- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(צווייטער אַרטיקל) ביז אַהער האָב איך באַשריבן דעם דאַכאַו־אַלבאָם מיט די דרײַסיק קונסט־בילדער און איבער 250 פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווי אַזוי דער 17־יאָריקער אַרנאָלד (אָלעג) אונגער, וועלכער איז געבליבן צוויי יאָר צײַט אין דאַכאַו נאָך דער באַפֿרײַונג און געאַרבעט פֿאַר דער אַמעריקאַנער אַרמיי, איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע. ווען אַרנאָלד אונגער איז אָנגעקומען אַהער אין 1947, האָט אים אויפֿגענומען זײַנס אַ קוזין, אים אַרײַנגענומען צו זיך אין הויז. אין אַ ליכטיקן קלאַסצימער, באַצירט מיט גרויסע ייִדישע אותיות און פֿאַרביקע בילדער, האָט אַ יונגע לערערין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, געקנעלט די פּרשה "לך לך" מיט די איבער צוואָנציק תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס, אַלע אָנגעטאָן אין ליכטיק בלאָע בלוזקעס און טונקל בלאָע קליידלעך. אויף ייִדיש האָט זי געפֿרעגט: "ויאמר — ווער ווייסט די טײַטש פֿון וואָרט — ויאמר?" מיט אימפּעט האָבן די הענט פֿון כּמעט אַלע מיידלעך אויפֿגעשפּרונגען.
"כ"וועל שענקען דיר — וועלט,
ווי אַ טייל פֿון דעם "אוי־הו"־מוזיק־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק, האָט די זינגערין בתיה שעכטער, באַקאַנט ווי די זינגערין און אָנפֿירערין פֿון דער גרופּע "פּרעהס טאָכטער", געשטעלט אַ זעלטענע פּראָגראַם אונטערן נאָמען "ראַדיקאַלער חידוש: אַ מוזיקאַלישע אויספֿאָרשונג פֿון דער פּאָעזיע פֿון אַבֿרהם יהושע העשעל" — אין מאַנהעטן, דעם 23סטן אָקטאָבער. לעצטנס, האָט די "Associated Press" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ טשיקאַווע שטיקל נײַעס אין 250 נײַעס־אַגענטורן און פּרעסע־אַגענצן איבער דער וועלט. נעמלעך, אַז ס'האָט זיך אָפּגעזוכט אַן אַלבאָם מיט קונסט־בילדער, געמאָלן אין דאַכאַו־קאָנצענטראַציע־לאַגער אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. באַלד האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט זשורנאַליסטן פֿון איבער דער וועלט, געוואָלט וויסן אַלע פּרטים. דער מענטש, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן אויסגעפֿינס, איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַן זון אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן, וועלכער האָט זיך מיט מיר אַוועקגעזעצט אין מיטן פֿילמירן דעם דאָקומענטאַרן־פֿילם, וואָס האָט אַ שײַכות צום אַלבאָם, און מיר אויסדערציילט די אינטערעסאַנטע געשיכטע וואָס שטעקט הינטער דעם. ווען מיר נעמען זיך רעדן וועגן “נאַציאָנאַליזם" טוען מיר פּונקט דאָס זעלביקע ווי ס'האָבן געטאָן אונדזערע פֿאָרגייער (קאַרל דויטש, פֿלאָריאַן זנאַניעצקי, אלי קאַדורי, מיראָסלאַוו הראָף און אַנדערע פֿאָרשער, אַגבֿ, ס'רובֿ פֿון זיי ייִדן וועלכע זענען לכתּחילה געקומען פֿון דער עסטרײַך־אונגאַרישער מאָנאַרכיע) און דערפֿאַר (?) זענען מיר אַזוי גרייט צו באַטראַכטן צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע ווי דער מקור פֿון אונדזערע טעאָריעס, באַווײַזן און אויספֿירן וועגן נאַציאָנאַליזם. נאַציאָנאַליזם געפֿינט מען שוין אין אַלע וועלט־טיילן, ווי ס'איז באמת קלאָר געוואָרן ערשט, ווען די פֿריִערדיקע אַפֿריקאַנער קאָלאָניעס האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָלאָניאַלער הערשאַפֿט (בעת די 60ער יאָרן און נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד). מיט 60 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1947, האָט די אַמעריקאַנער פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע "Bell Labs", באַרימט מיט אַ סך גאָר וויכטיקע דערגרייכונגען אינעם געביט פֿון עלעקטראָניק און קאָמפּיוטערײַ, צום ערשטן מאָל דעמאָנסטרירט אַ טראַנזיסטאָר — אַ האַלב-דורכפֿירנדיקער (semiconductive) מכשיר, וואָס דערמעגלעכט צו קאָנטראָלירן דעם עלעקטרישן שטראָם צווישן צוויי עלעקטראָדן דורכן דריטן עלעקטראָד; די טראַנזיסטאָרס האָבן ראַדיקאַל געביטן אונדזער טאָג-טעגלעכן לעבן, און שטעקן אינעם "האַרץ" פֿון דער גאַנצער מאָדערנער עלעקטראָניק, פֿון טעלעוויזאָרן און ראַדיאָס, ביז צעל-טעלעפֿאָנען און קאָמפּיוטערס.
"וואָס אין פֿראַנקרײַך האָט פּאַסירט
דאָס לידל האָט מײַן עלטער־באָבע זיך אויסגעלערנט פֿון אַ קאַטאַרינשטשטיק אין די גאַסן פֿון איר שטעטל; אַ סימן, אַז די נײַעס פֿון דעם טרויעריקן קאַפּיטל פֿון דער דרײַפֿוס־אַפֿערע, מיט איר בולטן אַנטיסעמיטשן כאַראַקטער, האָט דערגרייכט יעדן ווינקל אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. דאָס וואָרט "קרעמל" האָט פֿאַרשאַפֿן אַ היפּש ביסל עגמת-נפֿש די ייִדישע שפּראַך-פּלאַנירער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿון איין זײַט, איז "קרעמל" — אַ געשעפֿטל, אַ קלייטל, אַן אָרט, וווּ מע קען קויפֿן נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל זאַכן. פֿון אַן אַנדער זײַט, מיינט "קרעמל" אויך דאָס צענטראַלע אָרט אין מאָסקווע, וואָס מע רופֿט אויף אַנדערע לשונות Кремль אָדער Kremlin. אין די לעצטע יאָרן איז מיר אַ פּאָר מאָל אויסגעקומען זיך צו באַטייליקן אין אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אין מאָסקווע. האָב איך דאָרטן באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַ באַיאָרנטער מענטש טרעט אַרויס מיט אַ רעפֿעראַט אויף אַ ייִדישער טעמע, אָבער קיין שפּראַך, אַ חוץ רוסיש, באַהערשט דער רעדנער ניט. ווי אַ פּועל-יוצא, שאַפֿט זיך אַ מאָדנע וויסנשאַפֿט, דהײַנו: אַ וויסנשאַפֿט, וואָס ווערט באַזירט ניט אויף דעם, וואָס מע מוז איבערלייענען, נאָר אויף דעם, נעבעך, וואָס דער דאָזיקער יחיד איז ביכולת איבערצולייענען. מיט אַ חודש צוריק האָט ביראָבידזשאַן דורכגעפֿירט אַ ריי פֿײַערונג-אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם 70סטן יוביליי פֿון דער שטאָט. ביראָבידזשאַן, די הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וועלכע דער ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט געגרינדעט אינעם יאָר 1934, ווערט הײַנט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ "ריין-רוסישע שטאָט, וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדישקייט". עס איז אָקאָרשט אַרויס פֿון דרוק אַ פּרעכטיקער בילדער־אַלבאָם פֿונעם פֿאָלקס־קינסטלער, מאיר קירשענבלאַט. דאָס בוך נעמט אַרײַן צענדליקער קאָלירטע בילדער, וואָס באַמאָלן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין אַפּט, פּוילן, אַזוי ווי דער מאָלער האָט זיי פֿאָרגעדענקט. אָבער דאָס ווערק "They Called Me Mayer July" ["מ‘האָט מיך גערופֿן מאיר תּמוז"] שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סך מער ווי אַ זאַמלונג מאָלערײַען, ווײַל אַ פּרטימדיקע פּערזענלעכע און עטנאָגראַפֿישע באַשרײַבונג פֿונעם שטעטל באַגלייט די בילדער און דערגאַנצט דעם לייענערס פֿאַרשטאַנד פֿונעם מאָלערס היימשטאָט. אין סעפּטעמבער 1959 איז דער דעמאָלטיקער סאָוועטישער פֿירער, ניקיטאַ כרושטשאָוו, געקומען אויף אַ באַזוך קיין אַמעריקע. אין משך פֿון צוועלף טעג איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דעם 23סטן סעפּטעמבער האָט ער פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט צו גאַסט בײַ ראָסוועל גאַרסט, אַ פֿאַרמער פֿון דעם שטאַט אײַאָוואַ. גאַרסט איז געווען באַקאַנט ווי אַ שטיקל פֿרײַנד פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אָבער דער עיקר, איז ער געווען אַ גוטער קענער פֿון לאַנדווירטשאַפֿט, בפֿרט פֿון קוקורוזע. |