- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער ייִדישער טוריסט, וועלכער פֿאָרט הײַנט צוריק צו דער "אַלטער היים", פֿאַרשטייט שוין אַליין, אַז ער וועט אפֿשר מער פֿאַרברענגען מיט די טויטע, ווי מיט די לעבעדיקע. איך האָב אַוודאַי געוואָלט פֿאָרן זען דעם בית־עולם אין טשערנעוויץ, אָבער איך האָב געוווּסט, אַז מײַן נאָענסטע משפּחה וועל איך דאָרטן נישט געפֿינען. דער מאַמעס טאַטן, בנימין שעכטער, האָט מען פֿאַרשיקט, אַן אומשולדיקן, אין 1941 אין אַ גולאַג מיט קרימינאַלניקעס, און זיי האָבן אים דערשלאָגן אויף טויט. ס'איז מאָדנע צו פֿילן אַ חובֿ צו אַ גרופּע וואָס מ'איז ניט מסכּים מיט איר וועגן די יסודות פֿון איר השקפֿה. אַזוי אָבער איז דער פֿאַל מיט סאַטמערער חסידים און זייער ביקור-חולים צימער אין דעם שפּיטאָל, וווּ איך אַרבעט. ניט דער עיקר צוליב דעם, וואָס די פֿרויען וואָס פֿירן אָן דערמיט, שטעלן צו, אומזיסט און פֿאַר צדקה-צוועקן, הייסע שבת- און וואָכעדיקע מאָלצײַטן פֿאַר פּאַציענטן און דאָקטוירים, נאָר אויך דערפֿאַר, וואָס אין דעם צימער (וווּ איך האָב שוין פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט בשעת מײַנע טרענירונג-יאָרן ווי אַ רעזידענט-דאָקטער) טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון דער פֿרומער ייִדישער קהילה וואָס באַגעגענען זיך זעלטן. מײַן ווײַב פֿאַרשטייט ניט קיין חכמות ווען די רייד גייט וועגן זומער-וואַקאַציעס: עס דאַרף זײַן בײַ אַ ים אָדער, אין ערגסטן פֿאַל, בײַ אַ טײַך צי אַן אָזערע. אַנדערש, אָן שווימען, הייסט עס ניט בײַ איר "וואַקאַציעס". מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, ווען ס׳איז געקומען אונדזער ערשטער פֿולער זומער אין ענגלאַנד, האָבן מיר זיך געלאָזט קיין שפּאַניע. דאָס איז געווען אונדזער ערשטע דערפֿאַרונג, וועלכע מיר האָבן באַקומען פֿון אַ "פּעקעדזש-האָלידיי", דאָס הייסט, ווען מע קויפֿט אַלץ צוזאַמען; אַזאַ "פּאַקעט" איז כּולל אי די רײַזע, אי די פֿאַרזיכערונג, אי די דירה, אי דאָס עסן. לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַ מענטשן וואָס פּראָדוצירט, זעצט איבער און איז דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿון "נפֿש־טעאַטער" אין ישׂראל. ער אַליין איז אַ קאַנאַדער, געבוירן אין וויניפּעג און שטעלט צונויף פֿאָרשטעלונגען אין העברעיִש, ייִדיש און ענגליש. ער הייסט האַואַרד ריפּ, און זינט 1983 וווינט ער אין ישׂראל וווּ ער שטעלט זײַנע פֿאָרשטעלונגען. די ערשטע זאַך, וואָס מע באַמערקט ווען מע זעט די 22־יאָריקע טענצערין, אַנאַ שאָן, איז ווי יונג זי זעט אויס, ממש ווי אַ קליין מיידעלע: די הייך פֿון בלויז 4 פֿוס, 11 אינטשעס (1.5 מעטער), רעדט מיט אַ הויך קולכל, און שפּרודלט מיט ענערגיע און האַרציקן געלעכטער — זיכער, נישט קיין בילד פֿון אַ רעוואָלוציאָנערקע. פֿונדעסטוועגן, פּאַסט זי צו רופֿן אַזוי, ווײַל אַנאַ איז אַ פֿרום ייִדיש מיידל. ווי באַקאַנט, איז דאָס טאַנצן פֿאַר אַ געמישטן עולם נישט אָנגענומען אין דער פֿרומער וועלט, ערשט בעתן חורבן האָבן זיי זיך באַוויזן אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישיסטן־גאַס, די "ייִדישיסטן־רעוויזיאָניסטן". וואָס אַן אמת, האָט יעדערער פֿון זיי שוין פֿון פֿריִער מיט עפּעס געהאַט אָנגעוויזן וווּהין ער צילט, נאָר אין גאַנצן באַוויזן זיך האָבן זיי זיך ערשט ווען דער חורבן איז שוין געווען אַ פֿאַרטיקער, אַ געחסמעטער און אַ דורכגעפֿירטער. יעדערער איז געווען אַ בעל־תּשובֿה לויט אַן אייגענעם "עד־כּאַן אומרים בשבת־הגדול", דאָס הייסט, אויף מער ווי אויף אַ געוויסער אַליין־באַשטימטער רעוויזיע פֿון ייִדישער וועלטלעכקייט זענען זיי ניט געווען פֿעיִק און זייערע חסידים זענען ניט געווען גרייט. דריטער טייל — טשערנעוויץ בעתן יאָר 2008 וועט מען פּראַווען נישט איין, נאָר צוויי, שׂימחות אין דער שטאָט טשערנעוויץ. קודם־כּל, מערקט מען אָפּ, סוף אויגוסט, 100 יאָר נאָך דער היסטאָרישער טשערנעוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ פֿון 1908, מיט אַ יובֿלדיקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ. פּראָפֿ׳ וואָלף מאָסקאָוויטש פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט (אַליין אַ טשערנעוויצער) האָט אָרגאַניזירט די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ צוזאַמען מיט דער ייִדישער קהילה אין אוקראַיִנע, מיט יוסף זיסעלס בראָש, פֿאַרשיידענע סימבאָלן דינען הײַנט אָפֿט ווי "אָנערקענונג-צייכנס" פֿון רעליגיעס, פֿעלקער און פּאָליטישע באַוועגונגען. צום בײַשפּיל, ווערט דער זעקס-עקיקער שטערן באַטראַכט ווי אַ ייִדישער און דווקא ייִדישער סימבאָל, און דער קרייץ — דווקא ווי אַ קריסטלעכער צייכן, וועלכער קאָן בשום-אופֿן נישט באַנוצט ווערן בײַ ייִדן — לכל-הפּחות, אין אַ רעליגיעזן קאָנטעקסט. אַן אַנדער טרויעריק-באַרימטער סימבאָל, דער האַקנקרייץ, ווערט פֿעסט פֿאַרבונדן מיט נאַציזם. אין די זעכציק יאָר פֿון איר עקזיסטענץ, האָט שוין די ייִדישע מדינה געפּאָקט און געמאָזלט, געטאַפּט אַ וואַנט, אַדורכגעמאַכט היסטאָרישע ערד־ציטערנישן און, על־פּי נס, ניצול געוואָרן. ייִדן האָבן געגלייבט, אַז נאָך אַזאַ בלוטיקן חורבן, נאָך אַזאַ ריזיקער קאַטאַסטראָפֿע וואָס איז באַפֿאַלן אונדזער פֿאָלק, וועט די וועלט אײַנשטילן אירע מערדערישע נטיות, און איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל אָפּלאָזן די רעשטלעך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אויסצולעבן זיך רויִק, בשלום־ושלווה אין זייער אייגן שטיקל ווינקל. צווייטער טייל — לעמבעריק רופֿט די שטאָט ווי איר ווילט — אויף פּויליש — לוואָוו, אויף דײַטש — לעמבערג, אויף אוקראַיִניש — לוויוו, אָדער אויף ייִדיש — לעמבעריק — בלײַבט זי די זעלבע גאַליצישע שטאָט, וועלכע האָט געשפּילט אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אַ דאַנק דער הילף פֿון יוסף זיסעלס, אַ טשערנאָוויץ־געבוירענער, וועלכע וווינט הײַנט אין קיִעוו און איז דער פֿאָרזיצער פֿונעם "ייִדישן אייראָ־אַזאַיאַטישן קאָנגרעס", דער פֿילם וואָס שפּילט איצט אין "גואַם"־קינאָ רופֿט זיך "קאָנסטאַנטינס שווערד", און עס איז פֿאַר מיר געווען אַ ריזיקע איבערראַשונג, אַז אַן אַמעריקאַנער, אַ קריסט, אַן אַמאָליקער קאַטוילישער גלח מיטן נאָמען דזשיימס קעראָל, זאָל אויפֿדעקן דאָס גאַנצע געמויזעכץ פֿון דער קאַטויליש־קריסטלעכער קירך, אָנהייבנדיק מיטן גײַסטיקן פֿירער קאָנסטאַנטין, וועלכער האָט געוועלטיקט ביזן יאָר 337 פֿון אונדזער צײַט־רעכענונג. קאָנסטאַנטין אַליין, ווײַזט זיך אַרויס, ערשטער טייל, בודאַפּעשט ווען איך דערצייל מײַנע פֿרײַנד, אַז איך בין צום ערשטן מאָל געפֿאָרן קיין אוקראַיִנע, דער עיקר, טשערנעוויץ און צפֿון־בוקעווינע, די היים פֿון מײַן מאַמען און זיידעס און באָבעס, פֿרעגן זיי מיך: נו, וואָס האָט דיר גענומען אַזוי לאַנג? דעם אמת געזאָגט, בין איך שוין פֿריִער יאָ צוריקגעפֿאָרן צום שטעטל פֿון מײַן טאַטן, סערעט, אין דרום־בוקעווינע, הײַנט רומעניע, אין 1984. |