פּובליציסטיק, טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עפּיזאָדן פֿון ייִדישן טעאַטער

ווי איר ווייסט פֿון מײַנע שרײַבעכצער, האָב איך שטאַרק ליב ייִדיש טעאַטער. בײַ מיר ברעכן זיך די שענק מיט אַלערליי ייִדישע פּיעסעס וואָס אייניקע האָט מען אויפֿגעפֿירט מיט גרויס דערפֿאָלג. אַנדערע וואַרטן נאָך אויף משיחס צײַטן. איך האָף נאָר אַז עס זאָל נישט זײַן צו שפּעט. האָב איך זיך אַוועקגעזעצט און אַרײַנגעקוקט אין מײַנע שאַפֿעס וואָס ברעכן זיך מיט עפּיזאָדן פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, מיט זייערע גרויסאַרטיקע ייִדישע אַקטיאָרן מיט פֿאַרנעם, דראַמאַטורגן און קינסטלער.

ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ זײַט פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ־טראַנסמיסיע אין שוועדן פֿאַר קינדער

ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף ייִדיש זענען שוין לאַנג ניט קיין נײַעס, נאָר געוויינט­לעך ווערן זיי טראַנסמיטירט פֿאַר דערוואַקסע­נע, אין גרעסערע ייִדישע ייִשובֿים מיט קאָנ­צענטרירטע ייִדישע באַפֿעלקערונגען. שוועדן איז אין דעם פֿאַל אַ יוצא־מן־הכּלל. די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז לפֿי־ערך קליין, און די "ייִדיש־ייִדישע", נאָך קלענער. אָבער מיט עטלעכע יאָר צוריק (2005) איז ייִדיש געוואָרן אויסגעקליבן ווי איינע פֿון די פֿינף "אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־לשו­נות" פֿונעם לאַנד, ווי אַן אָנערקענונג פֿונעם פֿאַקט, אַז מען רעדט שוין דאָרטן ייִדיש מער ווי 400 יאָר!

פּאָליטיק, קהילה־לעבן

געוויינטלעך, ווען דער אַמעריקאַנער ראַט פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים ("אַר־סי־איי") גיט אַרויס אַ נײַע תּקנה, הערט מען דאָ און דאָרט אַ פּראָטעסט פֿון געוויסע רבנים אין דער אָרגאַניזאַציע, אָבער מיט דער צײַט בעט מען זיך איבער, אָדער די אָפּאָזי­ציע שלינגט עס אַראָפּ, צוליב שלום־בית.

אָבער ווען דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר געמאָלדן אַ פֿולשטענדיקע ענדערונג אין איר פּאָליטיק וואָס שייך דעם גיור־פּראָצעס, האָט עס אַרויסגערופֿן אַזאַ פּראָטעסט מצד אַ צאָל אָנגעזעענע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿירער, אַז עס קאָן מיט דער צײַט ממש צעשפּאַלטן די אַמעריקאַנער רבנים־געזעלשאַפֿט.

‫רעפּאָרטאַזשן
די אויפֿשריפֿט אויף מײַן עלטער־זיידנס (יונה פֿישבאַך) מצבֿה אין זוויניעטשקע

זיבעטער טייל — באַמערקונגען און פֿאַרגעסענע מאָמענטן

צוליב אַ דוחק אין פּלאַץ אויף דער געדרוקטער זײַט, זענען געוויסע מאָמענטן אָדער אָבסערוואַציעס אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער סעריע אין די פֿריִערדיקע זעקס וואָכן. האָב איך געבעטן נאָך אַ קאַפּיטל, כּדי צו דער­ציילן דעם לייענער נאָך עטלעכע מאָמענטן, קאָמענטאַרן, ווײַזן נאָך עטלעכע בילדער, וואָס זענען נישט אַרײַן ביז אַהער.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי נאָר איך האָב זיך באַקענט מיט אַבֿרהם אָבֿינון, בין איך אים געווען שטאַרק דאַנק­באַר פֿאַרן צעברעכן אַלע געצן און גע­טשקעס, אַלע איקאָנעס, אַלע עבֿודה־זרות און אַלע אָפּגעטער, ווײַל אַבֿרהם האָט גע­פֿונען זײַן ייִדישן גאָט. דאַכט זיך, פֿונעם גאַנצן תּנ״ך האָב איך דווקא נאָך יונגערהייט אויס­געקליבן אַבֿרהם אָבֿינון פֿאַר מײַן אידעאַל. דער ערשטער ייִד — אַן אמת־זוכער, דער געדאַנקען־שלײַפֿער.

‫רעפּאָרטאַזשן
אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם וואָלטשענעצער ייִדישן מאָלער, לאָניע קאָפּעלמאַן

פֿינפֿטער טייל — וואָלטשענעץ

אויף דער מאַפּע קען מען קוים גע­פֿינען דאָס דערפֿל, וואָלטשענעץ, וווּ מײַן עלטער־פֿעטער, סרול (ישׂראל) גאָטעסמאַן, האָט געהאַט זײַן קרעטשמע. האַרט בײַ דער רומענישער גרענעץ, אויף דרום פֿון טשער­נאָוויץ, געפֿינט זיך דער ייִשובֿ, וואָס הײַנט הייסט ער "סטאַרי (אַלט)־וואָווטשענעץ". להיפּוך צו אונדזער באַזוך אויפֿן בית־עולם אין זוויניעטשקע מיט אַ טאָג פֿריִער, האָב איך געוווּסט, אַז אונדזער איבערלעבונג אין דאָרף וועט זײַן אַנדערש.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

דזשערעמי דאַובער האָט שטודירט ייִדישע ליטעראַטור אין האַרוואַרד-אוניווערסיטעט און באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין ייִדיש פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט אין ניו-יאָרק. זײַן ערשט בוך, “אַנטאָניאָס שדים׃ מחברים פֿון דער השׂכּלה און דאָס געבורט פֿון מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור", באַהאַנדלט דעם באַנוץ פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע מקורים אין דער ייִדישער און העברעיִשער השׂכּלה-ליטעראַטור.

ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן
דער שער-בלאַט פֿונעם זשורנאַל "מילגרוים", אויף דער וועבזײַט פֿונעם נײַעם פּעטערברוגער קאַטאַלאָג

נישט לאַנג צוריק האָט די וועבזײַט פֿון דער פּעטערבורגער "רוסלענדישער נאַציאָ­נאַלער ביבליאָטעק" געעפֿנט אַן אוניקאַלן קאַטאַלאָג פֿון בערך 2,500 ייִדישע ביכער, אַרײַנגערעכנט אַ סך זעלטענע סאָוועטישע און מיזרח-אייראָפּעיִשע אויסגאַבעס. דער פֿעברואַר-נומער פֿון אונדזער בײַלאַגע "ווײַטער" האָט איבערגעגעבן וועגן דער צוגרייטונג-אַרבעט איבערן פּראָיעקט; איצט איז דער קאַטאַלאָג אָפֿיציעל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ, אויפֿן אַדרעס: "www.nlr.ru/rlin1/idish.php"

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַלץ וואָס מ'דאַרף הײַנט האָבן איז צוויי אויגן, צו זען וואָס ס'טוט זיך אונטער אונדזער נאָז. די קינדערלעך וואַקסן אונטער קליגער, פֿעיִקער און טאַלאַנטירטער. ממש אַן אָפּקלײַב פֿון די רעשט גרינע עפּל אין קויש. ווי אַזוי ווייסן דאָס די גליקלעכע טאַטע־מאַמע? זייער קינד האָט מען אויסגעקליבן און אַרײַנגעזעצט אין די קלאַסן צווישן די געבענטשטע, די באַשאָנקענע מיט פֿײַער­דיקע קעפּ.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בײַם שטיין פֿון מײַן עלטער־זיידן,יונה (בן חיים) פֿישבאַך ז״ל

געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל
בײַם ברעג פֿון נעסטער אין טאָל
אײַנגעוויקט אין חלומות
געווען אַזאַ שטעטל אַמאָל
("געווען אַמאָל איז אַ שטעטל" פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן)


ווען איך האָב געטראַכט מיט אַ יאָר צוריק וועגן דער נסיעה קיין אוקראַיִנע, האָב איך שוין דעמאָלט זיך פֿאָרגעשטעלט וואָס פֿאַר אַ נס, ס‘וואָלט געווען, ווען איך געפֿין מײַן עלטער־זיידנס קבֿר אינעם בוקעווינער שטעטל, וואָס מיר רופֿן אין אונדזער משפּחה — דאָס "וויגעלע" פֿון די גאָטעסמאַנס, זווי­ניעטשקע, בײַם טײַך נעסטער.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן

ווי אַ קינד, האָב איך יעדע וואָך באַקו­מען 50 סענט פֿון טאַטע־מאַמען. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס געלט האָב איך נישט געטאָרט פּטרן אויף צוקערלעך אָדער שפּי­לעכלעך, נאָר באַהאַלטן עס אין מײַן "שפּאָרבאַנק". בײַ 12 יאָר האָב איך געעפֿנט מײַן ערשטע באַנקקאָנטע, וווּ דאָס קניפּל האָט געזאַמלט פּראָצענט אויך.

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דוד וואָלאָך, דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם

דער פֿילם הייסט "מײַן טאַטע — מײַן גאָט" (My Father My Lord) מיט אַסי דיין אין דער הויפּט־ראָלע. ס'האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז מיר האָבן געקענט נאָענט אַסין ווען מיר האָבן געלעבט אין מדינת־ישׂראל. דאָרט האָט זיך מײַן מענדל פֿאַרנומען נישט נאָר מיט וואָלונטיר־אַרבעט אין משׂרד־החינוך (די אָפּטיילונג פֿאַר דערציִונג), געטאָן קאָמפּיוטער־ און סטאַטיסטישע אַרבעט פֿאַר זיי, נאָר ער האָט אויך געמאַכט דרײַ פֿילמען אין ישׂראל מיט אַסין. דיינס זון איז דעמאָלט געווען אַ שיינער, יונגער־מאַן אין די פֿריִע דרײַסיקער.