געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַ געוויסן זין, האָב איך לעצטנס ניט שלעכט אָפּגעשניטן. די רייד גייט וועגן דעם, אַז מיר האָבן מיט עטלעכע חדשים צוריק געקויפֿט אַ נײַ הויז און האָבן, צוליב דעם, געמוזט אויסרייניקן אַלע אונדזערע זאַפּאַסן, סײַ אין מזומן, סײַ אין פֿינאַנציעלע פֿאָנדן. לעבן מיר איצט ניט אין עגמת־נפֿש צוליב די קאָנטעס אין דער באַנק און וועגן די אַקציעס. דערצו האָט מען אַנומלטן גענידעריקט דעם פּראָצענט אויף דער הלוואה — צאָלן מיר ווייניקער. הקיצור, געהער איך, אַ פּנים, צו דער קאַטעגאָריע לײַט, וואָס לייענען וועגן די פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, אָבער פֿילן זיי ניט.

‫פֿון רעדאַקציע

די דעבאַטע לעצטן דינסטיק צווישן ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן האָבן נאָר באַשטעטיק דעם מיין, אַז אַ חודש פֿאַר די וואַלן, האָבן ס‘רובֿ וויילער שוין באַשלאָסן בײַ זיך פֿאַר וועמען צו שטימען. די אויספֿרעגן, דורכגעפֿירט פֿאַר די טעלעוויזיע־קאָמפּאַניעס CNN און CBS באַלד נאָך דער דעבאַטע, האָבן געוויזן כּמעט דעם זעלבן רעזולטאַט, וואָס עס איז געווען פֿאַר דער דעבאַטע: דער אַלגעמיינער אונטערשייד צווישן באַראַק אָבאַמאַ און דזשאָן מאַק‘קיין גרייכט אַרום 9% שטימען, מער גענייגט צום דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינע פֿון די קאָלעקטיווע אייגנשאַפֿטן פֿון דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט איז — דער סעלעקטיווער זכּרון, און באַזונדערס, דער קורצער קאָלעקטיווער זכּרון. און גאָר באַזונדערס — דער קורצער קאָלעקטיווער זכּרון בנוגע געשעענישן, אַפֿילו היסטאָרישע פּאַסירונגען, פֿון די לעצטע עטלעכע דורות. אַ סימן, אַז די מדינה עלטערט זיך, זי דערנענטערט זיך צום פּענסיע־עלטער.

געזעלשאַפֿט, אַמעריקע
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אויגוסט איז מיר אויסגעקומען צו פֿאַרברענגען אַ פּאָר וואָכן אין בערלין. כ'בין געקומען אַהין נאָך אַ פֿינף-יאָריקן איבעררײַס, און איך מוז זאָגן, אַז די שטאָט איז מיר נאָך מער געפֿעלן געוואָרן. ס'איז אַ ריזיקער כּרך, וווּ עס בלײַבט אַ היפּש ביסל פּראָווינציעלער רויִקייט, מע ווערט ניט דאָרטן אַזוי אויסגעמאַטערט ווי, אַ שטייגער, אין ניו-יאָרק, מאָסקווע צי לאָנדאָן. דערצו האָב איך ליב צו לייענען דײַטשישע צײַטונגען — מע פֿילט זייער אָפֿט אַ הויכן ניוואָ פֿון זשורנאַליזם און אַ דרך-ארץ פֿאַרן אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿונעם לייענער.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ראָש־השנה־טעג פֿון דעם נײַעם יאָר תשס״ט זענען שוין פֿאַרבײַ און אָט־אָט האַלטן מיר שוין בײַ ערבֿ־יום־כּיפּור.

די גאַסן פֿון ירושלים שוויבלען און וויבלען מיט טויזנטער און טויזנטער מענטשן, אַ גרויסער פּראָצענט פֿון זיי זענען טוריסטן פֿון גאָר דער וועלט און פֿון לאַנד גופֿאַ, וועלכע האָבן באַשלאָסן צו בלײַבן אין לאַנד און זענען ניט אַוועקגעפֿלויגן ערבֿ־יום־טובֿ אין די ווײַטע מרחקים איבערן ים...

פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע אויסגאַבע פֿון די זכרונות פֿון דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ייִדישער היסטאָריקערין און פּובליציסטין לוסי (ליבע) דאַווידאָוויטש איז אַ סימן, אַז ס'איז דאָ גענוג אינטערעס בײַם ברייטן עולם צו דער אינטעלעקטועלער געשיכטע פֿון ייִדן אין אַמעריקע און מיזרח־אייראָפּע. די נײַע אויפֿלאַגע ווערט באַגלייט מיט אַן אַרײַנפֿיר, וואָס העלפֿט בעסער צו פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿונעם ווערק אין זײַן היסטאָרישן קאָנטעקסט.

‫פֿון רעדאַקציע

אויב וועלן מיט איין וואָרט אָפּשאַצן די פּאָליטיק פֿון רוסלאַנד מכּוח מערבֿ, וואָלט דאָס פּאַסיקסטע וואָרט געווען — "צולהכעיס". באַזונדערס בולט דריקט זיך עס אויס נאָכן קאָנפֿליקט מיט גרוזיע, ווען דער מערבֿ האָט פֿאַראורטיילט די אַגרעסיווע אויפֿפֿירונג דאָרט פֿון מאָסקווע. איצט, ווען אין דער "יו־ען" ווערט אַרויסגעשטעלט אויפֿן סדר־היום די פֿראַגע פֿון פֿאַרשטאַרקן די סאַנקציעס קעגן איראַן, "שטעקט" רוסלאַנד אַרויס איר צונג צו וואַשינגטאָן.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
די קינדער שפּילן זיך מיט אַ ציג

צווישן די גרינע בערג פֿון מערבֿ־קאָנעטיקאָט געפֿינט זיך אַ וואַקאַציע־אָרט פֿון אַ גאָר אַנדערן שניט. אָן קאַסינאָס, אָן אַ גאָלף־פֿעלד, אָן אַ באַר. אַנשטאָט יענע געוויינטלעכע פֿאַרווײַלונגען, באַמיט זיך דער "גײַסטיקער צענטער אויפֿן נאָמען פֿון איזאַבעלאַ פֿרידמאַן" צו פֿאַרפֿלאַנצן אַ ליבשאַפֿט פֿאַר די ייִדישע ווערטן, פֿאַרשטאַרקן אַהבֿת־ישׂראל און אָנקניפּן אַ גײַסטיקע באַציִונג מיט דער נאַטור.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די וואָס האָבן געהאַט די זכיה צו זײַן אין דעם פֿלעמישן טייל פֿון בעלגיע און באַזוכן אַנטווערפּען, געדענקען אַוודאי די געגנט, לעבן דער צענטראַלער אײַזנבאַן-סטאַנציע, וווּ עס האָבן זיך איינס צום אַנדערן צוגעטוליעט קרעמלעך מיט סחורה מער אָדער ווייניקער די זעלבע — בריליאַנטן. כ׳געדענק, אַז איך האָב געקוקט אויף דעם און ניט געקענט פֿאַרשטיין, אויף וועמען די אַלע געשעפֿטן זײַנען אויסגערעכנט געוואָרן. אָבער איך בין ניט קיין מבֿין אויף אַזעלכע זאַכן.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען איך האָב אַנומלטן געשריבן וועגן דרײַ ייִדיש־וועלטלעכע בעלי־חרטה (אַבֿרהם גאָלאָמב, שלמה סײַמאָן און לייבוש לעהרער) וואָס האָבן אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, אין סאַמע בלי פֿון זייערע קאַריערעס, “אויסגעדרייט דעם דישעל", חרטה געהאַט אָדער זיך אַנטוישט אין זייער וועלטלעכקייט און גענומען שטרעבן צו נאָך מער ייִדישער טראַדיציע, האָבן אפֿשר אייניקע “פֿאָרווערטס"־לייענער דאָס אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט.

‫פֿון רעדאַקציע

אַ נײַער טאָג — אַ נײַע סענסאַציע. וואָס איז געשען די וואָך? עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די פֿעדעראַלע אויספֿאָרש־ביוראָ פֿירט שוין אַ היפּשע צײַט די אויספֿאָרשונג אַרום די גרעסטע פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס אין אַמעריקע און דעם קראַך אויף דער וועלט־בערזע אין וואָל־סטריט.

פּאָליטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ קורצער צײַט צוריק, האָבן מיר נאָכגעפֿאָלגט מיט אַ גרויסן נײַגער די ספּעקטאַקלדיקע, גרויספֿאַרנעמיקע “פּרײַמעריס" פֿאַר קאַנדידאַטן פֿון די צוויי פּאַרטייען אין די וואַלן פֿאַר פּרעזידענט און וויצע־פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע.