- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דײַטשלאַנד, אויף אַ פֿײַערלעכער צערעמאָניע אינעם שלאָס "בעלעוויו", איז אָפּגעמערקט געוואָרן דאָס אויסצאָלן די פֿאַרגיטיקונג־געלטער, לטובֿת די געוועזענע קרבנות פֿון נאַצי־רעזשים, וואָס האָבן איבערגעלעבט די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן. דער באַלעבאָס פֿונעם שלאָס, כאָרס קיאָלער, האָט געזאָגט: "איך בין גליקלעך וואָס מײַן דור האָט אויסגעפֿירט דעם חובֿ פֿאַר די אומגליקלעכע, וואָס די נאַציס האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט אין קנעכט און אומברחמנותדיק עקספּלואַטירט". די וועלט האָט שוין ווידער וועגן וואָס צו זאָרגן: וואָס טוט מען מיט די צוויי טעריטאָריעס אין דער געוועזענער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמער געגנט, וואָס האָט זיך צעשפּאָלטן אויף צוויי אַדמיניסטראַטיווע טיילן, בראָש מיט "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס"? און אויב ביז אַהער האָבן די צענדליקער פּלענער־פּרימאָטשקעס געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס, האָבן די פּאָליטיקער — די וועלט־רופֿאים, סײַ פֿון מערבֿ און סײַ פֿון מיזרח, זיך געלאָזט איצט ווײַטער אויסצוטראַכטן נײַע "רפֿואות" און "סגולות" פֿאַר די פּאַלעסטינער. אַלע זײַנען אַזוי פֿאַרכאַפּט מיט דער דאָזיקער קרענק, אַז מ‘האָט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן נאָך איין צד — די אַזוי גערופֿענע ישׂראל־אַראַבער, דאָס הייסט, בירגער פֿון ישׂראל פֿונעם אַראַבישן אָפּשטאַם.
אין וואַשינגטאָן איז לעצטנס אויפֿגעדעקט געוואָרן אַ דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿון קאָמוניזם. אַ לויב צו יענע, וואָס האָבן במשך פֿון לאַנגע יאָרן זיך אַרומגעטראָגן און סוף־כּל־סוף פֿאַרווירקלעכט דעם מערקווירדיקן פּראָיעקט. סימבאָליש איז, אַז די אויפֿדעקונג פֿונעם דענקמאָל איז צוגעפּאַסט געוואָרן צום 70סטן יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע בעת סטאַלינס־רעפּרעסיעס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אָבער די סימבאָלישקייט פֿון דער אונטערנעמונג שעפּט זיך נישט אויס נאָר מיט דער דאַטע; דער דענקמאָל איז אַ דערמאָנונג פֿאַר דער וועלט, אַז קאָמוניזם איז איינע פֿון די שרעקלעכסטע מגפֿות אין 20סטן יאָרהונדערט, וואָס איז געווען ווייניק באַטראַכט, געפֿאָרשט און גייט נאָך אָן ווײַטער. גרעסערע און קלענערע אימפּרעזעס און אונטערנעמונגען גייען נאָך אַלץ אָן אין ישׂראל אין שײַכות מיט דער דאַטע פֿון 40 יאָר זינט דער זעקסטאָגיקער מלחמה און דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — די אַלט־שטאָט פֿון ירושלים. לויט דעם באַשלוס פֿון דער רעגירונג, וועלן די דאָזיקע פֿײַערונגען זיך ציִען ביז דעם קומענדיקן יאָר, ווען מדינת־ישׂראל וועט אָפּמערקן דאָס 60סטע יאָר פֿון איר זעלבשטענדיקייט אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם. ישׂראל האָט ליב צו פֿײַערן קײַלעכדיקע היסטאָרישע ציפֿערן, וואָס צייכענען אָפּ געוויסע געשעענישן אין איר ווײַטער און נאָענטער געשיכטע. נאָך דער שפּאַלטונג אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע אויף "כאַמאַסטאַן" און "פֿאַטאַכלאַנד"; נאָכן פּראָקלאַמירן אַ נײַע רעגירונג אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָט די מערבֿ־וועלט זיך פּלוצעם אויפֿגעכאַפּט און דערזען, אַז דווקא אין דער צײַט, ווען דער אינטערנאַציאָנאַלער פּלאַן, אונטערן נאָמען "וועגן־מאַפּע", האָט געזאָלט אָפּמערקן זײַן פֿינפֿטן יאָרטאָג, קאָן זיך טרעפֿן, אַז מע וועט דאַרפֿן רעדן וועגן זײַן יאָרצײַט, ווײַל נאָך איידער די קומענדיקע פּאַלעסטינער מלוכה איז אויפֿגעקומען, האָט זי זיך שוין געשפּאָלטן. פֿון וואַנען נעמט זיך מײַן פֿאַמיליע, וואָס באַטײַט מײַן נאָמען? — אַזעלכע פֿראַגעס שטעלט זיך יעדער מענטש, כאָטש איין מאָל אין לעבן, ווײַל עס איז דאָך אַ נאַטירלעכע זאַך, בעסער צו פֿאַרשטיין זיך אַליין, די אייגענע שורשים, די פֿאַרבינדונג מיט די אָבֿות, וואָס האָבן אַזאַ אויסווירקונג אויפֿן כאַראַקטער און דעם גורל פֿון אַ מענטשן. די געשיכטע פֿון די ייִדישע נעמען און פֿאַמיליעס איז גענוג אַ דראַמאַטישע און שפּיגלט אָפּ אונדזער אייביקן קאַמף פֿאַר נאַציאָנאַלער עקזיסטענץ און אידענטיטעט. די גיכקייט, מיט וועלכער עס בײַט זיך דער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח, איז שווער צוצופּאַסן צו אַ וואָכן־צײַטונג. דער "הײַנט" ווערט דאָרט פֿאַרוואַנדלט אינעם "נעכטן", נאָך איידער עס גייען אויס די 24 שעה פֿון אַ מעת־לעת. בשעתן שרײַבן דעם אַרטיקל, איז שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ביז ער וועט אָנקומען אין רעדאַקציע (מיט דער בליץ־פּאָסט), וועט ער שוין אויסזען פֿאַרעלטערט. פֿונדעסטוועגן, זײַנען פֿאַראַן וויכטיקע פּונקטן אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון מיטעלן מיזרח, דאָ אין אייראָפּע ווערט דער סיכסוך צווישן וואַרשע און מאָסקווע באַטראַכט ווי אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק. ווי ס‘איז באַוווּסט, האָט וואַרשע, אויסנוצנדיק איר וועטאָ־רעכט, בלאָקירט די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן רוסלאַנד און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד וועגן סטראַטעגישער מיטאַרבעט, אַן אָפּמאַך, וואָס זײַן טערמין גייט הײַיאָר אויס. וואַרשע שטעלט זיך קעגן דער בויונג פֿון דער צפֿון־באַלטישער גאַזלייטונג "רוסלאַנד — דײַטשלאַנד"; שוין אָפּגערעדט, אַז יעדעס מאָל זוכט וואַרשע אויס אַן אַנדער תּירוץ צו קאָמפּראָמיטירן די מאָסקווער פּאָליטיק אין די אויגן פֿונעם "פֿאַרבאַנד". נישט די "הייליקייט" פֿון מעקאַ, נישט די צוגעזאָגטע מיליאָנען פֿון די סאַודיער אַפּוטרופּסים, נישט די פֿילצאָליקע צוזאַמענטרעפֿן און אָפּמאַכן צווישן די פֿירער פֿון "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", האָבן צו קיין שלום־בית נישט געבראַכט. די צאָל קרבנות וואַקסט און נישט בלויז צווישן די מיליטאַנטן; דאָרט וווּ מע שיסט קאָן מען דערהרגענען, זאָגט דאָס ווערטל. דער מנהיגים-קריזיס אין מדינת־ישׂראל האָט הײַנטיקע וואָך אויסגעוויילט און געקרוינט צוויי נײַע מנהיגים, וועלכע זי האָט אַרויסגעפֿאַנגען פֿון איר אַלטן מנהיגים-אַרסענאַל. ביידע האָבן זיי געטראָגן אויף זיך דעם שטעמפּל פֿון "לוזערס" — פֿאַרלירערס, און זענען ביידע, איין טאָג נאָך דעם אַנדערן, געקרוינט געוואָרן מיטן נצחון אין זייערע צוויי פֿאַרמעסטן פֿאַר דעם חסד און צוטרוי פֿונעם פֿאָלק: אהוד ברק צום צווייטן מאָל ווי דער פֿאָרזיצער פֿון "עבֿודה" און מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, און — שמעון פּערעס נאָך אַ פּאָליטישער קאַריערע פֿון קרובֿ פֿינף יאָרצענדליקער און נאָך אַכט וואַל-פֿאַרלוסטן, ווי דער 9טער נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל, אויפֿן אָרט פֿון דעם טרויעריק־קאָמפּראָמיטירטן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ. דער וועג פֿונעם "ווײַסן הויז" קיין דײַטשלאַנד, אין הײַלינגענדאַם, וווּ עס קומט פֿאָר דער סאָמיט פֿון די G-8 לענדער, ליגט דורך עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש, האָט בדעה פֿעסטצושטעלן דעם שטאַנדפּונקט פֿון זײַן אַדמיניסטראַציע, מכּוח די פּראָבלעמען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו די דאָזיקע לענדער. אַזוי, למשל, אין אַלבאַניע וועט געוויס גיין אַ רייד וועגן קאָסאָוואָ און איר אומאָפּהענגיקייט; אין פּוילן און טשעכיע — וועגן דער אינסטאָלאַציע פֿונעם שוץ־ראַדאַר, אַן עלעמענט פֿון דער אַלגעמיינער קעגנראַקעטן־סיסטעם. סײַ דער פּראָיעקט אַרום קאָסאָוואָ און סײַ דער פּלאַן אַרום דער קעגנראַקעטן־סיסטעם אין אייראָפּע רופֿן אַרויס אַ שאַרפֿע קריטיק בײַם רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין. |