פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס עס איז אַזוינס אַ זיגזאַג, איז פֿאַר אונדז אַלעמען קלאָר. אַנדערש איז אָבער זײַן "סטאַטוס" אין דער פּאָליטישער און אויך אין דער מיליטערישער סטראַטעגיע פֿון מנהיגים. דאָ איז נישט אַלע מאָל און נישט פֿאַר יעדן איינעם קלאָר די כּוונה: צי דינט דער זיגזאַג דער סטראַטעגיע פֿון "אָפּנאַרן, אָדער צעמישן און צעטומלען דעם פֿײַנט" — אָדער איז דאָס דווקא די "גלײַכע ליניע" פֿון די פּאָליטיקער און מלוכישע מנהיגים. מיר מיינען דאָ די מנהיגים וואָס האַנדלען ספּאָנטאַניש, אימפּראָוויזירט, און זענען אַליין נישט זיכער וווּהין די דאָזיקע ליניע וועט פֿירן און וואָס פֿאַראַ רעזולטאַטן זי וועט מיט זיך ברענגען.

פּאָליטיק
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קאַ משפּחה אין טורקמעניסטאַן קוקט אויף דער טעלעוויזיע די לוויה פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פּרעזידענט סאַפּאַרמוראַט ניִיאַזאָוו, דינסטיק
דער טויט פֿונעם סאַמע אויסטערלישן דיקטאַטאָר פֿון דער איצטיקער צײַט, דעם טורקמענישען פּרעזידענט "טורקמען־באַשי" סאַפּאַרמוראַט ניִיאַזאָוו, האָט איבערגעלאָזט די פּאָליטיקער און אַנאַליטיקער אין אַ פֿאַרלעגנהייט. קיינער איז ניט גרייט אַרויסצוזאָגן קלאָרע נבֿואות וועגן דער צוקונפֿט פֿון טורקמעניסטאַן, די אַמאָליקע סאָוועטישע רעפּובליק, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מיטל־עלטערלעכן טיראַנישן מלכות. אין תּוך גענומען, האָט ביז אַהער די דעמאָקראַטישע צוקונפֿט פֿונעם טורקמענישן פֿאָלק ווינציק באַזאָרגט די וועלט — אַנדערש וואָלט מען ניט טאָלערירט די ווילדקייטן פֿון דעם טורקמען־באַשי אַזוי לאַנג. מען זאָרגט זיך, דער עיקר, וועגן דרײַ זאַכן׃ גאַז, נאַרקאָטיקן און ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אוי חנוכּה, אַ יום־טובֿ אַ שיינער..."

די פֿריילעכע חנוכּה־טעג פֿון יאָר תּשס"ז זענען שוין אַוועק און "עמך ישׂראל"האָט זיך שוין צוריקגעקערט צו דער וואָכעדיקער רוטין אין וועלכער מיר לעבן איצט אין ישׂראל.

ווי געוויינטלעך, באַמיט מען זיך יעדעס יאָר אָפּצומערקן און פֿײַערן דעם יום־טובֿ חנוכּה אין ישׂראל מיט אַלע צערעמאָניעס און ריטואַלן, כאָטש ניט שטענדיק איז פֿריילעך אויפֿן האַרצן, און ניט שטענדיק איז לײַכט זיך צו באַפֿרײַען פֿון די זאָרגן און שטימונגען, וועלכע זענען משפּיע אויף דײַן געמיט־צושטאַנד, אויף דײַן האַלטונג און האַנדלונג, אין דײַן טאָג־טעגלעכן קיום.

‫פֿון רעדאַקציע

מאָנטיק האָט דער אייראָפּעיִשער סטאַטיסטישער צענטער, וואָס גיט זיך אָפּ מיט אויספֿאָרשן די פֿראַגן פֿון ראַסיזם און קסענאָפֿאָביע פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרטימדיקן באַריכט, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז אין אייראָפּע וואַקסט כּסדר די "איסלאַמאָפֿאָביע". זי דריקט זיך אויס דורך בלוטיקע אַטאַקן אויף די מוסולמענער, ווי אויך דורך דיסקרימינאַציע בײַ דער אַרבעט און אויפֿן הײַזער־מאַרק.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַיאָר, דעם 13טן דעצעמבער, האָט דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך געטראָפֿן מיטן איצטיקן פּויפֿסט, בענעדיקטוס דער 16טער. דעם 30סטן דעצעמבער וועט ווערן 13 יאָר זינט דער וואַטיקאַן האָט אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל.

דעם 30סטן אָקטאָבער 1991 האָט זיך געעפֿנט די מאַדריד־קאָנפֿערענץ — די היסטאָרישע שלום־קאָנפֿערענץ מיט דער באַטייליקונג פֿון אַ דעלעגאַציע פֿון ישׂראל און דרײַ אַראַבישע דעלעגאַציעס: פֿון סיריע, לבֿנון און אַ בשותּפֿותדיקע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. די קאָנפֿערענץ איז צוזאַמענגערופֿן געוואָרן אונטער דער אַפּוטרופּסות פֿון די פּרעזידענטן פֿון די פֿאַראייניקטעע שטאַטן און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — דזשאָרדזש בוש (דער פֿאָטער) און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו.

פּובליציסטיק, אַמעריקע, געזונט
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

 אַ גרופּע אָנגעשטעלטע בײַם
דער פּלאַן צו רעפֿאָרמירן די ריזיקע, פּראָבלעמאַטישע ניו־יאָרקער שפּיטאָל־אינדוסטריע, האָט אַרויסגערופֿן אַ היפּש ביסל נערוועזקייט בײַ די אײַנוווינער פֿונעם שטאַט, צוליב זײַן רעקאָמענדאַציע צו שליסן נײַן שפּיטאָלן און אין גאַנצן איבערמאַכן 48 אַנדערע. די שפּיטאָל־אינדוסטריע אין ניו־יאָרק איז באַקאַנט ווי די גרעסטע אין אַמעריקע, אָבער איר פֿינאַנציעלער מצבֿ איז אויך דער סאַמע ערגסטער, האָבנדיק פֿאַרלוירן געלט די לעצטע אַכט יאָר נאָך אַנאַנד.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וועגן רעדן און זאָגן איז פֿאַראַן, ווי באַוווּסט, זייער אַ רײַכער פֿאָלקלאָר. מ'קען אָנשרײַבן — און מ'האָט שוין געשריבן — אויף דער דאָזיקער טעמע גאַנצע דיסערטאַציעס מיט אָן אַ שיעור ציטאַטן פֿון חז"ל, פֿון כּלערליי אייגענע און פֿרעמדע חכמים, פֿון פֿילאָסאָפֿן און פֿון דער פּשוטער און סאַמע טרעפֿלעכסטער פֿאָלקס-חכמה..

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, אין אַ מושבֿ־זקנים פֿון דער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע וויצ״אָ, אין תּל־אָבֿיבֿ

עס איז דאָ אַ געזעץ אין מדינת־ישׂראל, אַז די אַלע רעגירונגס־אַנשטאַלטן און אינסטיטוציעס, וואָס באַקומען זייערע יערלעכע בודזשעטן, דאַרפֿן עס אויסניצן ביזן סוף פֿון דעם לויפֿנדיקן יאָר. אויב זיי באַווײַזן עס ניט צו טאָן ביז דעם 31טן דעצעמבער, דאַרף די רעשט פֿון די געלטער צוריקגעגעבן ווערן צום פֿינאַנץ־מיניסטעריום; מען קען עס ניט אַריבערפֿירן ווי אַ צוגאָב צו דעם בודזשעט פֿון דעם קומענדיקן יאָר.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם טאָג וואָס ישׂראלס פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט זיך געטראָפֿן אין וואַשינגטאָן מיט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, האָט זיך פּובליקירט זײַנס אַן אינטערוויו אין דער פּאַלעסטינער צײַטונג "אַלקודס", וואָס גייט אַרויס אין מיזרח־ירושלים. צווישן אַנדערע, האָט אָלמערט געזאָגט אין זײַן אינטערוויו, אַז די לייזונג פֿון קאָנפֿליקט וועט פֿאָרקומען מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה, און צוגעגעבן אַ ווײַט־גייענדיקע דעקלאַראַציע, אַז ער איז גרייט צו אונטערהאַנדלען אַפֿילו מיט "כאַמאַס", אויב זיי וועלן אָנערקענען ישׂראל.

‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך איז אין ריגע, לעטלאַנד, פֿאָרגעקומען אַ צוויי־טאָגיקער סאָמיט פֿון "נאַטאָ". ווי עס גיבן איבער די אָרטיקע קאָרעספּאָנדענטן, לעבט שוין די שטאָט אַ געוויסע צײַט, ווי ס׳וואָלט, חלילה, אײַנגעפֿירט געוואָרן אַן אויסעראָרדנטלעכע לאַגע. עס זײַנען פֿאַרשטאַרקט געוואָרן די זיכערהייט־מיטלען, געשלאָסן די צענטראַלע גאַסן, שאַרפֿצילערס האָבן זיך באַזעצט אויף די דעכער...

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס האָט ווידער אַ פֿינקל געטאָן אַ ליכט-שטראַל פֿון באַנײַטער האָפֿענונג פֿאַר ייִדן, פֿאַר די ישׂראלים בפֿרט: אַ נײַע ישׂראלדיקע איניציאַטיוו זיך אַרויסצוקריגן פֿון דעם טעמפּן ווינקל, אין וועלכן עס איז פֿאַרשטעקט דער ישׂראל-פּאַלעסטינער שלום-קאָנפֿליקט נאָך דער באַרויִקונג אויפֿן צפֿון; אַ נײַער פּרוּוו אָפּצושטעלן די פּאַלעסטינער "קאַסאַמען"-אָפֿענסיווע און צו באַזײַטיקן — כאָטש צײַטווײַליק, און אפֿשר אויף להבא — דעם קאָשמאַר פֿון טעראָר און דעם פּחד פֿאַר דער אָפּוואַרטנדיקער נײַער מלחמה.

פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הילע פֿון מיכאל ריקלינס בוך ״האַקנקרייץ. צלם. שטערן. קונסטווערק אין דער תּקופֿה פֿון דער קאָנטראָלירטער דעמאָקראַטיע״
דער באַקאַנטער רוסישער קריטיקער מיכאל ריקלין טענהט אין זײַן נײַעם בוך, אַז די רוסישע מאַכט באַנוצט זיך מיט אַנטיסעמיטישע קלישעען, ווי אַ מיטל פֿון איר אידעאָלאָגישער פּאָליטיק. עס איז ניט קיין סוד, אַז די עקסטרעם־רעכטע "פּאַטריאָטישע" באַוועגונגען דרוקן און פֿאַרקויפֿן אַנטיסעמיטישע טעקסטן און בילדער, פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטישע בילבולים. די מאַכט האָט תּמיד געקוקט אויף אַזאַ מין טעטיקייט צווישן פֿינגער, אָבער ניט געשטיצט זי אָפֿיציעל. איצט, האַלט ריקלין, האָט פּוטינס אַדמיניסטראַציע באַשלאָסן אײַנצושליסן די אַנטיסעמיטישע מאָטיוון אין איר אידעאָלאָגישן אַרסענאַל, כּדי צו געווינען מער שטיצע צווישן די "פּאַטריאָטישע" שיכטן.