- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף חודש האָט מען אין דער כּנסת, אויף דער רעפּאַטריאַציע־ און אַבסאָרבציע־ קאָמיסיע אַרומגערעדט די פֿראַגע וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איצט אומאָפּהענגיקע מלוכות. ווי עס ווערט דערקלערט, וועלן אין משך פֿון די קומענדיקע 30 יאָר אונטערגיין דאָרט די לעצטע ייִדישע קהילות. און געשען וועט עס נישט ווײַל די ייִדן, וואָס וווינען נאָך דאָרט, וועלן זיך בשלום אַריבערפּעקלען קיין מדינת־ישׂראל, נאָר פֿאַרקערט — זיי וועלן זיך אָדער אין גאַנצן צעשמעלצן צווישן דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג, אָדער אַוועקפֿאָרן אין אַנדערע לענדער. אויפֿן 20סטן קאָנגרעס פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פֿעברואַר 1956, נאָך סטאַלינס טויט, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו — דאַן דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטיי, און פֿון 1958 ביז 1964 אויך דער פּרעמיער־מיניסטער — אין זײַן רעדע געטאַדלט די ברוטאַלע מעשׂים פֿון סטאַלינען און מיט דעם האָט זיך אָנגעהויבן דער דעסטאַליניזאַציע־פּראָצעס. ס׳איז אָנגעקומען פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן לינגוויסט און פּרעכטיקן ייִדיש־קענער צבֿי סדן, וואָס אַ מאָל, איידער ער איז געקומען פֿון יאַפּאַן קיין ישׂראל, האָבן מיר אים אַלע געקענט ווי טסוגייאַ (צוויקאַ סאַסאַקי). דער פֿאָרויסגעזעענער סדר־היום פֿון אַ קאָנפֿערענץ וועגן ישׂראלדיקער שפּראַך־פּלאַנירונג, וואָס וועט סוף זומער פֿאָרקומען אין בר־אילן־אוניווערסיטעט (אין די זעלבע טעג, ווען מען פֿײַערט אויף דער וועלט דעם 100סטן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ). אַ 30־יאָריקער ייִדישער בחור ברענגט אַהיים זײַן מיידל, זי זאָל זיך באַקענען מיט זײַנע טאַטע־מאַמע. די עלטערן זענען שטאַרק אַנטוישט, וואָס זי איז נישט קיין ייִדישע, אָבער זיי שווײַגן, ווײַל זיי זעען, אַז זי איז אַ סימפּאַטישע, אַ קלוגע, און אַז זייער זון האָט זי ליב. אַ קורצער מיטל־יאָריקער מאַן הערט תּמיד ווי זײַנער אַ מיטאַרבעטער לאַכט אויס זײַן וווּקס. זײַנע קאָמענטאַרן שטעכן אים, אָבער ער מאַכט זיך נישט־וויסנדיק. דער אונגעריש־ייִדישער שרײַבער, פּאָעט, און רעדאַקטער פֿונעם חודשלעכן זשורנאַל "סאָמבאַט", גאַבאָר ט. סאַנטאָ, איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט אין 1966. נאָך זײַן ראָמאַן "מיזרחדיקע וואָקזאַל, לעצטע סטאַנציע", 2002, וועגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט ער געדרוקט אַ באַנד דערציילונגען "אונטערן קוועטש פֿון ליידיקע שטיוול", 2004, אין וועלכן ער באַשרײַבט דעם ייִדישן גורל נאָכן חורבן אין אונגערן. דאָס בוך האָט מען איבערגעזעצט אויך אויף רוסיש. אין אַ קאַפֿע אין בודאַפּעשט האָבן מיר געהאַט אַ געלעגנהייט צו שמועסן. "סאָמבאַט" איז אַ וויכטיק אומאָפּהענגיק קול פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט. סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך איז געמאַכט געוואָרן נאָך איין פּרוּוו "צוצורעדן" די טעהעראַנער רעגירונג אָפּצושטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם און מיטאַרבעטן מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור פֿון נוקלעאַרן קאָנטראָל. פֿאָרשטייער פֿון די זעקס פֿירנדיקע לענדער (פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד, ענגלאַנד, כינע, פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד) האָבן זיך געטראָפֿן מיטן אויסערן־מיניסטער פֿון איראַן, סאַיִד דזשאַליל, און אים געוואָרנט, אַז אין משך פֿון צוויי וואָכן מוז איראַן געבן אַן ענטפֿער — אָדער יאָ, אָדער ניין! אַנדערש וועלן קומען נאָך שטרענגערע שטראָף־סאַנקציעס... פֿאָרשער, און סתּם פֿאַראינטערעסירטע מענטשן, וועלכע האָבן יאָרן לאַנג געניצט די "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" (ירושלים, 1971) ווי דער פּוסק־אַחרון צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אָפֿט באַמערקט, אַז דאָס אײַנקוקבוך, וואָס האָט באַדאַרפֿט אַרויסווײַזן אָביעקטיווקייט, האָט געהאַט זײַנע בולטע פּרעפֿערענצן און פֿאָראורטלען. קודם, האָט מען געזען אַן אומיושר בײַם באַשליסן ווער ס׳פֿאַרדינט זײַן אייגענע פּאָזיציע אינעם ווערק; און צווייטנס, האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס געוויסע טוער און שרײַבער האָבן פֿאַרדינט צוויי אָדער דרײַ מאָל אַזוי פֿיל אָרט אין זייער באַשרײַבונג ווי אַנדערע. "בראָניסלאַוו גערעמעק — דער העלד פֿון פּוילנס פֿרײַהייט" אַן אויסטערליש אימפּאָזאַנטער לוויה־צוג פֿון פּאַראַדנע אויטאָס האָט הײַנטיקע וואָך אַדורכגעשניטן די גאַסן פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט אויפֿן וועג פֿון דער קאַטעדראַלע פֿון הייליקן יאַן אין דער אַלטשטאָט פֿון וואַרשע ביז צו דעם קאָמונאַלן מיליטערישן צווינטער אין דער פֿאָרשטאָט פּאַוואָנזעק. דאָרט איז דער מת באַערדיקט געוואָרן מיטן העכסטן פּאַראַד פֿון אַ הויכגעשאַצטן פּוילישן מלוכה־מאַן. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז דער עלטערער דור, וועלכער האָט זיך געכאָוועט אין די ייִדיש־וועלטלעכע שולן, ווילן פֿאַרזיכערן די וועלט אַז זיי קענען באמת רעדן ייִדיש. זיי קענען בעבטשען ייִדיש, אָבער רעדן ווי ס׳האָבן גערעדט זייערע עלטערן און די דורות פֿאַר זיי איז נישטאָ צו דעם קיין פֿאַרגלײַך. די נײַ־אויסגעלערנטע ייִדיש־קענערס רעדן אַ קלאַסצימער־ייִדיש, מסתּמא גענומען קלאַסן בײַ לערער וואָס האָבן אַליין געקענט אַ קלאַסצימער־ייִדיש. פֿאַראַן דאָ און דאָרט לערער, דווקא פֿון די יונגע, וואָס קענען יאָ דאָס מויל עפֿענען אויף ייִדיש און ס’גרילצט נישט אין אויער, נאָר פֿאַרקערט, ס’טוט הנאה. מע קען זאָגן, אַז אין רומעניע בין איך ביז אַהער ניט געווען, אויב ניט רעכענען די עטלעכע שעה אין 1990. דעמאָלט זײַנען מיר, מײַן ווײַב און איך, געפֿאָרן קיין בולגאַריע און די באַן איז אין משך פֿון עטלעכע שעה געבליבן שטעקן אויף דער רומענישער טעריטאָריע. מע האָט אונדז געבעטן פֿאַרמאַכן אַלע פֿענצטער, כּדי ניט האָבן צו טאָן מיט די הונדערטער בעטלערס, דער עיקר, ציגײַנערשע קינדער, וועלכע האָבן זיך אויסגעשטעלט פּאַזע די רעלסן. אָבער געבעטן האָבן אויך די זעלנער-גרענעצלער. זיי האָבן עס קאָמבינירט מיט קאָנטראָלירן אונדזערע פּעסער. די דראַמע האָט זיך אָנגעהויבן פּונקט מיט פֿיר יאָר צוריק, ווען די ישׂראל־רעגירונג האָט באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די שטחים אין עזה און צעשטערן דאָרט אַלע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע געבײַדעס. ס‘וואָלט זיך אַוודאי געוואָלט פֿאַרגעסן אָט די נאַציאָנאַלע בושה, ווען טויזנטער נפֿשות — קליין און גרויס — שוין אײַנגעוואָרצלט אין זייער ערד, מיט אַן אײַנגעפֿונדעוועטן פֿאַרשטאַנד און געפֿיל, דעם 12טן יולי איז געוואָרן צוויי יאָר זינט ס’האָט אויסגעבראָכן די צווייטע לבֿנון־מלחמה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי דעם 25סטן יוני האָט דער “כאַמאַס" אַטאַקירט אָ פּאָזיציע פֿון דער ישׂראל־אַרמיי נעבן עזה, דערהרגעט 2 סאָלדאַטן און פֿאַרכאַפּט דעם סאָלדאַט גלעד שליט. די “כעזבאָלאַ"־מיליטאַנטן, פֿון זייער זײַט, האָבן דעם 12טן יולי אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן מיליטערישן פּאַטראָל, דערהרגעט 8 און פֿאַרכאַפּט 2 סאָלדאַטן: אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו. |