- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס׳איז אָנגעקומען פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן לינגוויסט און פּרעכטיקן ייִדיש־קענער צבֿי סדן, וואָס אַ מאָל, איידער ער איז געקומען פֿון יאַפּאַן קיין ישׂראל, האָבן מיר אים אַלע געקענט ווי טסוגייאַ (צוויקאַ סאַסאַקי). דער פֿאָרויסגעזעענער סדר־היום פֿון אַ קאָנפֿערענץ וועגן ישׂראלדיקער שפּראַך־פּלאַנירונג, וואָס וועט סוף זומער פֿאָרקומען אין בר־אילן־אוניווערסיטעט (אין די זעלבע טעג, ווען מען פֿײַערט אויף דער וועלט דעם 100סטן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ). דעם 17טן אויגוסט וועט אין ירושלים זיך עפֿענען אַ נײַער מוזיי, געווידמעט דער געשיכטע פֿון קבלה און חסידות. אַלע אונטערנעמונגען און בילדונג-פּראָגראַמען אינעם מוזיי וועלן דורכגעפֿירט ווערן אויף אַן עגאַליטאַרן אופֿן, דערמעגלעכנדיק מענער און פֿרויען, ייִדן און ניט-ייִדן, צו באַקענען זיך מיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער מיסטישער טראַדיציע אויף אַן אויטענטישן אופֿן. אַ 30־יאָריקער ייִדישער בחור ברענגט אַהיים זײַן מיידל, זי זאָל זיך באַקענען מיט זײַנע טאַטע־מאַמע. די עלטערן זענען שטאַרק אַנטוישט, וואָס זי איז נישט קיין ייִדישע, אָבער זיי שווײַגן, ווײַל זיי זעען, אַז זי איז אַ סימפּאַטישע, אַ קלוגע, און אַז זייער זון האָט זי ליב. אַ קורצער מיטל־יאָריקער מאַן הערט תּמיד ווי זײַנער אַ מיטאַרבעטער לאַכט אויס זײַן וווּקס. זײַנע קאָמענטאַרן שטעכן אים, אָבער ער מאַכט זיך נישט־וויסנדיק. דער אונגעריש־ייִדישער שרײַבער, פּאָעט, און רעדאַקטער פֿונעם חודשלעכן זשורנאַל "סאָמבאַט", גאַבאָר ט. סאַנטאָ, איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט אין 1966. נאָך זײַן ראָמאַן "מיזרחדיקע וואָקזאַל, לעצטע סטאַנציע", 2002, וועגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט ער געדרוקט אַ באַנד דערציילונגען "אונטערן קוועטש פֿון ליידיקע שטיוול", 2004, אין וועלכן ער באַשרײַבט דעם ייִדישן גורל נאָכן חורבן אין אונגערן. דאָס בוך האָט מען איבערגעזעצט אויך אויף רוסיש. אין אַ קאַפֿע אין בודאַפּעשט האָבן מיר געהאַט אַ געלעגנהייט צו שמועסן. "סאָמבאַט" איז אַ וויכטיק אומאָפּהענגיק קול פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט. דעם זומער, בשעת איך האָב געמאַכט אַן "אולפּן" (העברעיִשער שפּראַך־קורס) אין ירושלים, האָב איך אָנגעהויבן טראַכטן, צי ס’איז שוין געקומען די צײַט, אַז מיר ייִדישיסטן זאָלן עולה זײַן און זיך אַלע באַזעצן אינעם לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות. אָדער ווייניקסטנס, צי איך אַליין זאָל עולה זײַן (איצטער, ווען איך בין שוין צו אַלט, מע זאָל מיך שטעלן פֿאַרן פּריזיוו — צו דינען אין מיליטער), כאָטש אויף אַ שטיק צײַט. אָדער לכל־הפּחות, צי ס’איז כּדאַי, אַז איך זאָל צוריקקומען איבער אַ יאָר און מאַכן נאָך אַן אולפּן. פֿאָרשער, און סתּם פֿאַראינטערעסירטע מענטשן, וועלכע האָבן יאָרן לאַנג געניצט די "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" (ירושלים, 1971) ווי דער פּוסק־אַחרון צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אָפֿט באַמערקט, אַז דאָס אײַנקוקבוך, וואָס האָט באַדאַרפֿט אַרויסווײַזן אָביעקטיווקייט, האָט געהאַט זײַנע בולטע פּרעפֿערענצן און פֿאָראורטלען. קודם, האָט מען געזען אַן אומיושר בײַם באַשליסן ווער ס׳פֿאַרדינט זײַן אייגענע פּאָזיציע אינעם ווערק; און צווייטנס, האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס געוויסע טוער און שרײַבער האָבן פֿאַרדינט צוויי אָדער דרײַ מאָל אַזוי פֿיל אָרט אין זייער באַשרײַבונג ווי אַנדערע. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז דער עלטערער דור, וועלכער האָט זיך געכאָוועט אין די ייִדיש־וועלטלעכע שולן, ווילן פֿאַרזיכערן די וועלט אַז זיי קענען באמת רעדן ייִדיש. זיי קענען בעבטשען ייִדיש, אָבער רעדן ווי ס׳האָבן גערעדט זייערע עלטערן און די דורות פֿאַר זיי איז נישטאָ צו דעם קיין פֿאַרגלײַך. די נײַ־אויסגעלערנטע ייִדיש־קענערס רעדן אַ קלאַסצימער־ייִדיש, מסתּמא גענומען קלאַסן בײַ לערער וואָס האָבן אַליין געקענט אַ קלאַסצימער־ייִדיש. פֿאַראַן דאָ און דאָרט לערער, דווקא פֿון די יונגע, וואָס קענען יאָ דאָס מויל עפֿענען אויף ייִדיש און ס’גרילצט נישט אין אויער, נאָר פֿאַרקערט, ס’טוט הנאה. יעדן זומער ווערט קראָקע — איינע פֿון די עלטסטע שטעט אין פּוילן — פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַנאָראַמע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק־ און קונסט־וועלט. במשך פֿון די צען טעג קומען טויזנטער פּאָליאַקן, ווי אויך באַזוכער פֿון די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, קוזמיר (אויף פּויליש — קאַזימיערץ), כּדי צו געניסן פֿון די צענדליקער וואַרשטאַטן, אויסשטעלונגען און קאָנצערטן. הײַיאָר, דעם 22סטן טאָג אינעם חודש תּמוז, קומט דער 120סטער יאָרצײַט פֿון חנה-רחל ווערבערמאַכער — די באַרימטע "לודמירער מויד", איינע פֿון די סאַמע אומגעוויינטלעכע פֿיגורן אין דער געשיכטע פֿון חסידות. די הייליקע פֿרוי, וועלכע האָט אויסגעבויט אַן אייגענע שיל, וווּ זי האָט זיך געפֿירט ווי אַ רבי, האָט איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם אין דער ייִדישער קולטור — סײַ בײַ די חסידים, סײַ בײַ די וועלטלעכע שרײַבער. געוויינטלעך מאַכט אַ קינסטלער אַ רושם אויף דער קינסטלערישער וועלט, ווען ער איז יונג און פֿול מיט נײַע און נאָוואַטאָרישע אידעען אין זײַן שאַפֿונג. אַמאָל טרעפֿט זיך פֿאַרקערט, אַז אַ קינסטלער לאָזט איבער אַ דויערנדיקע שאַפֿערישע ירושה אויפֿן סמך פֿון זײַנע לעצטע יאָרן. אַזאַ קינסטלער איז געווען פֿיליפּ גוסטאָן, וועלכער האָט אויסגעדרייט דעם דישעל צום סוף פֿון זײַן לעבן, און דווקא צוליב דעם נײַעם וועג וועט בלײַבן זײַן נאָמען אין דער קונסט־געשיכטע. גוסטאָן איז געווען סײַ אַ מאָלער, סײַ אַן אויסערגעוויינטלעכער צייכענער. הערמאַן יאַבלאָקאָוו דערציילט, אַז די “Hebrew Actors Union" (יוניאָן פֿון ייִדישע אַקטיאָרן) האָט געשטעלט אירע ערשטע טריט אין 1887, און לויט דער דאַטע איז עס איינס פֿון די עלטסטע יוניאָנס אין אַמעריקע. אין 1902 איז אַנטשטאַנען “לאָקאַל 2" וואָס האָט זיך אויסגעשיילט פֿון דער “Hebrew Actors Union," מיט איין עקסקלוסיווער יוריסדיקציע אין דער פּראָווינץ. אין 1903 האָט זיך געשאַפֿן “לאָקאַל 5," מיט דער יוריסדיקציע, ד״ה איבערזיכט, איבער די ייִדישע וואָדעוויל־הײַזער. ווען לעאָנאַ העלמסלי, די האָטעל־באַלעבאָסטע און ביליאָנערין, איז געשטאָרבן פֿאַר אַ יאָרן, איז די וועלט שאָקירט געוואָרן וואָס זי האָט איבערגעלאָזט 12 מיליאָן דאָלער אין איר צוואה פֿאַר איר הינטל "טראָבל" (אַ צרה). איצט האָט מען זיך דערוווּסט, אַז זי האָט איבערגעלאָזט איר גאַנץ פֿאַרמעגן, צווישן פֿינעף און אַכט ביליאָן דאָלער, פֿאַר "דער זאָרג און וווילזײַן פֿון הינט". ס‘איז נאָך אַ פֿראַגע צווישן אַדוואָקאַטן, צי מע מוז אויספֿירן פֿרוי העלמסליס "דערקלערונג פֿון שליחות", ווײַל לעגאַל גערעדט, האָט זי דאָס נישט אַרײַנגענומען אין איר צוואה. ווי עס זאָל נישט זײַן, וועט די פֿונדאַציע וואָס די געלטער וועלן גרינדן זײַן איינע פֿון די גרעסטע פֿונדאַציעס אין אַמעריקע. |