- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טובֿה פֿעלדשו האָט זיך אויסגעשיילט ווי איינע פֿון די אָנגעזעענסטע אַקטריסעס אין האָליוווּד, אויף בראָדוויי און אויף טעלעוויזיע. זי האָט זיך צום מיינסטן אויסגעצייכנט ווען זי האָט געשפּילט "גאָלדע," מיט אַ פּאָר יאָר צוריק און אָנערקענט געוואָרן דערפֿאַר. דאָס מאָל האָט זי זיך אונטערגענומען גאָר אַ שווערע מלאָכה; אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיט אַ פּאָליאַטשקע, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן. זעט אויס, אַז עס זײַנען געווען געציילטע פּאָליאַקן וואָס האָבן יאָ צוגעלייגט אַ האַנט אין באַהאַלטן ייִדן אויף בוידעמס און קעלערן, אַ סך מאָל פֿאַר געלט און זעלטענער — אָן אַן אָפּצאָל. די "קינאָ־געזעלשאַפֿט" בײַם לינקאָלן־צענטער אין ניו־יאָרק וועט פֿאָרשטעלן דעם גרעסטן פֿילם־פֿעסטיוואַל וואָס איז אַמאָל אָרגאַניזירט געוואָרן לכּבֿוד דעם פּוילישן פֿילם־רעזשיסאָר, אַנדזשיי ווײַדאַ. דער פֿעסטיוואַל — "מיט אמת אָדער מוט: די פֿילמען פֿון אַנדזשיי ווײַדאַ" — נעמט אַרײַן 37 פֿילמען, וואָס דער קינסטלער האָט געמאַכט בעת זײַן לאַנגער 50־יאָריקער קאַריערע. ווײַדאַ האָט שוין באַקומען די חשובֿסטע פּריזן אין דער קינאָ־וועלט, צווישן זיי דער "פּאַלם־ד׳אָר" בײַם פֿילם־פֿעסטיוואַל אין קאַן, פֿראַנקרײַך און אַן "אָסקאַר"אין האָליוווּד. אַמאָליקע אַריסטאָקראַטן און אַדל־לײַט פֿון אייראָפּע פֿלעגן זאַמלען אָביעקטן פֿון דער נאַטור; זאַכן, וועלכע, אָפֿט מאָל, האָט מען זיי ערשט געפֿונען אין "דער נײַער וועלט" און מען איז נישט געווען זיכער אַפֿילו, וואָס זיי זענען. די קוריאָזן האָט מען אויסגעשטעלט פֿאַר געסט, דיפּלאָמאַטן, אָדער אַנדערע מענטשן מיט אַ דעה, כּדי צו מאַכן אויף זיי אַ רושם מיט זייער וויסן און מאַכט. אויף דײַטש האָט מען אַזאַ זאַמלונג אָנגערופֿן אַ וווּנדער־קאַמער, מיינענדיק אַ גאַנצע שטוב, אָנגעפֿילט מיט די קוריאָזן־חפֿצים. אין אַנדערע ערטער האָט מען זיי אויסגעשטעלט אין אַ שאַפֿקע, און די זאַמלונג אָנגערופֿן — "אַ שאַפֿקע פֿון קוריאָזן". מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן, בראָש מיט ראָן טעפּי, אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿונעם פּיטסבורגער טעאָלאָגישן סעמינאַר, אַנטדעקט אין תּל-זית, 35 מײַל פֿון ירושלים, אַ גרויסן שטיין, 38 פֿונט די וואָג, אויף וועלכן עס זענען אויסגעקריצט געוואָרן די אותיות פֿונעם אַלט-העברעיִשן אַלף-בית. אין די אוראַלטע צײַטן פֿלעגן די ייִדן נוצן די אַלטע שריפֿט, וועלכע ווערט אָנגערופֿן אין גמרא "כּתבֿ-עבֿרי", און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וואַריאַנט פֿונעם אַלגעמיינעם סעמיטישן אלף-בית. מיט אַ צוויי וואָכן צוריק האָב איך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿון “אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע שטודיעס" אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ מען האָט מודיע געווען אַז עמוס עוז, דער באַרימטער העברעיִשער שרײַבער און עגנון־פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור אין בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין ישׂראל, וועט האַלטן אַ סעריע פֿון דרײַ רעפֿעראַטן. נעכטן, נאָך אַ שווערן טאָג אַרבעט, האָב איך זיך צונויפֿגענומען און אַוועק אין דער זשורנאַליסטישער אָפּטיילונג פֿון קאַמפּוס, צווישן די גרינע בערג פֿון מערבֿ־קאָנעטיקאָט געפֿינט זיך אַ וואַקאַציע־אָרט פֿון אַ גאָר אַנדערן שניט. אָן קאַסינאָס, אָן אַ גאָלף־פֿעלד, אָן אַ באַר. אַנשטאָט יענע געוויינטלעכע פֿאַרווײַלונגען, באַמיט זיך דער "גײַסטיקער צענטער אויפֿן נאָמען פֿון איזאַבעלאַ פֿרידמאַן" צו פֿאַרפֿלאַנצן אַ ליבשאַפֿט פֿאַר די ייִדישע ווערטן, פֿאַרשטאַרקן אַהבֿת־ישׂראל און אָנקניפּן אַ גײַסטיקע באַציִונג מיט דער נאַטור. ייִדישער פּלוראַליזם עס איז איבעריק איבערצוחזרן דעם פֿאַקט, אַז ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט פּאָליטיש, קולטורעל און רעליגיעז. ווי אַ וועלט־פֿאָלק, זײַנען הײַנט צו טאָג, נאָכן חורבן אייראָפּע, די שפּראַכלעכע אונטערשיידן די האַרבסטע. ייִדיש איז באַעוולט געוואָרן אין ישׂראל און העברעיִש האָט ניט פֿאַרנומען איר פּלאַץ אין די תּפֿוצות. ייִדיש איז געווען דער גלאָבאַלער בולטסטער פֿענאָמען פֿון "דאָס פּינטעלע ייִד". קול תּקיעה וקול תּרועה — און עס קומט נאָך אַלץ ניט די ישועה דער שורש פֿונעם וואָרט "שופֿר" איז פֿאַרבונדן, האַלט מען הײַנט, מיטן וואָרט פֿאַר אַ ווילדן שעפֿל. די בלאָז־קלאַנגען פֿונעם שופֿר "תּקיעה" און "תּרועה" ווערן דערמאָנט אין חומש. ווי וויכטיק איז די ראָלע פֿונעם שופֿר אין דער צײַט פֿונעם נײַעם יאָר, זעט מען שוין אין דער פֿאַרצייכענונג פֿון ראָש־השנה ווי "יום-תּרועה" אין חומש. ווען איך האָב אַנומלטן געשריבן וועגן דרײַ ייִדיש־וועלטלעכע בעלי־חרטה (אַבֿרהם גאָלאָמב, שלמה סײַמאָן און לייבוש לעהרער) וואָס האָבן אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, אין סאַמע בלי פֿון זייערע קאַריערעס, “אויסגעדרייט דעם דישעל", חרטה געהאַט אָדער זיך אַנטוישט אין זייער וועלטלעכקייט און גענומען שטרעבן צו נאָך מער ייִדישער טראַדיציע, האָבן אפֿשר אייניקע “פֿאָרווערטס"־לייענער דאָס אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט. פֿעני און פֿרעדי זײַנען געווען צוויי חבֿרה־לײַט אַרויסגעקומען פֿון אָרעמקייט און געחלומט איין טאָג אָנצוכאַפּן זיך אין די פּאָלעס פֿונעם אַמעריקאַנער חלום. פֿעני האָט גענומען דעם "סאָבוויי" צו דער אַרבעט. זי האָט געאַרבעט אויף דער "לאַוער איסט סײַד," לעבן וואָל־סטריט. דאָרט איז זי געווען אַ טעלעפֿאָניסטקע. גענומען אַ דיקטאַנט פֿונעם בעל־הבית און געקלאַפּט אויף דער שרײַב־מאַשינקע. איר געהאַלט איז געווען נישט מער ווי פֿינף און דרײַסיק שמאַלאַרעס אַ וואָך. די סימבאָליק וואָס מע געפֿינט אין די ראָש־השנהדיקע מינהגים, איז גוט באַקאַנט — למשל, מע עסט דעם קאָפּ פֿון אַ פֿיש, ווײַל ראָש איז טײַטש קאָפּ, אָדער מע עסט מערן־צימעס, מע זאָל, מיט מזל, זיך מערן אינעם נײַעם יאָר. דעם זיסן עפּל אײַנגעטונקען אין האָניק עסט מען, מע זאָל האָבן אַ זיס יאָר. אַנדערע דערמאָנען, אַז עזרא הסופֿר האָט שוין אונדז געהייסן ראָש־השנה עסן זיסע מאכלים — "אכלו משמנים ושתו ממתקים". וואָס לוינט זיך דאָ צו רעדן און צו ברײַען לאַנגע מעשׂיות. געזען אויף די שפּאַלטן פֿון אַ צײַטונג אַן אַנאָנס, אַז מ'שפּילט אין "קוואַרד־קינאָ" אין ווילעדזש, אַ פֿילם, וואָס האָט אין זיך אַ ייִדיש וואָרט. בין איך אַוועק זען וואָס די מעקסיקאַנער ייִדן האָבן דאָ פֿאַר אונדז פֿאַרגרייט. ווײַזט זיך אַרויס אַז ס'איז יאָ עפּעס אַ ייִדישער פֿילם, כאָטש ס'לשון איז שפּאַניש מיט אַ טראָפּ ייִדיש אויף צו פֿאַרבײַסן. |