- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַז דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין פֿאָרט קיין טעהעראַן אויף אַ סאָמיט פֿון די בײַקאַספּישע לענדער — איראַן, אַזערבײַדזשאַן, טורקמעניסטאַן, קאַזאַכסטאַן און רוסלאַנד — איז קיין סוד נישט געווען. נאָך מער, ס׳איז באַוווּסט געווען פֿון פֿריִער, אַז דאָרט וועט ער רעדן מיטן גאַסטגעבער, דעם פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד, נישט נאָר וועגן דעם ווי אַזוי צו צעטיילן צווישן די שכנים די נאַפֿט־אוצרות, אַז יעדער זאָל בלײַבן צופֿרידן, נאָר וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם, וואָס גיט נישט דער מערבֿ־וועלט קיין רו. טאַקע אין דעם האָט געשטעקט די אינטריגע. "עס איז לײַכטער פֿאַר מענטשן צו טוישן די פֿראָנטן, איידער די האָריזנטן" — האָט דער ייִדיש-פּוילישער דיכטער סטאַניסלאַוו יעזשי לעץ (טאַקע פֿון "לץ") געשריבן אין איינעם פֿון זײַנע אַפֿאָריזמען. דאָס האָט ער זיכער געמיינט נישט די פּשוטע מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, נאָר זייערע מנהיגים, די פּאָליטיקער. די מנהיגים פֿון מדינת-ישׂראל האָבן זיכער אַ רײַכע דערפֿאַרונג אויף דעם געביט און דער דאָזיקער אַפֿאָריזם איז ווי אָנגעפּאַסט גענוי אויף זיי. רירנדיקע צערעמאָניע אין "יד־ושם" מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע אין "יד־ושם", וואָס האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס אין דער מעדיאַ און אין דער ישׂראל־פּרעסע. עס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנערקענען אַ קריסטלעכע פֿרוי ווי איינע פֿון די "חסידי־אומות־העולם", וואָס האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה ריזיקירט מיט איר לעבן און געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַצישע זעלנער. מיט אַ חודש צוריק האָט ביראָבידזשאַן דורכגעפֿירט אַ ריי פֿײַערונג-אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם 70סטן יוביליי פֿון דער שטאָט. ביראָבידזשאַן, די הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וועלכע דער ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט געגרינדעט אינעם יאָר 1934, ווערט הײַנט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ "ריין-רוסישע שטאָט, וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדישקייט". טערקײַ איז אַ יוצא-מן-הכּלל אין דער מוסולמענישער וועלט. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס בײַ דער מאַכט שטייט איצט אַ פֿרומעוואַטע פּאַרטיי (קריסטלעכע דעמאָקראַטן קומען דאָך צומאָל אויך צו דער מאַכט אין אייראָפּעיִשע לענדער), איז עס—אין תּוך אַרײַן—אַ וועלטלעכע מדינה, און אַ באמת דעמאָקראַטישע דערצו. אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט טערקײַ געטרײַ געדינט די אינטערערסן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער גאַנצער מערבֿדיקער וועלט. עס האָט גוטע באַציִונגען מיט ישׂראל. אין סעפּטעמבער 1959 איז דער דעמאָלטיקער סאָוועטישער פֿירער, ניקיטאַ כרושטשאָוו, געקומען אויף אַ באַזוך קיין אַמעריקע. אין משך פֿון צוועלף טעג איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דעם 23סטן סעפּטעמבער האָט ער פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט צו גאַסט בײַ ראָסוועל גאַרסט, אַ פֿאַרמער פֿון דעם שטאַט אײַאָוואַ. גאַרסט איז געווען באַקאַנט ווי אַ שטיקל פֿרײַנד פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אָבער דער עיקר, איז ער געווען אַ גוטער קענער פֿון לאַנדווירטשאַפֿט, בפֿרט פֿון קוקורוזע. וואָס נענטער עס קומט דער טאָג פֿון דער שלום־קאָנפֿערענץ אין נאָוועמבער 15, אַלץ אומרויִקער ווערט אין ישׂראל און אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע — די צוויי הויפּט־באַטייליקטע, וואָס טאַקע צוליב זיי וויל דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט די דאָזיקע קאָנפֿערענץ צונויפֿרופֿן. סוף סעפּטעמבער האָבן די ענגלישע אַקאַדעמיקער געמאָלדן, אַז זיי אַנולירן זייער בויקאָט קעגן ישׂראל, צו וועלכן עס האָט זיך אויך געהאַט אָנגעשלאָסן דער ענגלישער פֿאַרבאַנד פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעטער "יוניסאָן". זיי האָבן דערקלערט דעם בויקאָט, וויסנדיק גוט דעם אמת, אַז אין טשעטשניע האָט רוסלאַנד ליקווידירט צענדליקער טויזנטער מוסולמענער; עס זײַנען אַפֿילו דאָ אַזעלכע וואָס רעדן וועגן הונדערטער טויזנטער; פּונקט ווי זיי ווייסן, אַז די ישׂראל־אַרמיי איז העכסט הומאַניש, אין פֿאַרגלײַך צו דער רוסישער. אין משך פֿון אַ היפּש ביסל יאָרן האָט די וועלט פֿון שאָך איבערגעלעבט אַן ערנסטן קריזיס, ווען עס זײַנען געווען אַ פּאָר וועלט-טשעמפּיאָנען, און איינער האָט ניט אָנערקענט דעם צווייטן. איצט האָט זיך עס, דאַכט זיך, אויסגעסדרט, און דער טורניר אין מעקסיקע האָט, סוף-כּל-סוף, געגעבן אַן אָנערקענטן טשעמפּיאָן. דער נײַער וועלט-טשעמפּיאָן אין שאָך, וויסוואַנאַטאַן אַנאַנד, שטאַמט פֿון אינדיע. דאָס צווייטע אָרט אין דעם טורניר האָט פֿאַרנומען דער ישׂראלי באָריס געלפֿאַנד, און דאָס דריטע אָרט — וולאַדימיר קראַמניק, פֿון רוסלאַנד. דער באַקאַנטער זאָג, וואָס מע שרײַבט צו דעם פֿירער פֿונעם וועלט־פּראָלעטאַריאַט, וולאַדימיר לענין, אַז "ס׳איז ווייניק צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט, שווערער איז די מאַכט אײַנהאַלטן" — איז געוואָרן אין רוסלאַנד באַזונדערס אַקטועל איצט, פֿאַר די וואַלן אין דער "דומע" — רוסלענדישער פּאַרלאַמענט. פֿאַר וואָס אַזוי? — קאָן מען פֿרעגן, — ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אין רוסלאַנד פּראַוועט מיטן לאַנד נישט די "דומע", נאָר דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. דער מיטעלער מיזרח האָט צו "פֿאַרדאַנקען" זײַן וויכטיקער פּאָליטישער ראָלע און זײַן הויכן געאָפּאָליטישן סטאַטוס ווי דער ברויזנדיקער וווּלקאַן און פאָקוס פֿון דעם פּאָליטישן וועלט-יאַריד — אין זכות פֿון דעם, וואָס ער "זיצט" אויפֿן פּולווער-פֿאַס פֿון דער פּאָליטישער און מאַטעריעלער ענערגיע. זינט אָבער די וועלט האָט אָנגעהויבן זוכן נײַע מקורות און נײַע אַלטערנאַטיוועס פֿאַר אָט די ביידע ענערגיעס, האָט זיך דער פּאָליטישער סטאַטוס פֿון דעם ראַיאָן אַ היפּשן וואַקל געטאָן. אַ בשׂורה-טובֿה הערט מען איצט פֿון סאַודיע — דאָרטן האָט מען גענומען רעדן וועגן דערלויבן, סוף-כּל-סוף, אַ פֿרוי צו זיצן בײַם רודער פֿון אַן אויטאָ. ס׳איז אַ גוואַלדיקער פּראָגרעס פֿאַר אַ לאַנד, וווּ אַ פֿרוי האָט מען, למשל, גאָר ניט לאַנג צוריק ניט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן אין אויסלאַנד אָן דער באַגלייטונג פֿון אַ מאַנצביל. הײַנטיקע טעג — משיחס צײַטן! — האָט די סאַודישע פֿרוי אַ מעגלעכקייט צו לאָזן זיך אין וועג אַרײַן אַליין, טאָמער זי האָט (פֿונדעסטוועגן) באַקומען אַן אָפֿיציעלע דערלויבעניש פֿון אַ מאַנצביל. |