- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט 110 יאָר צוריק, אין פֿרילינג 1898, האָט זיגמונד פֿרויד צוגעגרייט צום דרוק זײַן בוך וועגן דעם פּסיכאָלאָגישן באַדײַט פֿון חלומות. במשך פֿון טויזנטער יאָרן האָבן די מענטשן זיך ערנסט באַצויגן צו זייערע חלומות, און פֿלעגן זוכן אין זיי ענטפֿערס אויף פֿאַרשיידענע לעבנס-פֿראַגעס, פֿאָרויסזאָגונגען פֿון צוקונפֿט און אַנדערע מינים געהיימע אינפֿאָרמאַציע. צוליב פֿרוידס בוך, וואָס ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי אַ קלאַסישע פּסיכאָלאָגיע-שטודיע, האָבן די פּסיכאָלאָגן אָנגעהויבן פֿאָרשן דעם אָפּטײַטשן פֿון חלומות און דעם פֿענאָמען פֿון חלומען גופֿא ווי אַן ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע דיסציפּלין. דער סעזאָן פֿון "פֿילם־פֿעסטיוואַלן" און "פֿילם־פּריזן" האָט זיך אָנגעהויבן און דאָס שאַפֿט די געלעגנהייט צו זען פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע פֿילמען אין ניו־יאָרק מיט אַ ייִדישער טעמאַטיק. די דרײַ ווײַטערדיקע פֿילמען, איינער פֿון בראַזיל, איינער פֿון מעקסיקע און איינער פֿון רוסלאַנד באַהאַנדלען די אָרטיקער ייִדישע קהילות, און מע קען אַפֿילו הערן אַ מאָל אַ ייִדיש וואָרט אויך. אַ שלעכטע בשׂורה? "פֿון יעדן איינעם קען מען זיך אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל", פֿלעג זאָגן מײַן מיטלשול־ (און דערנאָך מײַן פּריוואַטער) לערער, פֿישל הערשטיין, און דערנאָך צוגעבן, בדרך־הלצה — "אַפֿילו פֿון פֿרויען אויך". האָט ער שוין מיט אַ ברייטערן שמייכל דערקלערט, אַז דאָס האָט ער ווי אַ מסורה פֿון זײַן אייגענעם רבין. יענער פֿלעג אויפֿקלערן — "והוא ימשל בך" — מיטן טײַטש — "ער זאָל זיך בײַ איר אַראָפּנעמען אַ משל"! אָט דער שפּאַסיקער טײַטש איז מיר אײַנגעפֿאַלן בעתן לייענען אייערנעכטן אויפֿן לשונות־אַדרעס פֿון דער ייִדישער אינטערנעץ־זײַט — "מענדעלע" — אַ ידיעה וועגן מײַנע אַלטע באַקאַנטע, די קאָרנישלײַט: די תּושבֿים פֿון קאָרנישלאַנד אין סאַמע דרומדיקסטן טייל פֿון ענגלאַנד. דעם לעצטן סעמעסטער האָב איך אַרײַנגעקריגן אַ שיינע צאָל אַוואַנסירטע ייִדיש־סטודענטן אין מײַן קלאַס. אַ טייל פֿון ישׂראל, אַ טייל פֿון מײַנע "ייִדיש פֿאַר מיטעלע קלאַסן," און ס'רעשט אומגעריכטע חבֿרה. צווישן די בחורים און מיידלעך האָבן זיך שטאַרק אויסגעצייכנט צוויי בחורים — איינער פֿון דער פֿרומער מחנה און דער צווייטער פֿון די פֿרײַדענקער. אָט מיט די צוויי פֿון זיי וועל איך אײַך באַקענען, ווײַל זיי זײַנען ערנסטע און נעמען אויף ייִדישע ליטעראַרישע טעקסטן זייער ערנסט. אַן עטיקעט־וועגווײַזער ווי אַזוי צו ניצן בליצפּאָסט די בליצפּאָסט (e-mail, בלע״ז) איז אַ מחיה. דורך איר קען מען שרײַבן אַ מענטשן אויף דער אַנדערער זײַט וועלט, און מיט אַ מינוט שפּעטער באַקומען פֿון אים אַן ענטפֿער; מע קען אַרויסשיקן אַ בריוו אַפֿילו 2:00 בײַ נאַכט, און וויסן, אַז דער מענטש וועט עס איבערלייענען, ווען ער וועקט זיך אויף; אָדער מע קען אַרויסשיקן אַ מעלדונג צו דרײַ, צען, אָדער עטלעכע הונדערט מענטשן מיט איין מאָל. ווער סע לייענט "די וועלט פֿון ייִדיש", ווייסט שוין, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אייראָפּע וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר; דער פֿענאָמען קומט פֿאָר נישט נאָר אין דײַטשלאַנד, וווּ צענדילקער קלעזמער־קאַפּעליעס האָבן זיך געשאַפֿן, נאָר אויך אין האָלאַנד, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און אויף אַ קלענערן מאַשטאַב, אין די סקאַנדינאַווישע לענדער. די פֿירמע "Filmaker‘s Library" פֿאַרשפּרייט איצט דרײַ ווידעאָ־פֿילמען וועגן ייִדיש אין אייראָפּע: וועגן דער ייִדישער קולטור בכלל, און בפֿרט וועגן די מוזיקער וואָס שפּילן און זינגען ייִדיש. מיט 60 יאָר צוריק האָבן די געהיימע אַגענטן פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, נאָך אַ פּערזענלעכן באַפֿעל פֿון סטאַלינען, דערמאָרדעט דעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר, שלמה וואָווסי, באַקאַנט אין דער וועלט אונטער זײַן טעאַטראַלישן נאָמען — מיכאָעלס. די טרויעריקע פּרטים פֿון מיכאָעלסעס מאָרד זענען גוט באַקאַנט; נאָך זײַן טראַגישן טויט, האָט סטאַלינס רעגירונג אומגעבראַכט עטלעכע אַנדערע אָנגעזעענע ייִדישע טוער, און אָנגעהויבן אַ ריי אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, וועלכע האָבן אונטערגעריסן די ייִדישע קולטור אינעם לאַנד, און געדינט ווי איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿון דער מאַסן־אַסימילאַציע פֿון מיליאָנען סאָוועטישע ייִדן. כ'הייב נישט אָן צו וויסן פֿאַרוואָס דאָס וואָרט "ייִדיש" איז אַזוי פּאָפּולער צווישן די ייִדן אין אַמעריקע, וואָס קענען נישט קיין ייִדיש. די אַמעריקאַנער ייִדן וואָס הינקען אויף אונדזער מאַמע־לשון, דאָך האַלטן זיי אין איין אַרויסגעבן ביכער מיטן וואָרט "ייִדיש". אויף ענגליש, הייסט עס. אַ סימן האָט איר. מיר ווערן פֿאַרפֿלייצט פֿון ביכער און ביכעלעך, וווּ מ'פּאַסמאַקעוועט זיך מיט געציילטע ווערטער אויף ייִדיש אין אַזעלכע טיטלען, ווי: "שאַנדאַ", "כוצפּאַ", "שמוץ", "מעשוגע", און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן — "פֿאַרקלעמפּט", מיט אַ "פּ" און נאָך און נאָך אַזעלכע צאַצקעס. די טעג זײַנען מיר צו האַנט געקומען צוויי ביכלעך. יעדן טאָג לייענט מען אין די צײַטונגען וועגן דער צווישן-עטנישער בלוט-פֿאַרגיסונג אין אַ צאָל אַפֿריקאַנער לענדער: קעניע, סודאַן, קאָנגאָ, אָבער וועגן איין לאַנד, דאַכט זיך, האָט מען כּמעט פֿאַרגעסן: רוואַנדע, דאָס אָרט, וווּ אַ גענאָציד־קאַמפּאַניע האָט אויסגעשאָכטן הונדערטער טויזנטער מענטשן אין 1994. סעלי מענדלסאָן, אַ פֿרומע ייִדישע אַקושערקע אין ניו־יאָרק, ווייסט פֿון דער ערשטער האַנט די פֿאַרוויסטונג אין רוואַנדע, וואָס דער גענאָציד האָט דאָרט גורם געווען. נישט איין מאָל טרעפֿט זיך מיר צו זײַן אין אַ געזעלשאַפֿט וווּ מען רעדט וועגן אַ מענטשן. כאָטש זעץ אים אַנידער צווישן די כּהנים און ווער בלינד אויף איין אויג, ווי יענער וואָלט געווען אײַנגעזאָטלט אין גוטסקייט אַליין. בדרך־כּלל האָט עס צו טאָן מיט איינעם וואָס פֿאַרנעמט אַ וויכטיקע פּאָזיציע אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט — צי דאָס איז אין דער אַקאַדעמיע, פּאָליטיק, אָדער סתּם אַ בעל־הבית איבער אַ הייפֿטל קרויט. נאָך איינער פֿון מײַנע פֿריִערדיקע נסיעות קיין רוסלאַנד, מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָב איך באַקענט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" מיטן כּמו־פֿעמיניסטישן פֿרומען זשורנאַל אויף רוסיש, "די וועלט פֿון דער ייִדישער פֿרוי", וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך אַ גרופּע ליובאַוויטשער פֿרויען, על־פּי־רובֿ רביצינס, אין לוגאַנסק, אוקראַיִנע. דאָס מאָל, בעת מײַן אַנומלטיקן באַזוך, מיט אַ חודש צוריק, האָבן מיך מײַנע פֿרומע פּעטערבורגער חבֿרים באַקענט מיט אַ נײַעם חודש־זשורנאַל: "Черным по белому" ("שוואַרץ אויף ווײַס"), געשאַפֿן דורך די פֿרומע ייִדן און פֿאַר אַ פֿרומען עולם; דער זשורנאַל גייט אַרויס אין ישׂראל, און איז טאַקע אַ שוואַרץ-ווײַסער, אָבער אַ פּרעכטיקער. די טעג זוך איך אַרום מײַן טאַשמע וואָס הייסט "מאַמע־לשון," אַרויסגעגעבן אין ירושלים, וווּ עס זינגט אַ פֿרומער קינדער־כאָר (אַלע ייִנגעלעך) אַ מחיהדיקן, פּויליש־גאַליציאַנער ייִדיש, פֿול מיט גראַמאַטישע גרײַזן, אָבער ס'איז מלא־חן און די מעלאָדיעס זײַנען האָפּסעדיק, לעבעדיק און לוסטיק. אַ חוץ דעם איז דערבײַ דאָ אַ שלל מיט לערן־מאַטעריאַל. און אַזוי ווי איך קען די טאַשמע בשום־אופֿן נישט געפֿינען, כאָטש איך האַלט אַלע מײַנע טאַשמעס צוזאַמען, בין איך חושד, אַז עמעצער האָט עס בײַ מיר געלקחנט (געלאַקכנט — געגנבֿעט). |