- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די בליץ־קריג צווישן רוסלאַנד און גרוזיע צעוואַקסט זיך אין אַ שווערן קריזיס, אין וועלכן עס ווערן אַרײַנגעשלעפּט יעדעס מאָל אַלץ נײַע צדדים. אייגנטלעך, קומט פֿאָר דאָס, וואָס ס‘האָט געזאָלט פֿאָרקומען צווישן רוסלאַנד און דער מערבֿ־וועלט נאָך דעם צווישן־פּעריאָד פֿון אַ צען־פֿופֿצן יאָר, אַ מין קאַראַנטין־צײַט — נאָך דעם קראַך פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דעם ענדגילטיקן פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין מאָסקווער קרעמל פֿון דער נײַער גענעראַציע אַפּאַראַטשיקעס. ווען עס איז אויפֿגעקומען אינעם אַלטערטימלעכן גריכנלאַנד דער געדאַנק וועגן אָלימפּישע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן צוריק מיט קרובֿ 2800 יאָר, איז זייער ציל געווען — איבערצורײַסן די מלחמות און דערנענטערן די צעקריגטע פֿעלקער. און אין יענע צײַטן זענען טאַקע די מלחמות געוואָרן איבערגעריסן ווייניקסטנס אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע, אין וועלכע עס האָט געהערשט דער “ספּאָרטיווער גײַסט" אויפֿן אָרט פֿון דעם גײַסט פֿון מלחמה. אַזוי האָט עס אויך געדאַרפֿט זײַן — און דאָס איז דאָך געווען דער ציל — ווען די אָלימפּיאַדעס זײַנען געוואָרן באַנײַט סוף 19טן יאָרהונדערט. אין 1999 איז מײַן בוך אַרויס אין דעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעטישן פֿאַרלאַג, און פֿון דעמאָלט אָן באַקום איך יאָר-אײַן יאָר-אויס אַ באַריכט און צומאָל עטלעכע גראָשן פֿאַר די קאָפּיעס, וואָס זיי האָבן פֿאַרקויפֿט. ניט לאַנג צוריק איז אָנגעקומען דער הײַיאָריקער באַריכט, אין וועלכן ס'איז געשטאַנען געשריבן, אַז עס קומט מיר פֿון זיי אַזש 56 פּענס. אמת, זיי וועלן עס מיר דערווײַל ניט באַצאָלן, נאָר צוּוואַרטן עס זאָל זיך אָנזאַמלען אַ סומע ניט ווייניקער פֿון 20 פֿונט. הקיצור, וועל איך מוזן, נעבעך, דערווײַל ציִען די חיונה פֿון אַנדערע קוואַלן. אינעם זעלבן טאָג, דעם אַכטן אויגוסט, ווען דער הימל אין ביידזשינג איז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט די פֿאַנטאַסטישע פֿײַערווערק־פֿאָנטאַנען, וואָס האָבן מיט זייער פֿײַערלעכער דערהויבנקייט געמאָלדן וועגן דעם אָנהייב פֿון די אָלימפּישע שפּילן, איז דער הימל פֿון דרום־קאַווקאַז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט די טייטלעכע פֿײַער־שטראָמען, ווי אַן אָנהייב פֿון אַ בלוטיקער שחיטה, צווישן גרוזיע און דער סעפּאַראַטיסטישער רעפּובליק — דרום־אָסעטיע. דער דורותדיקער כּלל, אַז בעת די אָלימפּישע שפּילן מוזן די האַרמאַטן אויפֿהערן צו שיסן, איז געשטערט געוואָרן. ס'איז אַן אַלטע מעשׂה, צוגעטראַכט, אַ פּנים, דורך די מאַרקסיסטן, אַז דער פּראָסטער, אָרעמער המון רעאַגירט שאַרפֿער אויף די אַנטפּלעקונגען פֿון סאָציאַלן אומיושר. אמת, די זעלבע מאַרקסיסטן פֿלעגן שאַפֿן קרײַזלעך — גרופּקעס האָרעפּאַשניקעס בראָש מיט אַן אינטעליגענטן סאָציאַליסט, וועמעס פֿונקציע איז געווען צו דערקלערן דעם אומיושר. די דאָזיקע אינטעליגענטנע מענער און פֿרויען זײַנען אָפֿט מאָל געווען פֿון פֿאַרמעגלעכע צי אַפֿילו רײַכע משפּחות און האָבן געפֿילט דעם אומיושר מער טעאָרעטיש איידער פּראַקטיש. אין אָקספֿאָרד האָב איך אַ פֿרײַנד, וואָס איז אַ געלערנטער אין הילכות ביאָלאָגיע, אָבער יעדן שבת (זאָרגט זיך ניט — ער איז אַן אוקראַיִנער, ניט קיין ייִד) שפּילט ער אין פֿוטבאָל — ניט דעם אַמעריקאַנער נוסח, נאָר דעם "סאָקער". ס׳איז עפּעס אַ היגע ניט-פּראָפֿעסיאָנעלע קאָמאַנדע, וועלכע באַגעגנט זיך מיט ענלעכע אַמאַטאָרישע קאָמאַנדעס. אַוודאי ווילן זיי געווינען, אָבער דער הויפּט-ציל איז פֿונדעסטוועגן אַן ערך אַזאַ ווי בײַ די מענטשן, וואָס לויפֿן ערגעץ אין פּאַרק אָדער פֿאַרברענגען אַ שעה אין אַ גימנאַסטישן זאַל. גאָר ניט דעם מין ספּאָרט האָט געמיינט דזשאָרדזש אָרוועל, ווען ער האָט אין די 1940ער יאָרן געשריבן, אַז ספּאָרט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זיכערן וועג צו אומפֿרײַנדלעכקייט. נאָך אַ קורצן שמועס מיט מײַן רעדאַקטאָר, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט — פֿאַרוואָס לייג איך מיר נישט די האַנט צום שרײַבן. "שרײַבסט?" פֿרעגט מיך באָריס. "זינט איך בין דאָ אין פֿלאָרידע איז מײַן שרײַבקראַפֿט אַנטדרימלט געוואָרן." האָב איך זיך פֿאַר אים מודה געווען. "וואָס עפּעס?" וויל ער וויסן. "כ'בעט דיך, ווי קען איך שרײַבן אַז די זון פּאַליעט און די לופֿט דושעט און אַלץ וואָס דיר גלוסט זיך איז כאַפּן אַ דזשימדזשיק אין אַ ווייכן פֿאָטעל אויף דער טעראַסע." אָנהייב וואָך איז פֿון מאָסקווע אָנגעקומען אַ טרויעריקע ידיעה: אין דער עלטער פֿון 89 יאָר איז געשטאָרבן דער גרויסער רוסישער שרײַבער אַלעקסאַנדר סאָלזשעניצין. דער נאָמען סאָלזשעניצין איז פּונקט אַזוי גוט באַקאַנט, ווי דאָס וואָרט "גולאַג", וואָס נאָך אים, איז עס אַרײַן אין אַלע שפּראַכן, ווי אַ באַזונדערער באַגריף פֿון קאָמוניסטישער דיקטאַטור, רעפּרעסיעס, פֿאַרניכטונג פֿון מיליאָנען אומשולדיקע בירגער און טאָטאַלער מורא אין משך פֿון צענדליקער יאָרן פֿונעם רעזשים. "דאָס טראַגישע באַשטייט אין דעם, אַז עס האָט זיך ווידער געשאַפֿן אַ סיטואַציע, אין וועלכער אַ ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער פֿאַרשטייט וואָס ער האָט צו טאָן, אָבער ער איז נישט מסוגל זײַן ווילן צו רעאַליזירן. און נישט ווייניקער טראַגיש איז דאָס, וואָס דער וועג צום שלום איז אַלע מאָל לענגער, ווי דער וועג צו אַ מלחמה, און אהוד אָלמערט ווייסט דאָס אַוודאי זייער גוט" — האָט געזאָגט דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער שרײַבער דוד גראָסמאַן, ווי עס דערציילט דאָס נחום ברנע (באַרנעאַ) אין זײַן פֿרײַטיקדיקן קאָלום. די געשיכטע ווייסט ניט ווייניק סיפּורים, אין וועלכע ייִדן זײַנען געווען אַ מין סחורה. למשל, רומעניע האָט אין די קאָמוניסטישע צײַטן פֿאַרקויפֿט אירע ייִדן אין הורט און לאַחדים. ס'איז אונטערגערעכנט געוואָרן, אַז נאָר אין די יאָרן 1968–1989 האָט דער דאָזיקער אייגנאַרטיקער מיסחר געעפֿנט אַ וועג קיין ישׂראל פֿאַר אַריבער 40 טויזנט נפֿשות, און טשאַושעסקוס רעגירונג איז באַצאָלט געוואָרן אַריבער 110 מיליאָן דאָלאַר. פֿאַר אַ ייִד האָט מען געגעבן אַרום 3,000 דאָלאַר. געטאָן האָט מען עס, פֿאַרשטייט זיך, בשתּיקה, אָבער פֿאַראינטערעסירטע אויסלענדישע אויסשפּיר-דינסטן האָבן, אַ פּנים, געוווּסט וועגן אָט דעם געשעפֿט. פֿאַר די מענטשן פֿונעם עלטערן דור, בפֿרט די וואָס האָבן געלעבט אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, קניפּט זיך באַלד אָן דאָס וואָרט "בלאָקאַדע" מיטן וואָרט "לענינגראַד" — דאָס טראַגישסטע קאַפּיטל פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די שטאָט לענינגראַד, מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 3 מיליאָן מענטשן איז באַלעגערט געוואָרן פֿון די דײַטשישע מיליטערישע טיילן במשך פֿון 900 טעג. אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג, בײַ אַ האַלבן מיליאָן איז דאָרט אויסגעשטאָרבן פֿון הונגער. אַ סך פּאָליטיקער און סתּם בשׂר-ודמס, בפֿרט אין אייראָפּע, האָבן גרינגער אָפּגעעטעמט נאָך דעם אַנומלטיקן באַשלוס פֿונעם טערקישן קאָנסטיטוציע-געריכט ניט צו פֿאַרבאָטן די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג", וואָס איז זינט 2002 דער רעגירנדיקער פּאָליטישער כּוח אין לאַנד. אָבער די טערקישע געזעלשאַפֿט בלײַבט צעטיילט צווישן דעם טראַדיציאָנעל-מוסולמענישן עולם און די וועלטלעכע, אייראָפּעיִזירטע לײַט, דער עיקר שטאָטישע, וועלכע האָבן מורא, אַז די רעליגיע שפּילט אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין לאַנד, וווּ די קאָנסטיטוציע פֿאַרטיידיקט די סעקולערע ווערטן. |