- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בפּועל־ממש אויף יענער זײַט פֿון די הרי־חושך ליגט דאָס לאַנד אַזערבײַדזשאַן, אײַנגעניורעט פּאַזע דעם דרום־מערבֿ־ברעג פֿונעם קאַספּישן ים און פּונקט אין דער געגנט פֿון דזשאָרדזשיע (גרוזיע) און אָסעטיע, וואָס איז לעצטנס געוואָרן אַזוי אָנזעעוודיק אין “צענטראַל־אַזיע" אין שײַכות מיטן קריג צווישן דעם רוסישן פֿירער “פּוטין" און דעם גרוזינישן פֿירער “סאַאַקאַשווילי". די וואָך האָט "דער נאַציאָנאַלער ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, מודיע געווען, אַז די גאַנצע טעקסטן פֿון 10,000 ווערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור קען מען איצט לייענען און אָפּדרוקן בחינם. די ביכער האָבן זיך געפֿונען אינעם צענטערס "סטיוואַן ספּילבערג דיגיטאַלישע ביבליאָטעק". מיט צען יאָר צוריק האָט די ספּילבערג־פֿונדאַציע בײַגעשטײַערט 5 מיליאָן דאָלאַר, אָנצוהייבן דאָס סקאַנירן די ייִדישע ביכער בײַם "צענטער". מיט 200 יאָר צוריק איז אין שרוסבערי, גראַפֿנשאַפֿט שראָפּשיר, געבוירן געוואָרן טשאַרלז דאַרווין — דער געניאַלער וויסנשאַפֿטלער, וואָס זײַן טעאָריע האָט שטאַרק געווירקט נישט בלויז אויף פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, נאָר אויך אויף דער אַנטוויקלונג פֿון פֿילאָסאָפֿישע, סאָציאַלע און רעליגיעזע דעות פֿון אונדזער תּקופֿה. בלויז אַ געציילטע צאָל וויסנשאַפֿטלער אין דער געשיכטע האָבן אַרויסגערופֿן אַ "פּאַראַדיגמע־בײַט" פֿון אַזאַ פֿאַרנעם. ווען איך בין קינדווײַז געווען אַ תּלמידה אין דער שלום־עליכם שול 21, פֿלעג די לערערין, בלומע לעדערהענדלער, יעדן פֿרײַטיק, בײַם עונג־שבת, דערציילן אַ פֿאָלקס־מעשׂהלע — געוויינטלעך וועגן אַן אָרעמען פּאָרפֿאָלק, וואָס מוז, נעבעך, שווער האָרעווען, כּדי צו קאָנען קויפֿן חלה, פֿיש און פֿלייש לכּבֿוד שבת. אין אַ טייל פֿון די מעשׂיות, איז דער ייִד אַהיימגעקומען פֿון שיל פֿרײַטיק־צו־נאַכטס מיט אַן אורח, און געבעטן זײַן פֿרוי שטעלן נאָך אַ טעלער אויפֿן טיש. דאָס פֿלעג מיך זייער פֿאַרחידושן. אויב איר זײַט אַ ניו־יאָרקער וועט איר זיך ווייניק וואָס וווּנדערן ווי מען בויט דאָ די קאַנאַליזאַציע, ווי אַזוי מען לייגט רערן אונטער די טראָטואַרן און וועגן, ווי לאַנג עס נעמט צו פֿאַרריכטן אַ לאָך אין מיטן שאָסיי. איז קודם־כּל, פֿאַרשליסט מען די גאַס אויף פֿופֿציק יאָר. אין צווישנצײַט, צעקאַליעטשעט מען די גאַנצע גאַס אַזוי, אַז אַלע געשעפֿטן אויף דער גאַס מוזן באַנקראָטירן. העלפֿט גאָט, און עס גייען אַוועק אַ פֿופֿצן יאָר, און מ’פֿאַרשיט די לעכער און מען לייגט מיט מזל אַ טראָטואַר. משה לעמסטער "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982 — 2007"; ה. לייוויק־פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, תּל־אָבֿיבֿ תשס״ח/2008, אילוסטראַציעס פֿון עדואַרד גראָסמאַן אויפֿן האַרטן טאָוול פֿון משה לעמסטערס נײַ בוך "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982—2007" זעט מען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם פּאָעט אין אַ כּמעט סורעאַליסטישן אימאַזש — אַ האָן שטייט אויף זײַן אַקסל און קרייעט, בשעת דער דיכטער, די הענט פֿאַרלייגט, קוקט צום לייענער, עלעהיי דאָס איז אַ גאַנץ נאַטירלעכע פּאָזע. פֿאַרברעכן אָן שטראָף הײַנט צו טאָג, ווען אונדזער וועלט ברעכט זיך מיט די סאַמאָראָדנע פֿאַרברעכער, דאָס הייסט — עכטע, אַכצן־קאַראַטיקע פּאָדלע שווינדלער — וווּ איינער פֿון זיי איז דער פּסיכאָפּאַט מיידאָף, וועלכער האָט אומגליקלעך געמאַכט אַ גאַנצע ריי ייִדישע אינסטיטוציעס; באַשווינדלט בענק אין אייראָפּע, און סתּם געפֿירט אַ פֿאַרברעכערישע בוכהאַלטעריע מיט יענעמס געלטער, איז ער אָבער נישט דער איינציקער חתן אויף דער חתונה. מיט 80 יאָר צוריק, אין 1929, האָט מען געלייגט דעם גרונטשטיין אויפֿצובויען די צען־גאָרנדיקע "ביאַליסטאָקער היים" אויף איסט־בראָדוויי, איין גאַס פֿונעם אַלטן "פֿאָרווערטס"־בנין. דער פּלאַן אונטערצונעמען דעם פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן אין יוני 1926, נאָך דעם ווי די ביאַליסטאָקער לאַנדסלײַט אין ניו־יאָרק האָבן געזען, אַז אַ גוטע באַהאַנדלונג פֿאַר עלטערע לײַט איז שווער צו געפֿינען. אין מאַלמאָ, אַ שוועדישע שטאָט, וואָס איז במשך פֿון די לעצטע יאָרן געוואָרן אַ פּולווערפֿאַס פֿון אַראַבישן און מוסולמענישן פֿונדאַמענטאַליזם, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה די פֿאַרגאַנגענע וואָך אָנגעקלאָגט די פּאָליציי פֿאַר זייער אויפֿפֿיר בעת אַ פּראָ־ישׂראלדיקער מאַניפֿעסטאַציע, פֿאַראַכטאָגן זונטיק. די פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן האָבן געהאַט אַ שטאָט־דערלויבעניש זיך צו פֿאַרזאַמלען אינעם הויפּט־פּלאַץ פֿון דער שטאָט, לעבן דעם אַמאָליקן שטאָטראַט־בנין. רבותי, ווען מיר וואָלטן אַלע הײַנט גערעדט אויף דײַטש און אויף ייִדיש איינער צום אַנדערן, וואָלטן זיך זיכער געפֿונען חכמים (אי צווישן אַחינו־בני־ישׂראל און אי צווישן די אומות־העולם) וואָס וואָלטן דאָס אי באַטראַכט ווי באַשערט, אי געהאַלטן פֿאַר ניט מער ווי נאַטירלעך. "נאַטירלעך" און "באַשערט" ווערן אין דער חכמת־הגעשיכטע געטײַטשט אויף צוריק, ניט אויף פֿאָרויס. אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, גענוי אין יאָר 1943, האָבן זיך באַוויזן אין אַמעריקע צוויי דעלעגאַטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס איז געווען דער באַרימטער דראַמאַטישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס, און דער דיכטער איציק פֿעפֿער. זיי האָבן באַזוכט די שטאָט דעטרויט, וווּ עס האָט זיך געפֿונען די אויטאָמאָביל־אינדוסטריע. אויף דעם קבלת־פּנים, וואָס מען האָט פֿאַר זיי געמאַכט, איז אויך געווען פֿאַרבעטן דער פֿאַרטרעטער פֿון אַ געוויסער יוניאָן. די "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" וואָס דער פֿינאַנציר־מאַגנאַט פּירפּאַנט מאָרגאַן (1837—1913) האָט געגרידנעט מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך אָנגעהויבן ווי זײַן פּריוואַטע ביבליאָטעק, און איז געוואָרן אַ וויכטיקער פּריוואַטער מוזיי און אומאָפּהענגיקע פֿאָרש־ביבליאָטעק אין צענטער ניו־יאָרק. אין 1924 האָט זײַן זון דזשאַק איבערגעמאַכט די ביבליאָטעק, און זי געמאַכט פֿאַר אַן עפֿנטלעכער אינסטיטוציע. |