- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אינטערעס צום שטעטל האַלט אין איין וואַקסן. אַלץ מער מענטשן, בפֿרט ווען זיי ווערן עלטער, ווילן זיך דערוויסן וועגן זייערע "וואָרצלען", וועגן דעם לעבנס־שטייגער פֿון זייערע אָבֿות אין דער אַלטער היים. די נאַטור פֿון דער מענטשלעכער טבֿע איז אַזאַ, אַז אַן אינטערעס צום עבֿר ווערט אויפֿגעוועקט אין אַ מאָמענט, ווען קיין ממשותדיקע שפּורן פֿון דעם אַמאָליקן לעבן זײַנען שוין כּמעט נישטאָ, אָבער דער אָנדענק נאָך זיי איז נאָך אַלץ לעבעדיק. דער וואַל־געיעג אין אַמעריקע איז געקומען צו זײַן "פֿיניש", אָבער דער אַזאַרט, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט כּמעט די גאַנצע באַפֿעלקערונג, צאַפּלט נאָך אין די הערצער, סײַ בײַ די געווינער, וואָס האָבן "געשטעלט" אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ און סײַ בײַ די פֿאַרלירער, וואָס האָבן דערוואַרט צו זען אין "ווײַסן הויז" דזשאָן מאַק‘קיין. אין דער ערשטער סצענע פֿונעם נײַעם, אומגעוויינטלעכן פֿילם "בית־אַבֿי" (פֿאָטערלאַנד)*, פֿאָרט אַ משׂא־אויטאָ מיט אַ גרופּע יונגע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן איבערן ארץ־ישׂראלדיקן מידבר. דאָס יאָר איז 1948, דער סאַמע ברען פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, און די יונגע לײַט האָט מען, אַ פּנים, אַרײַנגעשמוגלט, כּדי צו ווערבירן מער קעמפֿער פֿאַר דער "הגנה". בעת די באַזאָרגטע פּנימער שאָקלען זיך אין דער פֿינצטער, זינגט איינער שטיל, מיט אַ צעבראָכן קול, איציק מאַנגערס אומעטיק ליד: ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט אין דער דײַטשיש־ייִדישער סבֿיבֿה אויפֿגעפֿלאַקערט אַ וויכּוח וועגן דעם אָרט פֿון ייִדן אין דער דײַטשישער קולטור. די אַנטיסעמיטן, צווישן זיי דער קאָמפּאָזיטאָר ריכאַרד וואַגנער, האָבן לאַנג געטענהט, אַז ייִדן זײַנען בטבֿע ניט שעפֿעריש און קאָנען בלויז נאָכמאַכן, פֿאַרטײַטשן און פֿאַרשפּרייטן די "עכטע" קולטורעלע ווערטן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן דורך אַנדערע פֿעלקער. אַ סך ייִדן זײַנען מסכּים געווען מיט אַזאַ מיינונג, אָבער ניט מיטן פּסק־דין. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרעזידענטישער וואַל-קאַמפּאַניע האָבן די צוויי הויפּט-צדדים געהאַט אַ סך אונטערשיידן. איינער פֿון זיי איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דער דעמאָקראַטישער צד איז געווען מער אינטעליגענט, אין דעם אַלטן אייראָפּעיִשן זין פֿון דעם באַגריף. עס זײַנען דאָ ניט ווייניק דערקלערונגען פֿון "אינטעליגענטישקייט", אָבער איך וועל ברענגען די דעפֿיניציע, וועלכע עס האָט בשעתּו געגעבן הלל ראָגאָף, איינער פֿון די געוועזענע "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָרן. דער באַקאַנטער שרײַבער, געזעלשאַפֿטלעכער טוער, געווינער פֿונעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום אלי וויזעל איז ממשיך אויך ווײַטער, נישט געקוקט אויף זײַן עלטער, צו פֿירן זײַן פּעדאַגאָגישע און וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט אינעם באָסטאָנער אוניווערסיטעט, ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון עטיק און רעליגיע. דווקא דאָרט, אין דעם חשובֿן אַקאַדעמישן לערן־אַנשטאַלט, איז פֿאָרגעקומען די דרײַטאָגיקע וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם 80־יאָריקן יוביליי פֿון אלי וויזעל. האָבן מיר שוין אין אַמעריקע אַ נײַעם 44סטן פּרעזידענט. זײַן פֿולער נאָמען איז באַראַק כוסיין אָבאַמאַ. זײַן טאַטע איז געווען אַ שוואַרצער מוסולמענער און די מאַמע אַ ווײַסע קריסטלעכע. ער איז 47 יאָר אַלט, גלענצנדיק געבילדעט און האָט געמאַכט אַ קאָפּדרייענדיקע פּאָליטישע קאַריערע. מיט איין וואָרט, אַ שפּיגעלע פֿון זײַן לאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט; דאָס גרעסטע לאַנד מיט אַ מוסטער־קאָנסטיטוציע און אַנטוויקלטסטער דעמאָקראַטיע. איין קלייניקייט: אַ שוואַרצער בירגער איז געוואָרן איר פּרעזידענט! די וואָרענונג אויף דער וואַנט די וואָרענונג באַווײַזט זיך אויף דער וואַנט אין די לעצטע יאָרן יעדן אָנהייב נאָוועמבער, ווען עס פֿאַלט אויס דער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. זי הענגט שוין אַזוי די אַלע דרײַצן יאָר, און אַפֿילו אין משך פֿון אַלע טעג פֿון דעם יאָר, נאָר מען לייגט שוין נישט אַזוי קיין אַכט, אַזוי ווי אויף יעדער זאַך, צו וועלכער מען געוווינט זיך צו. אָבער זי וועקט זיך אויף צו יעדן יאָרטאָג און מיט יעדן יאָר ווערט די וואָרענונג אַלץ שאַרפֿער און דראָענדיקער, ביז וואַנען זי הייבט אָן אַראָפּצושרײַען פֿון די ווענט. דעם 8טן דעצעמבער 1991 איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי-גערופֿענער "בעלאָוועזשער אָפּמאַך", וועלכער האָט געבראַכט צום סוף פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הגם דאָס האָט, אין תּוך אַרײַן, אויך באַטײַט דעם סוף פֿון סאָוועטישן קאָמוניזם, האָבן אַ סך געוועזענע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי אָפּגעהיט פֿאַר זיך צענטראַלע פּאָזיציעס אין נאָך-סאָוועטישע לענדער. איינער פֿון דער אַלטער גוואַרדיע פּראָפּאַגאַנדיסטן איז מיכאַיִל פּאָלטאָראַנין, דער 69־יאָריקער באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון ברעזשנעווס תּקופֿה און דער פּרעסע-מיניסטער אין יעלצינס רעגירונג. מיט העכער אַ חודש צוריק האָב איך אין קורצן איבערגעגעבן וועגן די צוגרייטונגען צו די וואַלן פֿאַר אַ נײַעם ראָש־העיר — בירגערמײַסטער פֿון עיר־הקודש ירושלים — די הויפּשטאָט פֿון אונדזער מדינה. דאַן איז עס געווען נאָך פֿאַר די ימים־נוראָים און די דאַטע פֿון די וואַלן האָט אויסגעזען צו זײַן אַ ווײַטע מעטע, ביז דעם 11טן נאָוועמבער הײַיאָר. ווען מ'צערעדט זיך אַמאָל און איך דערמאָן עמעצן, אַז איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן "פֿאָרווערטס", קריג איך אָפֿט מאָל אַזעלכע רעאַקציעס: "איך גלייב עס נישט. דער ׳פֿאָרווערטס׳ גייט נאָך אַרויס?!", אָדער: "איך געדענק ווען מײַנע עלטערן פֿלעגן לייענען דעם ׳פֿאָרווערטס׳ יעדן טאָג. אָבער איך קען נישט לייענען קיין ייִדישן אות און מײַן ייִדיש איז צעבראָכן. איך ברעך זיך די ציין איבער יעדן וואָרט." דער אָנגייענדיקער פֿינאַנציעלער קריזיס וואָלט אונדז געמעגט דערפֿירן צו פֿאַרשיידענע שאלות וואָס מיר אַלע (אַרײַנגערעכנט אונדזערע פּאָליטיקער און אינטעלעקטואַלן מכּלערליי מינים) האָבן זיך שוין פֿון לאַנג געווען געדאַרפֿט פֿרעגן: וואָס וועט אייגנטלעך זײַן די צוקונפֿט פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע וואָס שטיצט זיך אַזוי שטאַרק אויפֿן דויערנדיקן כּוח און וווילזײַן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿון מערבֿ־אייראָפּע? |