- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ישׂראל גייט צו נײַע וואַלן. די דאַטע צו דעם איז באַשטימט געוואָרן אויפֿן 10טן פֿעברואַר 2009. דאָס מיינט, אַז אין "ווײַסן הויז" וועט שוין צו יענער צײַט באַלעבאַטעווען דער נײַער פּרעזידענט. צי איז עס וויכטיק? מסתּמא יאָ, ווײַל פֿאַר ישׂראל איז תּמיד וויכטיק געווען צו פֿילן אין וואָסער זײַט בלאָזט דער ווינט פֿון וואַשינגטאָן. צי האָט עס געהאָלפֿן? נישט יעדעס מאָל, אָבער אין די קריטישע מאָמענטן האָט אַמעריקע אונטערגעשטעלט אַ פּלייצע.
אַ פּלאַן פֿון אַן אַטענטאַט אויף אָבאַמאַ מאָנטיק, האָט די פּאָליציי אַרעסטירט צוויי "גאָלע־קעפּ" ("סקינהעדס") פֿון טענעסי און אַרקענסאָ, און זיי באַשולדיקט אין צוגרייטן אַן אַטענטאַט אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ. די צוויי בחורים האָט מען באַשולדיקט אין פֿאַרמאָגן אומלעגאַל געווער, פּלאַנירן צו גנבֿענען געווער און אין שטעלן אין סכּנה דאָס לעבן פֿון אַ קאַנדידאַט פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט. אַ פֿעדעראַלער אַגענט האָט אין אַ ראַפּאָרט, געשריבן, אַז די צוויי יונגען האָבן געוואָלט אומברענגען אַן ערך 88 שוואַרצע תּלמידים אין אַ שול און אָפּהאַקן די קעפּ פֿון 14 פֿון זיי. די צוויי נומערן — 14 און 88 — זענען סימבאָלן אין דער ראַסיסטישער, נאַצישער "גאָלע־קעפּ"־קולטור. דער איצטיקער עקאָנאָמישער קריזיס קען אַרײַנטראָגן היפּשע ענדערונגען אויך אין דער פּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון דער געוועזענער אייראָפּעיִשער קאָמוניסטישער וועלט, און קיינער ווייסט ניט, וואָס פֿון דעם אַלץ וועט זיך באַקומען. רוסלאַנד בלײַבט אַ מעכטיקער פֿאַקטאָר אין דער גאַנצער מעשׂה. ניט געקוקט אויפֿן פֿאַרלירן לעצטנס צענדליקער ביליאָנען דאָלאַרן בײַ די פֿאַלנדיקע פּרײַזן פֿון נאַפֿט און אויף דעם פֿינאַנציעלן קריזיס גופֿא, זיצט נאָך אַלץ מעדוועדיעוו-פּוטינס רעזשים אויף ריזיקע געלט-זאַפּאַסן, אַקומולירטע אין די גוטע יאָרן. אַן אַלטער וויץ גייט אַזוי: אַ ייִד איז געגאַנגען זוכן אַ דירה, און געפֿונען איינע, וואָס איז אים געפֿעלן געוואָרן. דער בעל־הבית האָט אים אָבער אָנגעזאָגט, אַז קיין קינדער טאָרן דאָרט נישט וווינען, און דער ייִד האָט מסכּים געווען. אָבער באַלד ווי דער נײַער לאָקאַטאָר האָט זיך אַרײַנגעצויגן, האָט זיך פֿון דער דירה דערהערט אַ טומל. האָט דער בעל־הבית אָנגעקלאַפּט אין דער טיר. ווען דער לאָקאַטאָר האָט אים געעפֿנט, האָט דער בעל־הבית דערזען אַ שטוב פֿול מיט קינדער. טשערנאָוויץ קאָן מען מיט רעכט צוטיילן דעם טיטל פֿון דער שענסטער שטאָט אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. צום גרויסן טייל איז דאָס אַ פֿאַרדינסט פֿון דעם בירגערמײַסטער מיקאָלאַ פֿעדאָרטשוק. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט אויסגענוצט די פֿײַערונג פֿון דעם 600־יעריקן יובֿל ווי אַ גוטע געלעגנהייט דורכצופֿירן אַן אַרומנעמיקע רעסטאַווראַציע פֿון די געבײַדעס און גאַסן, כּדי אומצוקערן דער שטאָט דעם אַמאָליקן טעם. טשערנאָוויץ איז תּמיד געווען אַ מין יוצא־מן־הכּלל, אַ שטאָט מיט אַן אייגענעם פּנים און כאַראַקטער, וואָס פֿירט אַן אייגן לעבן און האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו די אַרומיקער סבֿיבֿות. איך זאָג פֿאַרציילן און נישט דערציילן ווײַל דאָס הער איך פֿון מײַנע פֿרײַנד וואָס רעדן נאָך אַלץ זייער טאַטע־מאַמע־לשון. איך ווייס צו מאָל נישט וווּ אָנצוהייבן, ווײַל איך וויל נישט פֿאַראַלגעמיינערן דעם ענין. זיכער האָבן נישט אַלע אַדורכגעמאַכט די זעלביקע ליידן ווי די פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿון מײַנע עלטערן. פֿאַרקערט. נאָך דעם ווי איך האָב זיך אַרומגעקוקט, זינט מײַנע טאַטע־מאַמע זײַנען געשטאָרבן, קען איך דערמאָנען אַ פּאָר משפּחות וואָס האָבן געהאַט קינדער קרובֿ צום אויסבראָך פֿון דער מלחמה. די וואָך, אין די לעצטע טעג פֿון די ייִדישע יום־טובֿים, איז אין מינסק אָפּגעמערקט געוואָרן דער 65סטער יאָרצײַט, זינט ס‘זײַנען ליקווידירט געוואָרן די לעצטע ייִדן אויף דער טעריטאָריע פֿון ווײַסרוסלאַנד. סוף זומער 1943 האָבן זיך אין די געטאָס פֿונעם אָקופּירטן ווײַסרוסלאַנד נאָך געפֿונען אַרום 30 טויזנט ייִדן. די לעצטע ייִדן, פֿון די געטאָס אין די שטעטלעך גלובאָקאָ און לידע, ווי אויך די רעשטלעך פֿון מינסקער געטאָ, זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן דעם 23סטן אָקטאָבער. ציפּי ליבֿני וואַרפֿט אָפּ די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ציפּי ליבֿני נעמט אָן די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ש״ס שליסט זיך אָן אין דער רעגירונג (אין וועלכער דער ש״ס איז דערווײַל נאָך אַ מיטגליד אונטער דער צײַטווײַליקער אָנפֿירונג פֿון אהוד אָלמערט)... דער פֿינאַנץ־מיניסטער רוני בר־אָן שטעלט זיך שאַרף אַנטקעגן די פֿאַרלאַנגען פֿון ש״ס און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די קאָאַליציע, כּדי צו ראַטעווען די מלוכישע קאַסע... רוני בר־און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די מלוכישע קאַסע, אונדזער קלאַסיקער, שלום-עליכם, האָט געעצהט, אַז ווען עפּעס אַן ענין ווערט נימאס-ומאָוס, דאַרף מען בײַטן די טעמע און זיך ווענדן צו מער פֿריילעכע זאַכן, אַזעלכע ווי כאָלערע אין אָדעס. איך לייג פֿאָר צו פֿאַרגעסן, לכל-הפּחות, אויף עטלעכע מינוט, וועגן די וואַלן אין אַמעריקע און אַ קוק טאָן, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די וואַלן אין די לענדער, בשכנות מיט רוסלאַנד. אין יענעם טייל פֿון דער וועלט פֿילט מען באַזונדערס שאַרף די נאָכווייענישן פֿון דער רוסיש-גרוזינישער מלחמה. זי האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל סײַ אויף די צווישן-מלוכישע באַציִונגען, סײַ אויף דער צעשטעלונג פֿון די פּאָליטישע כּוחות אין די לענדער גופֿא. בײַ אַברהם רייזענען איז דאָ אַ קורצע דערציילונג, אין וועלכער דער הויפּטהעלד חלומט וועגן אַ קוק טאָן אויף אַמעריקע מחוץ ניו-יאָרק. זײַן חלום איז ניט באַשערט געווען מקוים צו ווערן, ווײַל ער, אַ פּראָסטער ייִדישער אַרבעטער, האָט ניט געהאַט קיין געלט אויף אַזעלכע עקסקורסיעס. מײַן מצבֿ איז, גאָט צו דאַנקען, ניט אַזוי דראַמאַטיש, אַזוי אַז איך קען זיך דערלויבן אַזאַ וווילטאָג — נעמען אַן אויטאָ און זיך אַרויסכאַפּן אויף עטלעכע טעג פֿון דער שטאָט. יעדעס יאָר קומט עס פֿאָר פֿאַר די ייִדישע יום־טובֿים, און ס‘איז שוין אַרײַן אין שטייגער פֿונעם ישׂראל־לעבן. קיין אויסנאַם איז עס נישט געוואָרן אויך די איצטיקע יום־טובֿים, און מיר לייענען אין די לעצטע ידיעות, אַז לויט דער פֿאַראָרדענונג פֿונעם שוץ־מיניסטער, וועט פֿונעם 13טן ביזן 21סטן אָקטאָבער, דאָס הייסט, אויף די טעג פֿון יום־טובֿ סוכּות, אײַנגעפֿירט ווערן אַ "פֿולע בלאָקאַדע פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע". מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט אַ ישׂראלדיק פּאָרפֿאָלק געבראַכט זייער 1/2־2 יאָריק קינד קיין אַמעריקע אויף אַ מעדיצינישער באַהאַנדלונג. דאָס קינד האָט געהאַט אַ טומאָר אין מוח, און דער איינציקער דאָקטער וואָס איז געווען גרייט עס צו אָפּערירן האָט זיך געפֿונען אין סאַן־פֿראַנציסקאָ. די משפּחה האָט אָבער נישט געהאַט קיין קרובֿים אָדער גוטע פֿרײַנד אין דער סאַן־פֿראַנציסקאָ־געגנט, וואָס זאָלן זיי בײַשטיין במשך פֿון דער שווערער צײַט. |