ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן
דרײַ לערערינס פֿירן אָן מיטן וואַרשטאַט, "ווי אַזוי לערנט מען ייִדיש דורך געזאַנג",
בײַ דער פֿאַרזאַמלונג פֿון ייִדיש־קלובן, דעם 27סטן אָקטאָבער, אין לאַ־האָיאַ, קאַליפֿאָרניע.
פֿון רעכטס: סינדי פּיילי, אלישבֿע איידלסאָן און לאָרי (לאה) כּהן־סײַמאָן

ס׳זענען הײַנט טעטיק איבער אַמעריקע און דער גאָרער וועלט ייִדיש־קלאַסן אין פֿאַרשידענע לאָקאַלן: אין זונטיק־שולן, אוניווערסיטעטן, קאָמונאַלע צענטערס, שילן און אַפֿילו אין טאָגשולן.

הגם דער אינטערעס צו ייִדיש איז דאָ, געפֿינען זיך די לערער אין אַ שווערער סיטואַציע. לאָרי (לאה) כּהן־סײַמאָן, אַ לערערין פֿון דער "י. ל. פּרץ" זונטיק־שול אין קליוולאַנד, אָהײַאָ, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז זי האָט שוין לאַנג געפֿילט אַ באַדערפֿעניש צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַנדערע ייִדיש־לערער.

"ווען איך האָב אָנגעהויבן לערנען אין 1998, האָב איך זיך געפֿילט איינע אַליין.

ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די טענצערס־כאָרעאָגראַפֿן פּערל לאַנג און פֿעליקס פֿיביך מיט שיין בייקער (דירעקטאָר פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס") אין מיטן

אַלעגאָריע און אימאַזש

די טעג האָט דער קולטור־קאָנגרעס צוגעגרייט אַן אָוונט פֿאַר דער באַלערינע, כאָרעאָגראַפֿערין און גרויסער קינסטלערין, פּערל לאַנג, און דעם טענצער פֿעליקס פֿיביך, וועמען איך געדענק נאָך פֿון מײַנע מיידלשע יאָרן אין דער מיטלשול. ווען דער אַרבעטער־רינג האָט געפֿײַערט דעם דריטן סדר, האָט ער צוגעגרייט די חבֿרה יונגוואַרג צו די טענץ צום וועלטלעכן סדר. פֿעליקס פֿיביך האָט זיך אָבער פֿאַרדינט דורך די לאַנגע יאָרן דערמאָנט צו ווערן צוליב זײַן שעפֿערישער טעטיקייט.

געשיכטע, װיסנשאַפֿט
ד״ר דזשאָן מאַק׳קאַרטי, 1967

לאָגיק, סתּירות און כאַאָס

אין דער געשיכטע זענען פֿאַראַן נישט ווייניק גרויסע אַנטדעקונגען און דערפֿינדונגען, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער גאַנצער וועלט, אָבער בלײַבן רעלאַטיוו אומבאַקאַנט דעם אַלגעמיינעם עולם, אַחוץ אַ באַגרענעצטער צאָל ספּעציאַליסטן. אַ וויכטיקן מוסטער פֿון אַזאַ "באַשיידענער" דערפֿינדונג איז די קאָמפּיוטער-שפּראַך "Lisp" מיט אַ לאַנגן און אינטערעסאַנטן ייִחוס, וועלכע פּראַוועט הײַיאָר איר 50־יעריקן יוביליי.

פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב איר קענט אַרײַנקוקן אינעם אָקאָרשט דערשינענעם נומער פֿון בערל (דובֿ־בער) קערלערס "ירושלימער אַלמאַנאַך" (נ׳ 28, תשס״ח — 2008), זאָלט איר וויסן אַז ס׳דערוואַרט אײַך דאָרט אַ באַזונדערער נחת־רוח. דער נומער איז גרויס (430זז׳, ממש די גרייס פֿון אַ גאַנץ בוך!), רײַך (45 באַטייליקטע!), שיין און אַ דערקוויקעניש פֿאַרן אויג, פֿאַרן מוח און פֿאַר דער נשמה! אויפֿן "אַלמאַנאַך" און אויף זײַן רעדאַקטאָר דאַרף מען בפֿירוש מאַכן די ברכה "שכּן־ירבו!" די נשמות פֿון יוסף און אַניע קערלער ע״ה,

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון "באַרג ייִדן"

טובֿיה! טובֿיה! טובֿיה טענענבוים, דער אַמאָליקער פֿרומער יונגערמאַן, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די "מען טאָר נישט" און אַוועק אַהין וווּ מען מעג. און צו וואָס האָט ער זיך גענומען? צום טעאַטער אויף ענגליש שפּראַך, אָבער אויף ייִדישע טעמעס. זײַן פֿירמע הייסט "דער ייִדישער טעאַטער פֿון ניו־יאָרק". און איך האָב שוין געזען אַ קײַמא־לן פֿון זײַנע פּיעסעס; אַמאָל האָב איך זיי געלויבט, און אַמאָל — אַראָפּגעריסן. נאָר איין זאַך האָב איך קיינמאָל נישט פֿאַרפֿעלט צו דערמאָנען — זײַן דראַנג צום שאַפֿן.

טעאַטער
גימפּל תּם (אָדם שאַפּיראָ)

— ס‘איז קיין גאָט אויך נישטאָ
— וואָס זשע, זאָג איך, איז יאָ דאָ?
— אַ טיפֿע בלאָטע

אין יצחק באַשעוויסעס קלאַסישער דערציילונג "גימפּל־תּם", וואָס איז אַרויס אין אַ זאַמלונג אין 1957, האָט דער מחבר אַרויסגעבראַכט דאָס שלימזלדיקע לעבן פֿונעם העלד און זײַן באַציִונג צו דער וועלט, צום לעבן און צום גורל פֿונעם מענטשן.

קונסט
יוסף אָסטראָווסקי

ווייניק ווער וועט הײַנט פֿאַרחידושט ווערן פֿון דעם, וואָס אין אַ סינאַגאָגע קאָן דורכגעפֿירט ווערן אַן אויסשטעלונג פֿון אַ ייִדישן מאָלער. די סינאַגאָגעס, אָדער ווי מע רופֿט זיי אין אַמעריקע, "דזשויִש־סענטערס", זײַנען אויפֿגעהערט געוואָרן צו זײַן בלויז גײַסטלעכע ערטער, וווּ מע דאַוונט נאָר. אין אַ סך שילן פֿון ניו־יאָרק קומען פֿאָר געזעלשאַפֿטלעכע אַסיפֿות, קאָנצערטן און צו מאָל — אויך קינסטלערישע אויסשטעלונגען. אַזוי, למשל,

‫רעפּאָרטאַזשן
די וווּלקאַנען הויערן איבער די שטעטלעך פֿון גוואַטאַמאַלע

אונדזער נסיעה קיין גוואַטעמאַלע איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך בין געפֿאָרן קיין צענטראַל־אַמעריקע. אונדזער טעכטערל, אסתּרל, האָט באַשלאָסן צו נעמען אַ יאָר פֿרײַ פֿון אוניווערסיטעט דאָס יאָר, כּדי צו זען די וועלט, איידער זי גייט ווײַטער אָן מיט אירע שטודיעס. זי האָט געפֿאָרשט דורך אינטערנעץ חדשים לאַנג, וווּ אָנהייבן איר נסיעה, און געפֿונען, אַז אינעם לענדל גוואַטעמאַלאַ קען מען אי וווינען זייער ביליק, אי געפֿינען פּראָגראַמען צו שטודירן שפּאַניש און העלפֿן דער אָרטיקער אָרעמער באַפֿעלקערונג אין דער זעלביקער צײַט.

קהילה־לעבן

שפּאַצירנדיק אין וויליאַמסבורג מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט פּסח (נישט זײַן אמתער נאָמען), אַ 29־יאָריקער אייגנטימער פֿון אַ טעקסי־פֿירמע, דערזען ווי אַ לערער, זײַנער אַ באַקאַנטער, פֿירט צענדליקער תּלמידים אויף אַן עקסקורסיע. פּלוצלינג האָט דער לערער געגעבן איינעם פֿון די ייִנגלעך אַ פּאַטש אין פּנים.

פּסח איז צוגעלאָפֿן מלא־כּעס. "אויב איך זע דיך נאָך איין מאָל שלאָגן אַ קינד, וועל איך דיר צעברעכן די ביינער, און כ׳וועל נאָך רופֿן די פּאָליציי,

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

סטודענטן אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט וואָס לערנען זיך ייִדיש הײַנטיקס יאָר. די לערערין מרים האָפֿמאַן זיצט די צווייטע פֿון רעכטס.

אַריאלה דויטש

איך האָב ליב ייִדיש, נאָר מײַן ייִדיש איז באַגרענעצט צו די באַגריסונגען וואָס מען נוצט אין שיל און ווען ס'קומט צו הבֿדלה. אוי יאָ. איך קען אויך דאָס וואָרט "לעפֿל" און "גאָפּל," און דאָס איז דערפֿאַר וואָס מײַנע באָבעס און זיידעס רעדן די שפּראַך פֿליסיק. מײַן טאַטנס עלטערן, געבוירן אין אונגאַרן און דער מאַמעס טאַטע שטאַמט פֿון פּוילן און איר מאַמע פֿון ישׂראל. גליקלעכע מענטשן וואָס זיי פֿאַרשטייען די שפּראַך. אָבער דאָס גליק גרייכט נישט צו מיר. איך שטעל זיך פֿאָר,

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

יעדעס יאָר, יעדן נײַעם סעמעסטער, ווען איך גרייט זיך אַרײַנצוגיין אין אָנהייבער־ייִדיש־קלאַס, קלאַפּט בײַ מיר דאָס האַרץ. וואָס איז די מעשׂה? אָפּגעלערנט אַזוי פֿיל יאָר און שרעק זיך נאָך אַלץ אַז איך וועל עפֿענען די טיר און דער קלאַס וועט זײַן ליידיק. און יעדעס מאָל, ווען איך עפֿן די טיר דעם ערשטן טאָג פֿון לערנען מיט אָנהייבער, און דערזע אַ פֿולן קלאַס, וואַקסט אין מיר דאָס האַרץ. ווי האָב איך זיך געקענט אַזוי טועה זײַן? עס קומט מיר אויפֿן געדאַנק חיים גראַדעס אַ זאָג אין זײַן "וויכּוח:"

פּובליציסטיק, קינאָ
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ישׂראלדיקער קאָמאַנדיר, מינץ (רעכטס), און דער נײַ־געקומענער עולה, לאָלעק, אין אַ סצענע פֿונעם פֿילם

אין דער ערשטער סצענע פֿונעם נײַעם, אומגעוויינטלעכן פֿילם "בית־אַבֿי" (פֿאָטערלאַנד)*, פֿאָרט אַ משׂא־אויטאָ מיט אַ גרופּע יונגע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן איבערן ארץ־ישׂראלדיקן מידבר. דאָס יאָר איז 1948, דער סאַמע ברען פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, און די יונגע לײַט האָט מען, אַ פּנים, אַרײַנגעשמוגלט, כּדי צו ווערבירן מער קעמפֿער פֿאַר דער "הגנה".

בעת די באַזאָרגטע פּנימער שאָקלען זיך אין דער פֿינצטער, זינגט איינער שטיל, מיט אַ צעבראָכן קול, איציק מאַנגערס אומעטיק ליד: