פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי נאָר איך האָב זיך באַקענט מיט אַבֿרהם אָבֿינון, בין איך אים געווען שטאַרק דאַנק­באַר פֿאַרן צעברעכן אַלע געצן און גע­טשקעס, אַלע איקאָנעס, אַלע עבֿודה־זרות און אַלע אָפּגעטער, ווײַל אַבֿרהם האָט גע­פֿונען זײַן ייִדישן גאָט. דאַכט זיך, פֿונעם גאַנצן תּנ״ך האָב איך דווקא נאָך יונגערהייט אויס­געקליבן אַבֿרהם אָבֿינון פֿאַר מײַן אידעאַל. דער ערשטער ייִד — אַן אמת־זוכער, דער געדאַנקען־שלײַפֿער.

‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך איז אין וואַשינגטאָן אָפּגע­האַלטן געוואָרן דער באַריכט אויף דער טעמע "פֿעלקער אין אַנטוויקלונג — 2008: אויטאָריטאַריזם און די נײַע איבערטיילונג פֿון אייראָפּע", צוגעגרייט פֿון דער אַמעריקאַנער מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע Freedom House (נישט קיין רעגירונג־אינסטיטוציע, געגרינדעט אין 1941).

אין די הויפּט־פּונקטן פֿון דעם דאָזיקן באַריכט גייט אַ רייד וועגן דרײַ הײַנטיקע אומאָפּהענגיקע מדינות — רוסלאַנד, קאַ­זאַכסטאַן און אַזערבײַדזשאַן — און זייער אַנטוויקלונג אין די לעצטע 10 יאָר.

‫רעפּאָרטאַזשן
אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם וואָלטשענעצער ייִדישן מאָלער, לאָניע קאָפּעלמאַן

פֿינפֿטער טייל — וואָלטשענעץ

אויף דער מאַפּע קען מען קוים גע­פֿינען דאָס דערפֿל, וואָלטשענעץ, וווּ מײַן עלטער־פֿעטער, סרול (ישׂראל) גאָטעסמאַן, האָט געהאַט זײַן קרעטשמע. האַרט בײַ דער רומענישער גרענעץ, אויף דרום פֿון טשער­נאָוויץ, געפֿינט זיך דער ייִשובֿ, וואָס הײַנט הייסט ער "סטאַרי (אַלט)־וואָווטשענעץ". להיפּוך צו אונדזער באַזוך אויפֿן בית־עולם אין זוויניעטשקע מיט אַ טאָג פֿריִער, האָב איך געוווּסט, אַז אונדזער איבערלעבונג אין דאָרף וועט זײַן אַנדערש.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישטאָ מער קיין אידיליע, קיין שלום־בית, אין דער איצטיקער רעגירונג פֿון ישׂראל. נאָכן איבערקומען די ברויזנדיקע תּקופֿה פֿון מער ווי צוויי יאָר אין אַ זעל­טענער אידיליע, איז זי איצט געוואָרן אַ רעגירונג, וואָס האָט פֿאַרלוירן דעם פּאָלי­טישן צוטרוי צו זיך אַליין. פֿאָרמעל אָבער "לעבט זי נאָך", און אַפֿילו גאַנץ עפֿעקטיוו, אויך אָן דעם צוטרוי פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. איר גורל וועגט זיך אָבער אין די עצם שעהן ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער סאַודיער מיניסטער פֿון נאַפֿט, שייך אַלי אַל־נואַמי, האָט לעצטנס, בשעת אַ צוזאַמענטרעף פֿון די "אָפּעק"-לענדער, אַ זאָג געטאָן: "געדענקט, אַז די שטיין-תּקופֿה האָט זיך פֿאַרענדיקט ניט ווײַל דער פֿאַרצײַטיקער מענטש האָט אויסגעשעפּט דעם קוואַל פֿון שטיינער". דאָס איז געווען אַן ענטפֿער אויף די פֿאָדערונגען אויס­צואַרבעטן מער נאַפֿט. דער געדאַנק איז געווען אַ קלאָ­רער, דהײַנו: מע דאַרף זוכן סובסטיטוטן פֿאַר נאַפֿט.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַלץ וואָס מ'דאַרף הײַנט האָבן איז צוויי אויגן, צו זען וואָס ס'טוט זיך אונטער אונדזער נאָז. די קינדערלעך וואַקסן אונטער קליגער, פֿעיִקער און טאַלאַנטירטער. ממש אַן אָפּקלײַב פֿון די רעשט גרינע עפּל אין קויש. ווי אַזוי ווייסן דאָס די גליקלעכע טאַטע־מאַמע? זייער קינד האָט מען אויסגעקליבן און אַרײַנגעזעצט אין די קלאַסן צווישן די געבענטשטע, די באַשאָנקענע מיט פֿײַער­דיקע קעפּ.

‫פֿון רעדאַקציע

מיר ווייסן נישט, צי אין אַראַביש אָדער אין עבֿרית איז דאָ אַזאַ ווערטל, אָבער אין ייִדיש קלינגט עס אַזוי: "די שטוב ברענט, און דער זייגער גייט". בערך אַזוי קאָן מען אָפּשאַצן דעם מצבֿ הײַנט אין ישׂראל, ווען סײַ די ישׂראלים, אויף זייער אופֿן, און סײַ דער פּאַלעסטינער "כאַמאַס", ווי זיי קענען, גייען ווײַטער אָן מיט די מיליטערישע אַקציעס איינער קעגן דעם אַנדערן; אָבער אין דער זעלבער צײַט, אין עגיפּטן, פֿירן ביידע צדדים פֿאַרהאַנדלונגען וועגן אַ פֿײַער־איבעררײַס און שליסן סוף־כּל־סוף אַן אָפּמאַך, וואָס וועט זיך אָנהייבן דעם 19טן יוני, 6 אַזייגער אינדערפֿרי.

‫רעפּאָרטאַזשן, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט זיך געעפֿנט אין ישׂראל דער 67סטער יערלעכער ביכער־יריד. במשך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָט דער דאָזיקער יריד זיך שטאַרק אַנט­וויקלט אין פֿאָרעם, אין איכות און אין מהות. פֿון “שבֿוע הספֿר העבֿרי" — אַ וואָך פֿון העברעיִשן בוך, איז עס פֿאַרוואַנדלט גע­וואָרן אין אַ יריד פֿון אַ גאַנצן חודש.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ישׂראל געהערט צו די לענדער אויף דער וועלט וואָס האָט נישט קיין געשריבענע קאָנסטיטוציע; אָבער זי ווערט אָנגעפֿירט קאָנסטיטוציאָנעל פֿונעם ערשטן טאָג אָן זינט איר אַנטשטייונג. דער ערשטער דאָקו­מענט ווײַזט פֿאַקטיש אָן דעם וועג צו רע­גירן אין ישׂראל, איז ישׂראלס “מגילת־העצמאות", די אומאָפּהענגיקייט־פּראָקלאַמי­רונג פֿון 14טן מײַ 1948.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בײַם שטיין פֿון מײַן עלטער־זיידן,יונה (בן חיים) פֿישבאַך ז״ל

געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל
בײַם ברעג פֿון נעסטער אין טאָל
אײַנגעוויקט אין חלומות
געווען אַזאַ שטעטל אַמאָל
("געווען אַמאָל איז אַ שטעטל" פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן)


ווען איך האָב געטראַכט מיט אַ יאָר צוריק וועגן דער נסיעה קיין אוקראַיִנע, האָב איך שוין דעמאָלט זיך פֿאָרגעשטעלט וואָס פֿאַר אַ נס, ס‘וואָלט געווען, ווען איך געפֿין מײַן עלטער־זיידנס קבֿר אינעם בוקעווינער שטעטל, וואָס מיר רופֿן אין אונדזער משפּחה — דאָס "וויגעלע" פֿון די גאָטעסמאַנס, זווי­ניעטשקע, בײַם טײַך נעסטער.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך זיך אינטערעסירט מיט אַ ייִדישן שרײַבער, וועגן וועלכן מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען זייער ווייניק אינפֿאָרמאַציע. אין עפּעס אַ מאָמענט האָב איך זיך דערפֿרייט, ווען אין אינטערנעץ איז אויסגעשוווּמען דער נאָמען פֿונעם שרײַבערס זון, אַן אַמעריקאַנער קינסטלער. אָבער קיין סך נחת האָט מיר דער קאָנטאַקט ניט געבראַכט — דער שרײַבער האָט זיך געגט מיטן קינסטלערס מוטער, ווען יענער איז נאָך געווען אַ קליין קינד, אַזוי אַז קיין צוגאָב-אינפֿאָרמאַציע האָב איך ניט באַקומען.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן

ווי אַ קינד, האָב איך יעדע וואָך באַקו­מען 50 סענט פֿון טאַטע־מאַמען. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס געלט האָב איך נישט געטאָרט פּטרן אויף צוקערלעך אָדער שפּי­לעכלעך, נאָר באַהאַלטן עס אין מײַן "שפּאָרבאַנק". בײַ 12 יאָר האָב איך געעפֿנט מײַן ערשטע באַנקקאָנטע, וווּ דאָס קניפּל האָט געזאַמלט פּראָצענט אויך.