- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער דור אַמעריקאַנער, געבוירן בערך אין די יאָרן 1965־1980, ווערט אָנגערופֿן "דער דור X" — נאָכן לאַטײַנישן אות "X", וואָס באַצייכנט אין מאַטעמאַטיק אַן אומבאַשטימטע ווערט. דער דאָזיקער נאָמען האָט זיך פֿאַרשפּרייט צוליב דעם בוך פֿונעם קאַנאַדער שרײַבער דוגלאַס קאָפּלאַנד, וווּ ער האָט באַשריבן דאָס לעבן פֿון יונגע-לײַט, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן אין די 1980ער יאָרן, און האָבן אַנטוויקלט אַן אַנטיפּאַטיע סײַ צו די ווערטן פֿונעם פֿריִערדיקן דור, סײַ צו דער הײַנטיקער קאָמערציאַליזירטער וועלט פֿון קאָנקורענץ און קאַריערע-יאָגענישן. אַ גרויסע ראָלע אינעם אויפֿקום פֿונעם "דור X" האָט געשפּילט דער סוף פֿון דער "קאַלטער מלחמה", ווי אויך די אַנטוויקלונג פֿון קאָמפּיוטערײַ און דער אינטערנעץ במשך פֿון די 1980ער יאָרן. פֿאַר וואָס פֿאַרמאַכט זיך אַן עפֿנטלעכע מיטלשול? געוויינטלעך, איז עס ווײַל ס׳זענען נישטאָ גענוג תּלמידים, אָדער גענוג פֿאָנדן, און גאַנץ אָפֿט — אַ געמיש פֿון ביידע. אינעם פֿאַל פֿון דער מיטלשול, וווּ איך, מײַן שוועסטער, גיטל, און אַפֿילו מײַן מאַמע, האָבן זיך געלערנט, "איווענדער טשײַלדס", אין בראָנקס, ניו־יאָרק, שליסט זיך די אינסטיטוציע, ווײַל ס׳איז געוואָרן ממש צו געפֿערלעך זיך צו לערנען דאָרט. איך פֿאָדער אַ סך מאָל פֿון מײַנע סטודענטן פֿאַרשיידענע אַרבעטן אויסער די ראַמען פֿון קלאַס. איינע פֿון זיי איז געווען דאָס אַוועקזעצן זיך מיט דער באָבען אָדער זיידן, מיט דער מומען אָדער אַ שכן, און צומאָל — אַ שכנטע — און אויסגעפֿינען אַ ביסל מער וועגן זיי: ווער און וואָס זיי זײַנען, פֿון וואַנען זיי שטאַמען און וואָס זיי האָבן אַדורכגעמאַכט אין לעבן. פֿאַרשטייט זיך, אַז די נאָענטע משפּחות האָבן זיך שטאַרק דערפֿרייט מיט דער אויפֿגאַבע; דאָס אייניקל וויל וויסן, וויל אויסהערן, וויל דערגיין. די פּיעסע הייסט "Shlomo" (שלאָמאָ) און ס'איז אַ "מיוזיקל", וואָס באַנוצט זיך מיט שלמה קאַרלבאַכס לידער. מוזיק, נגינה, און אין צווישן, אַרײַנגעפֿלאָכטן עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן. דאָ אין אַמעריקע איז דאָ אַ פּיזמון וואָס האַלט אַז אַנשטאָט טרערן אויפֿן טויט פֿון אַ בר־מינן, פּראַוועט מען זײַן לעבן, פּונקט ווי מ'פּראַוועט אַ יום־טובֿ. וואָס איז די גדולה, פֿאַרשטיי איך נישט. נאָר אַזוי האָבן זיך די אַמעריקאַנער ליב אויסצודריקן. ס'איז אויך אינטערעסאַנט ווי מענטשן האָבן ליב צו פֿאַרגעטערן עמעצן נאָכן טויט. בײַם לעבן איז שלמה קאַרלבאַך געווען אַ בן־יחיד בײַ גאָט. אַבֿרהם סוצקעווערס מעשׂה "די פֿרוי אין דער שטרויענער פּאַנאַמע" (אַרויסגעגעבן אינעם בוך "גרינער אַקוואַריום", 1975) האָט אינספּירירט דעם קלאַסישן קאָמפּאָזיטאָר און ייִדיש־שרײַבער ראָבערט קוקסאָן צו שאַפֿן סײַ אַן אָרקעסטער־ווערק, סײַ אַן עסיי, וואָס די ביידע ווערק צעשפּיגלען זיך נאָענט מכּוח דעם אינהאַלט און סטיל. נייגעריק צו הערן וועגן דעם, האָבן מיר — גוטע פֿרײַנד זײַנע — געפֿרעגט דעם מחבר, צי מע מעג אים אינטערוויויִרן, און ער איז מסכּים געווען. ס׳רובֿ פֿאָרשער פֿון אונדזער שפּראַך פֿאַרנעמן זיך בלויז מיט די אַלגעמיינע וועלטלעכע ווערק, און אינטערעסירן זיך נישט מיט דער מיזרח-אייראָפּעיִשער פֿרומער ליטעראַטור — אַחוץ איינצלנע אויסנאַמען, אַזעלכע ווי "שבֿחי בעש״ט" און רבי נחמנס "סיפּורי מעשׂיות". אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלטע קלאַסישע ווערק, אַזעלכע ווי "צאנה-ראנה" און "מעשׂה-בוך", וועלכער זענען אַן אָפֿטער אָביעקט פֿון ליטעראַרישע, לינגוויסטישע און היסטאָרישע פֿאָרשונגען, בלײַבן די ביכער, לייענענדיק, אַז דער אַמאָליקער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער מאַכט אַ לוסטרײַזע איבערן מיטעלן מיזרח און געפֿינט זיך איצט אין סיריע, וווּ ער פֿאַרהאַנדלט מיט די כאַמאַסניקעס וועגן אַ שלום־אָפּמאַך צווישן די ישׂראלים מיט די פּאַלעסטינער, איז מיר געקומען אויפֿן זינען צו פֿירן מיט אים אַ קאָרעספּאָנדענץ, נעמלעך, שרײַבן אים אַ בריוועלע. הײַנט אַז קאַרטער איז שוין כּמעט אין תּרחס יאָרן, זיצט אויפֿן זאָטל און איז אַ קאַפּיטשקע עובֿר־בטל, דאַרף מען מיט אים פֿאַרהאַנדלען ער זאָל אויפֿהערן מיט אונדז האַנדלען. אַ סך מענטשן טראַכטן, אַז פֿון אַלע מענטשלעכע באַשעפֿטיקונגען זענען קונסט און מאַטעמאַטיק צוויי סאַמע היפּוכדיקסטע זאַכן. די "קאַלטע וועלט" פֿון ציפֿערן און חשבונות פּאָרט זיך אין זייער שׂכל נישט צונויף מיט דער שעפֿערישער פֿרײַהייט פֿונעם קינסטלער. אַ טייל ליבהאָבער פֿון קונסט באַטראַכטן די מאַטעמאַטיקער כּמעט ווי אַ "באַזונדער פֿאָלק" מיט דיאַמעטראַל-קעגנזײַטיקע אינטערעסן. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט דער וויסנשאַפֿטלעכער זשורנאַל "Vision Research" איבערגעגעבן, אַז די פֿאָרשער פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ קאָמפּיוטער-פּראָגראַם, וואָס קאָן אָפּשאַצן צוציִעוודיקייט פֿון פֿרויען. די פּראָגראַם איז געשאַפֿן געוואָרן דורך עמית קגיאַן (קאַגיאַן), אַן אַספּיראַנט פֿון קאָמפּיוטער-וויסנשאַפֿט, אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ איתן רופּין און פּראָפֿ׳ גדעון דרור. לעצטנס האָט מען אינעם "אַלגעמיינער זשורנאַל" אָנגעמאַכט אַ רעש וועגן דעם, אַז גבֿריאל ווײַנרײַך, דער ייִנגערער זון פֿונעם באַרימטן מאַקס ווײַנרײַך (1894—1969), האָט זיך פֿאַרגונען אַרויסצוגעבן אַ בוך וועגן דעם ווי ער איז, לפֿי־ערך לעצטנס, אַריבער צום עפּיסקאָפּאַלישן גלויבן און דאָרטן געוואָרן אַ גלח, רחמנא־יצילינו. מיר איז קלאָר, אַז דער גאַנצער טאַראַראַם בײַ אייניקע ייִדן אַרום גבֿריאל ווײַנרײַכן איז נישט מער ווי אַ תּירוץ אַרײַנצוזאָגן דעם ייִדישיזם בפֿרט און דער ייִדישער וועלטלעכקייט בכלל. ס׳פֿרעגט זיך: וויפֿל קינדער פֿון פֿרומע ייִדישע היימען זענען אין משך פֿון די לעצטע דורות נישט נאָר אַוועק פֿון פֿרומקייט נאָר פֿון ייִדישקייט בכלל, די וואַרעמע פרילינג־טעג פון אַפּריל־מײַ, וואָס ברענגען פֿאַר יעדן איינעם אַזוי פיל פֿרישע ענערגיע און כּוח, רופֿן אויך אַרויס בײַ אַ סך מענטשן, ספּעציעל בײַ יענע, וואָס קומען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דערמאָנונגען וועגן דעם לאַנג־דערוואַרטן נצחון איבער דעם פֿאַַשיסטישן דײַטשלאַנד, און דעם סוף פֿונעם חורבן. זינט דעמאָלט זענען שוין פֿאַרבײַ 63 יאָר, אָבער דער מענטשלעכער זכּרון קען זיך נישט באַרויקן, כּל־זמן עס זענען דאָ אומגעקומענע אָן אַ נאָמען און אָן אַ קבֿר. אין דער קונסט־גאַלעריע — "גאָלדמאַן־אַרט־גאַלערי" — פֿונעם וואַשינגטאָנער "ייִדישער קהילה־צענטער", ראָקוויל, מערילאַנד, שטעלט מען איצט אויס די מאָלערײַען און צייכענונגען פֿונעם ישׂראלדיקן קינסטלער אַלכּסנדר ווײַסמאַן. די אויסשטעלונג הייסט: "אַ בגד מיט אַ סך קאָלירן: די שטרעבונג פֿאַר ייִדישן אַחדות". אין אַ סך האָטעלן איבער דער וועלט געניסן די געסט הײַנט פֿון אַ ריי הויך־טעכנאָלאָגישע באַקוועמלעכקייטן. די טירן בײַם אַרײַנגאַנג עפֿענען זיך אויטאָמאַטיש; די קראַנטן אין די עפֿנטלעכע וואַשצימערן שפּריצן אַרויס וואַסער, באַלד ווי אַ האַנט דערנענטערט זיך צו זיי, און בײַם קלאָזעט־טאָפּ דאַרף מען מער נישט אָנקוועטשן, כּדי אַראָפּצולאָזן דאָס וואַסער, ווײַל עס גיסט זיך אויס אויטאָמאַטיש, ווי באַלד דער מענטש שטייט אויף. נאָך וויכטיקער — ס׳איז הײַנט אַ סך גרינגער אַרײַנצוגיין אינעם האָטעל־צימער, |