פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער ייִדישער וועזן פֿון מדינת־ישׂראל איז אַ וויכטיקער און בכּבֿודיקער פֿאַקטאָר בײַם פֿאָרמירן איר אויסערן־פּאָליטיק. עס האַנדלט זיך סײַ וועגן דעם בונד צווישן ישׂראל און דעם ייִדנטום און זייער קעגנזײַ­טיקער שטיצע, סײַ וועגן דער השפּעה פֿון דער ייִדישער געשיכטע און איר ירושה אויף די וויכטיקע פּראָבלעמען אין דער אויסערן־פּאָליטיק; און סײַ וועגן דעם אויסזען פֿון דער מדינה, וואָס עס שאַפֿט דער דאָזיקער בונד בײַ די פֿעלקער פֿון דער וועלט, און די ווירקונג וואָס דאָס האָט אויפֿן צוגאַנג פֿון די דאָזיקע פֿעלקער אין זייער באַציִונג צו ישׂראל.

פּאָליטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך לאָז זיך אײַנרעדן, לכל-הפּחות פֿון מאָל צו מאָל. מיט אַ יאָר זיבן צוריק האָט מיך אַן איטאַליענער גנבֿ אײַנגערעדט צו קויפֿן דרײַ לעדערנע זשאַקעטן. ער האָט מיך אָפּגעשטעלט אויף אַ לאָנדאָנער גאַס און פֿאַרדרייט מיר דעם קאָפּ. האָב איך גע­גלייבט, אַז איך האָב אַרויסגעכאַפּט אַ מציאה — פֿאַר זיך, פֿאַרן זון און פֿאַרן איידעם. דער סוף איז געווען, אַז קיינער האָט עס ניט געטראָגן, ווײַל ס׳איז געמאַכט גע­וואָרן ניט פֿון לעדער, נאָר פֿון עפּעס אַ ביליקן פּלאַסטיק. מײַן ווײַב האָט מיר דע­מאָלט גאָר­נישט ניט געזאָגט, אָבער איך האָב אַלץ געקענט איבער­לייענען בײַ איר אויפֿן פּנים.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דניאל פּינטשבעק

(אײַנדרוקן — פֿון בנימינה אייברעמס)

ערשט די וואָך איז צו מיר דערגאַנגען אַ ידיעה אַז דער קאַמפּוס אין קאָלומביע רודערט זיך צווישן די ייִדישע סטודענטן. וואָס איז די מעשׂה? איז די געשיכטע אַזאַ. אַ סך פֿון זיי — אָדער זיי גרייטן זיך צו גיין אין טשאָלנט־קלוב, אָדער מ'איז שוין געווען אין טשאָלנט־קלוב, אָדער מ'דערציילט די נסים־ונפֿלאָות פֿונעם טשאָלנט־קלוב. מאַכט זיך אַ געלעגנהייט, און איינע פֿון מײַנע ערנסטע סטודענטקעס האָט עס באַשריבן. בנימינה אייברעמס לערנט זיך בײַ מיר ערשט דאָס ערשטע יאָר.

‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין ישׂראל איז געווען אָנגעזעטיקט מיט וויכטיקע אינטער­נאַציאָנאַלע געשעענישן, בפֿירוש אויפֿן פּאָ­ליטישן פֿעלד. קודם־כּל, האָבן ישׂראל באַ­זוכט מיט זייער אַ וויכטיקן שליחות די געסט פֿון דײַטשלאַנד, בראָש מיט דער קאַנצ­לערין אַנגעלאַ מערקעל. ווי עס שרײַבט די איטאַליענישע צײַטונג Corriere della Sera, האָט אַנגעלאַ מערקעל "נאָך 60 יאָר זינט ס‘איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה, וואָס געדענקט נאָך די קאָנצענטראַציע־לאַגערן און דעם דײַטשישן גענאָציד, פֿאָרגעלייגט איבערצובלעטערן די דאָזיקע זײַט פֿון דער געשיכטע."

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די סאַמע ברויזנדיקע טעג פֿון דער מערדערישער טעראָר־שחיטה אין דער ישיבה "מרכּז־הרבֿ" און ווען מדינת־ישׂראל איז, צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט, געוואָרן אַרײַנגעווירכלט אינעם קעסל־גרוב פֿון דעם עקאָנאָמישן קריזיס — דעם ערשטן גרויסן וועלט־קריזיס אין די ראַמען פֿון דער גלאָבאַליזאַציע — גראָד אין די דאָזיקע טעג פֿון שפּאַנונג האָט פּלוצעם אויפֿגעפֿלאַקערט און, קענטיק, זיך גאָר גיך פֿאַרלאָשן,

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג האָב איך גערעדט מיט אַ סטודענט, וואָס האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-אַרבעט אין ניו-יאָרק, אָבער ער איז ניט געווען זיכער, צי ער וועט קענען זיך דערלויבן דעם לוקסוס פֿון צאָלן אַזש טויזנט דאָלאַר אַ חודש פֿאַר אַ דירהלע, בשותּפֿות מיט אַן אַנדער סטודענט. דער געוועזענער ניו-יאָרקער גובערנאַטאָר עליאָט ספּיצער האָט, בלי-ספֿק, אַן אַנדער סקאַלע פֿון לוקסוס.

‫פֿון רעדאַקציע

אַוודאי מוז מען וועגן דעם שרײַבן — אַ קלייניקייט, אַ גאַנצער גובערנאַטאָר פֿון אַזאַ וויכטיקן שטאַט ווי ניו־יאָרק, עליאָט ספּיצער, האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אויף נואפֿן (גענוי וועגן דעם לייענט אויף ז‘ 2).

ווער רעדט נישט די וואָך וועגן דעם?! נישט, חלילה, מ‘איז אויפֿגעבראַכט געוואָרן דערמיט, וואָס דער גובערנאַטאָר האָט באַזוכט אַ באָרדעל — נישט ער איז דער ערשטער, און נישט ער איז דער לעצטער צווישן די הויכגעשטעלטע טשינאָווניקעס. אַמעריקע האָט שוין געזען אַ פּרעזידענט אויך, וואָס שלאָפֿן נישט נאָר מיטן אייגענעם ווײַב.

‫אינטערװיוען
פֿון דובֿ שטולבאַך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הרבֿ ירחמיאל ווײַס, ערשטער פֿון לינקס, אויף אַ נײַעס־קאָנפֿערענץ אין "מרכּז־הרבֿ"

אינטערוויו מיט הרבֿ ירחמיאל ווײַס, דירעקטאָר פֿון דער “מרכּז־הרבֿ"־ישיבֿה.

דעם אַרטיקל האָט אונדזער קאָרעספּאָנדענט צוגעשיקט אין רעדאַקציע עטלעכע טעג פֿאַר דעם, ווי אין דער ישיבה “מרכּז־הרבֿ" איז געשען די בלוטיקע שחיטה, וועגן וועלכער עס שרײַבט פֿון ירושלים מרדכי דוניץ.


בעת אונדזער אויפֿגאַבע צו שרײַבן וועגן דעם רעליגיעזן לעבן אין ישׂראל, האָבן מיר נישט געקאָנט פֿעסטשטעלן גענוי וויפֿל ישיבֿות עס זענען בײַ אונדז פֿאַראַן. געווען אַזעלכע וואָס האָבן געזאָגט — טויזנטער, נאָר מיר האָבן געענטפֿערט, אַז דאָס שײַנט צו זײַן איבערגעטריבן.

פּובליציסטיק, קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Jonathan Freedman.
Klezmer America: Jewishness, Ethnicity, Modernity.
New York: Columbia
University Press, 2008

דאָס וואָרט "קלעזמער" איז געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע אין די לעצטע צוואַנ­ציק־דרײַסיק יאָר. כאָטש דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַ העברעיִש־ייִדישן אָפּשטאַם, איז זײַן באַטײַט אינעם אַמעריקאַנישן לשון אַנדערש פֿונעם אַלט־פֿרענקישן "כּלי־זמר". "קלעזמער" באַטײַט ניט סתּם אַ מוזיקאַנט, נאָר אַ גאַנצן לעבנס־שטייגער. יונתן פֿרידמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ענגליש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען, האָט זיך באַנוצט מיט אָט דעם באַגריף, כּדי צו באַשרײַבן זײַן וויזיע פֿון ייִדן אינעם אַמעריקאַנער לעבן.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַרײַנפֿיר

אַז מען קען מיט ייִדיש אויספֿאָרן די וועלט האָט גרינג געקענט פֿאַרשטיין יעדער איינער וואָס האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש קען, פּראָסט־און־פּשוט, ניט זײַן קאָנצענטרירט אויף בלויז איין אָרט, כּל־זמן אַפֿילו אירע געטרײַסטע באַניצערס קענען זיך ניט קאָנצענטרירן אין איין לאַנד צי אין איין געגנט פֿון דער וועלט. צו זײַן אַ ייִדישיסט האָט דעמאָלט (אָנהייב 1930ער ביז 1950ער יאָרן) ניט געמיינט אַזעלכע ייִדן וואָס קענען סתּם רעדן ייִדיש, נאָר אַזעלכע ייִדן, וואָס זײַנען געווען גרייט זיך מוסר־נפֿש זײַן פֿאַרן כּבֿוד, וווילזײַן און שיינזײַן פֿון ייִדיש. די צעשוווּמענקייט פֿון אָט דער דעפֿיניציע איז אי דעמאָלט, אי איצט ניט דווקא געווען קיין מעלה, נאָר קיין גרויסע עבֿירה איז עס אויך ניט געווען.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אָנגעהעריקע צו דער דריטער וועלט, ווערן באַטראַכט די לענדער פֿון אַפֿריקע, אַזיע (אַחוץ יאַפּאַן, וועלכע געהערט צו די 8 רײַכסטע לענדער אויף דער וועלט) און דרום (לאַטײַן)־אַמעריקע. איך דערמאָן זיך גוט, אַז ווען איך בין אין יאַנואַר 1959 צוריק­געקומען קיין ירושלים פֿון מײַן שליחות ווי דער ערשטער סעקרעטאַר אין דער ישׂראל­דיקער אַמבאַסאַדע אין לימאַ, פּערו, האָב איך דערוואַרט מען זאָל מיר געבן אַ שטעלע אין דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָפּטיילונג פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַמאָליקע צײַטן, ווען מען האָט געוואָלט וויסן ווי אַלט אַ מענטש איז, דער עיקר אַ ייִדענע, האָט מען זי אַ פֿרעג געטאָן:

"ליבע פֿרוי, ווען זײַט איר געבוירן געוואָרן?"

און דער ענטפֿער פֿלעגט זײַן גאָר אַ פּשוטער:

"אוי מײַן קינד, איך בין געבוירן געוואָרן, ווען ס'איז בײַ אונדז אין שטעטל אויסגעבראָכן די ערשטע שׂרפֿה. ווי קום איך צו געדענקען די ערשטע שׂרפֿה, נעבעך.