמענט לעבט הײַנט איבער די וועלט בכלל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן בפֿרט. די עקאָנאָמיע אַנטוויקלט זיך גאָר ניט אַזוי, ווי עס וואָלט זיך געוואָלט. באַזונדערס שטורעמט אין דעם פֿינאַנציעלן סעקטאָר, וואָס שטעלט אַ שטעמפּל אויף אַלע איבעריקע געביטן. ס'איז דאָך גאָר אַ שלעכטער סימן, אויב די אַמעריקאַנער רעגירונג מישט זיך אַרײַן און הייבט אָן ראַטעווען, דורך אַ פֿאַקטישער נאַציאָנאַליזאַציע, ריזיקע פֿינאַנציעלע אונטערנעמונגען. און דאָס טוט דווקא די רעגירונג, וואָס באַרימט זיך מיט איר פֿילאָסאָפֿיע פֿון מינימיזירן די מלוכישע ראָלע אין וויכטיקע עקאָנאָמישע ענינים.

‫פֿון רעדאַקציע

צווישן די הויפּט־פּאָליטישע אונטערנעמונגען אין דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, וואָס שייך דער מערבֿ־וועלט, פֿאַרנעמט דער צוזאַמענפֿאָר פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד דעם אויבנאָן. די איינציקע פֿראַגע, וואָס איז באַהאַנדלט געוואָרן אין בריסל, איז געווען דער רוסיש־גרוזינישער קאָנפֿליקט אַרום דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע. די צוויי טעריטאָריעס, וואָס געהערן אַדמיניסטראַטיוו צו גרוזיע, האָבן זיך לעצטנס דערקלערט ווי אומאָפּהענגיקע רעפּובליקן, און רוסלאַנד האָט זייער אומאָפּהענגיקייט אָנערקענט.

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אייבי נאַטאַן אין ראַדיאָ־סטאַנציע “קול השלום

“ער האָט ליב געהאַט דאָס לעבן, ער האָט ליב געהאַט מענטשן און ער האָט ליב געהאַט דעם שלום".

מיט אָט דער טרעפֿלעכער כאַראַקטעריסטיק האָט דער פּרעמיער אהוד אָלמערט מספּיד געווען דעם מיטאָלאָגישן שלום־קעמפֿער אייבי נאַטאַן, וועלכער איז פֿאָריקע וואָך געשטאָרבן אין עלטער פֿון 81 יאָר. ער איז געשטאָרבן אין טיפֿער איינזאַמקייט — אָבער ווי עס טרעפֿט גאַנץ אָפֿט מיט מענטשן, וואָס האָבן זייער לעבן געווידמעט דער מענטשהייט און איר אַ סך געגעבן, איז אויך אייבי נאַטאַן געוואָרן פֿאַרלאָזט און פֿאַרגעסן אויף דער עלטער, ווען ער האָט שוין נישט געהאַט מער וואָס צו געבן דעם פֿאָלק און דער מענטשהייט.

‫פֿון רעדאַקציע

צו דערנענטערן ווירטועל די צײַט פֿון יענער "היסטאָרישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ", דרוקן מיר איבער אַ גרעסערן אויסצוג פֿונעם לייט־אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס", דעם 12טן סעפּטעמבער 1908. די וויכטיקייט פֿון אייניקע אײַנשטעלונגען פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן, זײַנען געבליבן אַקטועל ביזן הײַנטיקן טאָג.

פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שאַריגראָד

צווישן די פֿילצאָליקע ייִדישע מיגראַציעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז איינע פֿאַרבליבן כּמעט אומבאַמערקט. דאָס איז געווען די יציאת-השטעטל אין אָנהייב פֿון די 1990ער יאָרן, ווען די לעצטע ייִדישע תּושבֿים האָבן פֿאַרלאָזט די שטעטלעך אין פּאָדאָליע און בעסאַראַביע — שאַריגראָד, יאַמפּיל, טאָמאַשפּיל, בערשאַד, אָטעק, אוריוו. אמת, עס בלײַבן נאָך דאָ און דאָרטן עטלעכע ייִדישע נפֿשות, דאָס רובֿ עלטערע מענטשן, אָבער די ייִדישע הײַזער, וועלכע מע דערקענט פֿונעם ערשטן בליק, שטייען פּוסט און ליידיק, און ווערן בהדרגה פֿאַרוואַנדלט אין קופּעס מיסט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

גרוזינישע ווײַנען פֿאַרקויפֿט מען ניט, בדרך-כּלל, אין געוויינטלעכע מערבֿדיקע געשעפֿטן. אין ניו-יאָרק, לאָנדאָן, תּל-אָבֿיבֿ צי בערלין קען מען עס זייער גרינג קריגן אין די רוסישע קראָמען. האָב איך ניט לאַנג צוריק טאַקע געקויפֿט אַ פֿלעשל "קינזמאַראַולי" — איך האָב זיך דערמאָנט, אַז מיט אַזאַ ווײַן האָט מען זיך פּאָסמאַקעוועט אויף אונדזער חתונה, וואָס איז געווען אין מאָסקווע מיט אַריבער דרײַ יאָרצענדליק צוריק. אָבער איצט, נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס, איז געווען מאָדנע צו טרינקען דעם דאָזיקן ווײַן. עס האָט אַ טעם, וואָס איז זייער ספּעציפֿיש צי אַפֿילו אויסטערליש און איז אויסגערעכנט אויף די יחידי-סגולה וואָס האָבן עס ליב.