- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער שלום־פּראָצעס צווישן ישׂראל און די אַראַבער האָט זיך אָנגעהויבן נאָך פֿאַר דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט. דער ערשטער צוזאַמענטרעף צווישן אַ ישׂראלדיקער אָפֿיציעלער פּערזענלעכקייט און אַן אַראַבישן פֿירער איז פֿאָרגעקומען 12 טעג פֿאַרן באַשלוס פֿון דער "יו־ען" צו צעטיילן ארץ־ישׂראל אויף צוויי מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע. אין נהריים, וואָס האָט זיך געפֿונען אין יאָרדאַנישן קעניגרײַך — האָט זיך געפֿונען די עלעקטרישע אונטערנעמונג "חבֿרת החשמל" (די עלעקטרישע געזעלשאַפֿט) געשאַפֿן אין די יאָרן 1926—1932 דורכן אינזשיניער פּינחס רוטענבערג אויף די ברעגן פֿון צוויי טײַכן: דעם ירדן און דעם יאַרמוך — האָבן זיך, דעם 15 דעצעמבער 1947, צוויי וואָכן נאָך דער היסטאָרישער סעסיע פֿון די "פֿאַראייניקטע פֿעלקער" אין לייק־סוקסעס, ניו־יאָרק, בעת וועלכער עס איז אָנגענומען געוואָרן די רעזאָלוציע צו צעטיילן ארץ־ישׂראל, זענען איבערן לאַנד אָנגעגאַנגען ביטערע קאַמפֿן צווישן די ייִדן און די אַראַבער. אין יענעם טאָג, מיט איבער 60 יאָר צוריק, איז ד"ר חיים ווייצמאַן אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ גרויסער פֿאַרזאַמלונג אין אַטלאַנטיק־סיטי, צונויפֿגערופֿן פֿון דעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּיל" (United Jewish Appeal — U.J.A.). כ'הייב נישט אָן צו וויסן פֿאַרוואָס דאָס וואָרט "ייִדיש" איז אַזוי פּאָפּולער צווישן די ייִדן אין אַמעריקע, וואָס קענען נישט קיין ייִדיש. די אַמעריקאַנער ייִדן וואָס הינקען אויף אונדזער מאַמע־לשון, דאָך האַלטן זיי אין איין אַרויסגעבן ביכער מיטן וואָרט "ייִדיש". אויף ענגליש, הייסט עס. אַ סימן האָט איר. מיר ווערן פֿאַרפֿלייצט פֿון ביכער און ביכעלעך, וווּ מ'פּאַסמאַקעוועט זיך מיט געציילטע ווערטער אויף ייִדיש אין אַזעלכע טיטלען, ווי: "שאַנדאַ", "כוצפּאַ", "שמוץ", "מעשוגע", און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן — "פֿאַרקלעמפּט", מיט אַ "פּ" און נאָך און נאָך אַזעלכע צאַצקעס. די טעג זײַנען מיר צו האַנט געקומען צוויי ביכלעך. עס קאָכט אויף דער אַמעריקאַנער בערזע, און דאָס מאכל צעטראָגט דעם גערוך איבער דער גאַנצער וועלט. דאָס מאַכל הייסט, רעצעסיע, און דער גערוך האָט פֿאַרטשאַדעט אַלע מערק — פֿון טאָקיִאָ ביז פֿראַנקפֿורט און תּל־אָבֿיבֿ. דער עקאָנאָמישער קריזיס, וואָס איז באַפֿאַלן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט ווידער באַוויזן, אַז סײַ אייראָפּע און סײַ דער אַזיאַטישער קאָנטינענט זײַנען, ווי פֿריִער, מיט אַמעריקע געקניפּט און געבונדן. אויף דער "וועגן־מאַפּע" פֿון אַנאַפּאָליס צו דעם "ווינאָגראַד־באַריכט", וועלכער דאַרף ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט די קומענדיקע וואָך; און פֿון דאָרט צו די געגרייטע פֿײַערלעכקייטן, לכּבֿוד דעם 60סטן געבורטסטאָג פֿון מדינת־ישׂראל, האָט דער שלום־צוג פֿון דעם באַנײַטן פּאָליטישן פּראָצעס זיך אָנגעשטויסן אויף דער ברענענדיקער סטאַנציע פֿון עזה. נישט אַזוי דאָס פֿײַער פֿון די ראַקעטן, פון די סנאַריאַדן און באָמבעס, ווי די בלאָקאַדע פֿון עזה און איר פֿאַרפֿינצטערונג — האָט אויפֿגערודערט די דרויסנדיקע וועלט. יעדן טאָג לייענט מען אין די צײַטונגען וועגן דער צווישן-עטנישער בלוט-פֿאַרגיסונג אין אַ צאָל אַפֿריקאַנער לענדער: קעניע, סודאַן, קאָנגאָ, אָבער וועגן איין לאַנד, דאַכט זיך, האָט מען כּמעט פֿאַרגעסן: רוואַנדע, דאָס אָרט, וווּ אַ גענאָציד־קאַמפּאַניע האָט אויסגעשאָכטן הונדערטער טויזנטער מענטשן אין 1994. סעלי מענדלסאָן, אַ פֿרומע ייִדישע אַקושערקע אין ניו־יאָרק, ווייסט פֿון דער ערשטער האַנט די פֿאַרוויסטונג אין רוואַנדע, וואָס דער גענאָציד האָט דאָרט גורם געווען. אין נאָוועמבער 2004 איז אַראַפֿאַט געשטאָרבן און אויף זײַן פּלאַץ איז אויסגעוויילט געוואָרן אַבו מאַזען (מאַכמוד אַבאַס). אַבו מאַזען האָט דערגרייכט אַ וואָפֿנשטילשטאַנד מיט די פּאַלעסטינער טעראָר־גרופּעס, און די אינטערנאַציאָנאַלע אויפֿמערקזאַמקייט האָט זיך קאָנצענטרירט אַרום ישׂראלס "התנתקות"־פּלאַן, דאָס צוריקציִען זיך פֿון עזה. אין פֿעברואַר 2005 איז פֿאָרגעקומען די שפּיצן־קאָנפֿערענץ צווישן אַריאל שרון און אַבו מאַזען אין שאַרם אַ־שייך. נישט איין מאָל טרעפֿט זיך מיר צו זײַן אין אַ געזעלשאַפֿט וווּ מען רעדט וועגן אַ מענטשן. כאָטש זעץ אים אַנידער צווישן די כּהנים און ווער בלינד אויף איין אויג, ווי יענער וואָלט געווען אײַנגעזאָטלט אין גוטסקייט אַליין. בדרך־כּלל האָט עס צו טאָן מיט איינעם וואָס פֿאַרנעמט אַ וויכטיקע פּאָזיציע אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט — צי דאָס איז אין דער אַקאַדעמיע, פּאָליטיק, אָדער סתּם אַ בעל־הבית איבער אַ הייפֿטל קרויט. נאָך איינער פֿון מײַנע פֿריִערדיקע נסיעות קיין רוסלאַנד, מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָב איך באַקענט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" מיטן כּמו־פֿעמיניסטישן פֿרומען זשורנאַל אויף רוסיש, "די וועלט פֿון דער ייִדישער פֿרוי", וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך אַ גרופּע ליובאַוויטשער פֿרויען, על־פּי־רובֿ רביצינס, אין לוגאַנסק, אוקראַיִנע. דאָס מאָל, בעת מײַן אַנומלטיקן באַזוך, מיט אַ חודש צוריק, האָבן מיך מײַנע פֿרומע פּעטערבורגער חבֿרים באַקענט מיט אַ נײַעם חודש־זשורנאַל: "Черным по белому" ("שוואַרץ אויף ווײַס"), געשאַפֿן דורך די פֿרומע ייִדן און פֿאַר אַ פֿרומען עולם; דער זשורנאַל גייט אַרויס אין ישׂראל, און איז טאַקע אַ שוואַרץ-ווײַסער, אָבער אַ פּרעכטיקער. בײַ נאַכט, פֿון 12טן אויפֿן 13טן יאַנואַר 1948, איז אין דער שטאָט מינסק, ווײַסרוסלאַנד, דערמאָרדעט געוואָרן שלמה מיכאָעלס. אין יענע ווײַטע קאַלטע טעג, מיט 60 יאָר צוריק, האָט מען בפֿירוש נישט געדאַרפֿט צוגעבן און אָנרופֿן די אַלע טיטלען, באַלוינונגען און פֿאַרדינסטן פֿון דעם סאָוועטישן בירגער שלמה מיכאָעלס, וואָס די קאָמוניסטישע מאַכט האָט אים צוגעטיילט — מע זאָל וויסן ווער דער דאָזיקער ייִד איז. די טעג זוך איך אַרום מײַן טאַשמע וואָס הייסט "מאַמע־לשון," אַרויסגעגעבן אין ירושלים, וווּ עס זינגט אַ פֿרומער קינדער־כאָר (אַלע ייִנגעלעך) אַ מחיהדיקן, פּויליש־גאַליציאַנער ייִדיש, פֿול מיט גראַמאַטישע גרײַזן, אָבער ס'איז מלא־חן און די מעלאָדיעס זײַנען האָפּסעדיק, לעבעדיק און לוסטיק. אַ חוץ דעם איז דערבײַ דאָ אַ שלל מיט לערן־מאַטעריאַל. און אַזוי ווי איך קען די טאַשמע בשום־אופֿן נישט געפֿינען, כאָטש איך האַלט אַלע מײַנע טאַשמעס צוזאַמען, בין איך חושד, אַז עמעצער האָט עס בײַ מיר געלקחנט (געלאַקכנט — געגנבֿעט). די שײַכות פֿון אַ פּראָזאַיִשער דאַטע און אַ משיחישער מיסיע זינט דער גרינדונג פֿון קרן־קימת לישׂראל בײַם פֿינפֿטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין 1901 האָט דער פֿאָנד זיך קאָנצענטרירט אויף דעם גאַנג פֿון ייִדיש־נאַציאָנאַלן חינוך נישט ווייניקער ווי אויף זאַמלען מיטלען צו קויפֿן באָדן אין ארץ־ישׂראל. דאָס איז, בלי־ספֿק, איינע פֿון די סיבות וואָס האָט באַווויגן דאָס פֿאָלק צו אָנערקענען דעם פֿאָנד ווי אַ סימבאָל פֿון אונדזער "סוּווערעניטעט, זעלבסטשטענדיקייט אויפֿן וועג". |