- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך דערמאָן זיך וואָס מײַן טאַטע האָט מיר אַמאָל דערציילט וועגן אָרעמקייט אין דער באַלוטער געגנט אין לאָדזש. דאָס זײַנען געווען די דרײַסיקער יאָרן, אַ רעזולטאַט פֿון דער מפּלה אויף “וואָל־סטריט," אין אַמעריקע, ווען די בענק האָבן באַנקראָטירט און די בערזע אין ניו־יאָרק האָט אויסגעצויגן די קאָפּעטעס. די וועלט איז דעמאָלט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פּאַניק. מענטשן וואָס האָבן אָנגעוווירן מאַיאָנטקעס האָבן זיך גענומען שלײַדערן פֿון די פֿענצטער, נישט געקענט נאָך יאָרן פֿון שוווילטאָג אָנהייבן פֿון אויף ס’נײַ. אַז אַ בחור "גייט אויס" נאָך אַ מיידל, ווי די אַמעריקאַנער ייִדן פֿלעגן זאָגן, דאַרף ער האָבן מוט און זײַן זיכער בײַ זיך. אויב ער שעמט זיך און מאַכט נישט דעם ערשטן טראָט, וועט זיך קיין ליבע צווישן זיי נישט צעפֿלאַקערן. אַזוי האָב איך געטראַכט איין פֿרײַטיק, ווען איך האָב געקוקט אַ נאַרישן ליבע־פֿילם אין אַ טונקעלן קינאָ־זאַל און געזעסן שטיל, נישט גערירט זיך פֿון אָרט, לעבן אַ שיין מיידל. “דזשעקי מייסאָן — דער ענדגילטיקער ייִד." (Jackie Mason — The ultimate Jew) אַזוי הייסט די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג זײַנע, וווּ דער קאָמיקער פּראַוועט לצנות מיט דער לעצטער פּאָליטישער לאַגע אין לאַנד, מיט זײַנע פֿאַראורטיילן און אָנפֿאַלן, וווּ ער לאָזט אויס זײַן ביטער האַרץ אויף אַלע ייִדישע שׂונאים. דזשעקי, וועלכער איז שוין קיין עין־הרע אין זײַנע אַריכות־ימים, איז נישט קיין פּנים־חדשות פֿאַרן טעאַטער־גייער. ער נעמט אין דער אַרבעט אַרײַן ייִדן און גויים, דעם געוועזענעם גובערנאַטאָר פֿון ניו־יאָרק — עליאָט שפּיצער, וועלכער האָט מיאוס אָפּגעשניטן און געלייגט דעם קאָפּ. שוין אָפּגערעדט פֿונעם נײַעם גובערנאַטאָר — דייוויד פּאַטערסאָנען, מיט זײַן מתוודה זײַן זיך פֿאַר כּל עם ועדה, באַלד בײַם איבערנעמען די גובערנאַטאָרסטווע, היות ער אַליין איז אויך אַ ווײַבערניק, אַ רודף־יופּעס, אַז ער איז טרייף ווי אַ חזיר־פֿיסל. מיט אַ חודש צוריק האָט דער קאָלומביע-אוניווערסיטעט, בשותּפֿות מיטן ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, דורכגעפֿירט אַ קאָנפֿערענץ אונטערן נאָמען "ייִדן און אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם". דעם זיבעטן מערץ האָט דער "פֿאָרווערטס" פּובליקירט אַ באַריכט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו, וועגן די עיקר-טעמעס, וואָס זענען באַהאַנדלט געוואָרן אויף דער דאָזיקער אונטערנעמונג. הערמאַן שטרוק (1876 — 1944) איז געווען אַ בערלינער קינסטלער, באַקאַנט פֿאַר זײַנע פּאָרטרעטן און לאַנדשאַפֿטן. ער האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ מײַסטער פֿון ראַדירונגען, און אַפֿילו מאַרק שאַגאַל האָט אים געבעטן אים ווײַזן זײַן טעכניק. די אַנדערע קינסטלער ווי יעקבֿ שטײַנהאַרדט און אַנאַ טיכאָ האָבן זיך אויך געלערנט בײַ אים, און זײַן לערנבוך, "ווי אַזוי צו ראַדירן", איז נאָך אַלץ אַ קלאַסיש ווערק. ערשט די טעג איז אַוועק פֿון דער וועלט בינה ווײַנרײַך, די פֿרוי פֿונעם באַרימטן ייִדישן לינגוויסט — אוריאל ווײַנרײַך, די שנור פֿון ד"ר מאַקס און רעגינע ווײַנרײַך, און די שוועגערין פֿון גאַבי ווײַנרײַך. פֿאַר מיר ליגט אַ בילד פֿון פֿינף יונגע חבֿרה־לײַט. דאָס בילד באַשײַנט די שוואַרץ־חנעוודיקע ברונעטקע — בינה סילווערמאַן, ווען זי האָט נאָך געהייסן אויף איר מיידלשן נאָמען. וועגן בינהן ווייס איך ווייניק, בלויז דאָס וואָס זי אַליין האָט מיר דערציילט, און די עפּיזאָדן וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט בעת אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט. נישט געקוקט אויף דער הצלחהדיקער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע און דעם פֿאַרשטאַרקטן שקל, האָט דאָס ישׂראלדיקע מיניסטעריום פֿון סאָציאַלע באַדינונגען פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק אַרויסגעלאָזט אַ באַריכט, וואָס באַשטעטיקט, אַז יעדן טאָג עסן 24,000 מענטשן אין אַ גאָרקיך (אַ פּלאַץ, וווּ אָרעמע לײַט קריגן אַ הייסן מיטאָג בחינם), און אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אויף אַזוינע פֿינאַנציעלע צרות, אַז זיי זענען מוותר די נייטיקע שפּײַזן, כּדי צו קויפֿן אַנדערע זאַכן. צום ערשטן מאָל וועט מען אין ניו־יאָרק, פֿונעם 11טן ביזן 13טן אַפּריל, דורכפֿירן אַ קינאָ־פֿעסטיוואַל פֿון רוסישע דאָקומענטאַר־פֿילמען. די אונטערנעמונג נעמט אַרײַן אַ צאָל פֿילמען, וועלכע מע האָט לעצטנס געמאַכט אין רוסלאַנד, אָבער, צום באַדויערן, וועט מען זיי מסתּמא נישט קענען זען אין די געוויינטלעכע קינאָס אין אַמעריקע. כאָטש דער פֿעסטיוואַל שטעלט דעם טראָפּ אויף פֿילמען וועגן די רוסן וואָס האָבן פֿאַרלאָזט זייער היימלאַנד און זייערע בײַטראָגן, קען מען אויך זען היסטאָריש־אָריענטירטע פֿילמען מיט אַ שײַכות צום ייִדישן פֿאָלק. אין די נײַעס וועגן דעם איצטיקן קאָנפֿליקט אין טיבעט פֿיגורירט נישט זעלטן דאָס וואָרט "שאַנגרי־לאַ" — דער נאָמען פֿונעם אוטאָפּישן לאַנד אין דזשיימס הילטאָנס ראָמאַן "פֿאַרלוירענער האָריזאָנט". אַ סך אייראָפּעער שטעלן זיך פֿאָר טיבעט, ווי אויך דעם בודיסטישן ווײַטן מיזרח בכלל, ווי אַן עקזאָטישע אידיליע פֿון שלום, אַריכות-ימים, נאַטירלעך לעבן צווישן דער אומבאַרירטער ווילדער נאַטור. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָבן צוויי טעאַטערס אין ניו־יאָרק, "חבֿרים" און "די פֿאָלקסבינע", געעפֿנט זייער סעזאָן מיט דער זעלבער פּיעסע — "די כּתובה" פֿון אפֿרים קישוֹן. וואָס זשע האָט געבראַכט די צוויי טעאַטערס, פֿאַרשידענע לויט זייער געשיכטע, עסטעטיק, שפּראַך און אַנדערע גרעסערע און קלענערע פּרטים, וואָס איז נישט אָפּצוטיילן פֿון דעם באַגריף טעאַטראַלע קונסט, פֿון צוויי קליינע לענדער אין צפֿון־אייראָפּע, האָבן מיר גאָר לעצטנס און גאָר אומגעריכט באַקומען אַ שיינע און אַפֿילו אַן איבערראַשנדיקע ייִדיש־מתּנה. די מחברטע פֿונעם בוך וועגן וועלכן ס'רעדט זיך דאָ, פּראָפֿ' אַסטריד שטאַרק־אַדלער, איז אַן עלזאַסערין און דער פֿאַרלאַג אירער איז אַ שוועדישער. ביידע לענדער האָבן אַן אַלטן ייִחוס־עצמו לגבי ייִדיש. די עלזאַסער געגנט איז דאָס געבוירן־אָרט פֿון אַלט־ייִדיש מיט טויזנט און עטלעכע הונדערט יאָר צוריק, און האָט נאָך אַפֿילו ביז הײַנט אַ קליינעם אײַנגעבוירענעם ייִדישן ייִשובֿ. אין שוועדן געפֿינט זיך דער "מולטיעטנישער פֿאָרשצענטער" אינעם אַלטן און באַרימטן אופּסאַלאַ־אוניווערסיטעט. דער פֿאַרצײַטיקער לינעוס האָט נאָך דאָרטן געפֿאָרשט, אין זײַן פּרעכטיקן גאָרטן, און באַוויזן ווי עס גיבן זיך איבער בײַ פֿלאַנצן, געוויקסן און גרינסן די מענדעליאַנער גענעטישע ירושה־אייגנשאַפֿטן. פֿאַר מיר איז אַלע מאָל אינטערעסאַנט אויסצוגעפֿינען ווער זײַנען זיי, די סטודענטן וואָס לערנען ייִדיש אין אַמעריקע? איך ווייס, אַז זיי טיילן זיך אין פֿאַרשיידענע קאַטעגאָריעס. צווישן זיי טיילט זיי די עלטער, די אָפּשטאַמונג; צווישן זיי — פֿרומע און פֿרײַע. פֿאַראַן צווישן זיי אידעאָלאָגישע אונטערשיידן, און פּראַקטישע אויסוואַלן. |