- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די לייענער פֿון מײַנע חודשלעכע אַרטיקלען ווייסן שוין זיכער אַז ווען איך שרײַב וועגן קליינע ניט־ייִדישע פֿעלקער און זייערע לשונות, טו איך דאָס בלויז ווײַל איך מיין אַז מיר קענען זיך פֿון זיי אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל לגבי ייִדן און ייִדיש. אין אָט דעם כּלל פּאַסן זיך אויך אַרײַן די ווײַטערדיקע באַמערקונגען וועגן די באַסקן און באַסקיש. וועגן זיי האָב איך טאַקע געשריבן איינע פֿון מײַנע ערשטע אַרטיקלען פֿאַרן "פֿאָרווערטס", מיט קנאַפּע 15 יאָר צוריק ("באַסקן עליך שפּאַניע!). אונדזערע ייִדן, דער עיקר, אַ צאָל פֿון די געראַטעוועטע, בענקען אַזוי שטאַרק אַ קוק צו טאָן, אַ שפּיר צו טאָן כאָטש פֿאַר דעם ווי דער גרויסער פֿאַרלעשער לעשט זיי אויס אויף אייביק, כאָטש איין מאָל נאָך אָנקוקן זייער אַמאָליק היימעלע, זייער אַמאָליק שטעטעלע, זייער הײַזעלע וואָס שטייט אפֿשר נאָך, אויפֿן געסעלע, וווּ זיי האָבן זייערע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט. כאַפּט מען דעם עראָפּלאַן, מיט אַ פֿילם־אַפּאַראַט, אַ קינד אָדער אַן אייניקל, און הײַדאַ קיין לודאָוויץ און קאַטאָוויץ,
אויב עס קומט דעם לייענער הײַנט אָן ניט גרינג צו געפֿינען מענטשן מיט וועמען צו רעדן אַ ייִדיש וואָרט, שטעלט זיך פֿאָר, ווי שווער איז צו געפֿינען אַזעלכע, וואָס קענען דעם ייִדיש פֿון 500 יאָר צוריק. כאָטש אַ מאָל האָבן כּמעט אַלע ייִדן גערעדט די אַלט־ייִדישע שפּראַך: אין דײַטשלאַנד, האָלאַנד, פּוילן, איטאַליע, און אויף איר געשאַפֿן אַ רײַכע ליטעראַטור — הונדערטער כּתבֿ־ידן און ביכער ליגן אין די טיפֿענישן פֿון די גרויסע ביבליאָטעקן פֿון דער וועלט — דאַרף מען הײַנט זוכן מיט ליכט אַ מענטש, וואָס קען די שפּראַך לייענען. ווען דער פּראָמינענטער אַמעריקאַנער ייִדישער פֿינאַנציסט מײַקל מילקען איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר שווינדלערײַ אין 1989, איז עס געווען אַ מיאוסער מאָמענט פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן, אָבער געליטן דערפֿון האָבן זיי נישט. פֿאַרקערט, די "מילקען־פֿונדאַציע" איז דווקא געווען, און איז נאָך הײַנט אויך אַ שטיצער פֿון אַ צאָל ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס.
דער ייִדישער בית-עולם לעם לענינגראַד.
...
ניט געדענקט און ניט פֿאַרגעסן.
בעת דעם חורבן, וואָס האָט אוועקגעריסן אַ דריטל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, איז פֿאָרגעַקומען אַזאַ רישעות, אַז דער מענטשלעכער מוח קען דאָס קוים באַגרײַפֿן. נישט געקוקט דערויף, מוזן מיר קוקן טיף אין תהום, ווײַל דער חובֿ פֿון זכּרון טראָגט בײַ אונדז אַ ביבלישן אָנזאָג: "זכור את אשר עשה לך עמלק". די ערשטע כוואַליע פֿון נאַצישן מאַסן־מאָרד ווערט הײַנט נאָך אַלץ שטודירט בײַ פֿאָרשער און היסטאָריקער. יעדעס יאָר נעם איך מײַנע סטודענטן אָדער אויף אַ וויזיט אין ייִוואָ, אָדער אין "פֿאָרווערטס", אָדער אין ייִדישן טעאַטער. דעם האַרבסט־סעמעסטער האָבן מיר אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין ייִוואָ, וווּ איך האָב גענומען צוויי פֿון מײַנע קלאַסן. איך מוז אײַך זאָגן, אַז די סטודענטן האָבן ממש געשלונגען אַ יעדעס וואָרט וואָס די הויפּט־ביבליאָטעקאַרין, אַבֿיבֿה אָסטרינסקי, האָט זיי געוויזן און דערציילט. זי האָט פֿאַר זיי אויפֿגעבלעטערט די זעלטענע ביכער וואָס געפֿינען זיך אין אַ ספּעציעלן צימער פֿון ייִוואָ, ווי למשל, דאָס ערשטע בוך אין עגיפּטן, געדרוקט אין 1472 אויף העברעיִש, וואָס רופֿט זיך "חוק לישׂראל" (ייִדישע געזעצן). דער ראַבינער מײַקל סטראַספֿעלד, באַקאַנט ווי אַ מחבר און אַקטיוויסט אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק, האָט אָנגעהויבן זאַמלען אַלטע ייִדישע שילדן, דער עיקר, פֿון דער איסט־סײַד, מיט דרײַסיק יאָר צוריק. צו יענער צײַט איז ער געווען אַ לערער אין אַ ייִדישער שול אין הײַד־פּאַרק, לעבן באָסטאָן. אין אַ קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע — "חבֿרה שומרי־שבת" — האָט ער געפֿונען אַ שילדל, וואָס איז אַפֿילו מער נישט געהאָנגען אויף דער וואַנט, נאָר געלעגן אין אַ ווינקל. אויפֿן שילדל איז געשטאַנען אויף ייִדיש, אַז אויב מע וויל באַקומען אַן עליה אָדער אַרויפֿגיין צו דוכענען אין דער שיל דאַרף מען זײַן אַ שומר־שבת. דער וועטער איז געווען אַ קאַלטער און דעם גאַנצן טאָג האָט געגאָסן אַ רעגן. אָבער דעם טעאַטער־עולם האָט עס נישט אָפּגעשטעלט און דער טעאַטער "מילעניום" אויף ברײַטאָן איז געווען פֿול געפּאַקט. אין יענעם טאָג האָט מאַרק ראָזאָווסקי, דער באַקאַנטער טעאַטער־טוער פֿון מאָסקווע, געשפּילט זײַן פּאָעטיש־מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג "דער זינגענדיקער מיכאָעלס". די פֿאָרשטעלונג דערציילט וועגן די הויפּט־תּקופֿות אין לעבן און שאַפֿן פֿונעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר און געזעלשאַפֿטלעכן טוער. אָבער איידער איך גיי דערציילן וועגן דער פֿאָרשטעלונג גופֿא, איז כּדאי צו באַקענען דעם ייִדישן לייענער מיטן שאַפֿערישן וועג פֿון מאַרק ראָזאָווסקי. אונדזערע לייענער, וועלכע האַלטן אַ חשבון פֿון וואָס ס‘קומט פֿאָר אין דער ייִדיש־וועלט אין מדינת־ישׂראל, האָבן אַוודאי זיך געכאַפּט, אַז מע האָט שוין לאַנג נישט געהערט קיין נײַעס פֿון דער מלוכה־אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש — "די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור". מע זעט נישט קיין נײַע נומערן פֿון "טאָפּלפּונקט", און מע הערט נישט קיין אַנדערע ידיעות. צוליב פֿאַרשיידענע טעמים, דער עיקר, אינערלעכע קריגערײַען נאָך דעם ווי אשר פּורת האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָזיציע ווי דער ראָש, געפֿינט זיך די אינסטאַנץ אין אַ פּאַראַלאַזירטן מצבֿ שוין אָט דרײַ יאָר. ווי זאָגט מען, אַז מען פֿאַרזייט, וואַקסט. בין איך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געווען פֿאַרבעטן נאָכאַמאָל צו קומען קיין ווילנע. נאָר דאָס מאָל צו אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדיש־לערער פֿון דער גאַנצער וועלט. מיר זײַנען געווען פֿיר, אַ חוץ מיר: פּראָפֿעסאָר דוד קאַץ, פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי און פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער. דאַכט זיך מיר, אַ גאַנץ נישקשהדיקע קאַמפּאַניע. און אַזוי ווי עס עקזיסטירט נישט מער קיין ייִדישער לערער־סעמינאַר אין ערגעץ, זײַנען זיך אין ווילנע צוזאַמענגעקומען ייִדיש־לערער פֿון דער גאַנצער וועלט; דאָס הייסט, פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע, גאַנץ אייראָפּע און אַפֿילו אויסטראַליע. ז ווי אַזוי ציט מען צו די אַמעריקאַנער יוגנט, וואָס קען אין גאַנצן נישט קיין ייִדיש, צו מאַמע־לשון? די אַלטע, האַרבע פּראָבלעם האָט מער ווי איין דור געפּלעפֿט. זייער ווייניק אַמעריקאַנער געבוירענע משפּחות פֿון דער וועלטלעכער סבֿיבֿה רעדן ייִדיש אין דער היים מיט זייערע קינדער. קיין ייִדישע טאָגשולן פֿאַרבונדן מיט דער מאָדערנער ייִדישער קולטור האָט מען קיין מאָל נישט אויפֿגעשטעלט. די ייִדישע פֿאָלקשולן האָבן אויפֿגעטאָן אַ סך, אָבער נישט אויפֿגעהאָדעוועט קיין ייִדיש־רעדנדיקע קינדער. |