טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון "פּושקאַרט־פּעדלערס"; רעכטס — מײַקל האַריס אין דער ראָלע פֿון שימל, מיט סטואַרט מאַרשאַל אין דער ראָלע פֿון קאָנעליוס

גאָט אַליין און מײַן רעדאַקטאָר ווייסן, אַז איך האַלט זיך אָפּ פֿון שרײַבן רעצענזיעס ווען עס קומט צו אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער — די "פֿאָלקסבינע". די סיבות זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע. קודם און צום אַלעם ערשטן, ווען איך האָב הנאה פֿון אַ פֿאָרשטעלונג לויב איך זי, און ווען איך האַלט נישט פֿון דער פּיעסע, שרײַב איך גאָרנישט. דער עיקר, ווען עס קומט צו דער איינציקער בת־יחידהניצע אין ניו־יאָרק, דאָס ייִדישע טעאַטער.

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הרבֿ סטעפֿאַן (אישטוואַן) דאַמאַן איז אַן אונגאַריש־געבוירענער רבֿ וואָס קען, חוץ אונגאַריש, אי ייִדיש, אי לשון־קודש, אי ענגליש. דערמיט אַליין איז ער אַ וואַזשנער אינפֿאָרמאַנט פֿאַרן "פֿאָרווערטס". נאָר אַ חוץ אַלעמען, איז ער אויך דער לעצטער היימיש־געבוירענער רבֿ (און בן־רבֿ, נאָך דערצו) וואָס האָט באַקומען זײַן סמיכה אין אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער ישיבֿה נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער קען דעריבער פֿאַרבינדן דעם "בימים ההם" מיטן "בזמן הזה" פֿון ייִדן אין אונגאַרן בכלל און אין בודאַפּעסט בפֿרט.

ייִדיש־וועלט, טשיקאַװעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אינספּיראַציע פֿאַר דעם אַרטיקעלע איז מיר געקומען פֿון צוהערן זיך צו אַ בריליאַנטענעם אַמעריקאַנער קאָמעדיאַנט־פֿילאָסאָף מיטן נאָמען דזשאָרדזש קאַרלין. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער חבֿרהמאַן איז נישט לאַנג צוריק געשטאָרבן, האָט מען אים באַערט אין קענעדי־צענטער אין וואַשינגטאָן און צוגעטיילט אַ פּרעסטיזשפֿולן פּריז. פֿרעגט זיך די פֿראַגע: אין וואָס איז באַשטאַנען די גרויסקייט פֿון זײַן הומאָר? וועל איך אײַך תּיכּף זאָגן.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס מיליטערישע מוזדינסט האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל אויף דער גאַנצער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע. קודם-כּל, איז געווען די אָנשיקעניש פֿון נעמען — און אָפֿט מאָל פּשוט כאַפּן — יונגע ייִדן און האַלטן זיי ווי "קאַנטאָניסטן" אין משך פֿון פֿינף-און-צוואַנציק יאָר. (צוריק גערעדט, אַ דאַנק די קאַנטאָניסטן האָבן זיך אויפֿגעבויט ייִדישע קהילות, וווּ אַנדערש האָבן ייִדן ניט געטאָרט זיך באַזעצן.) אָבער אויך שפּעטער,

פּובליציסטיק, חורבן
עדוואַרד מיט זײַנע אייניקלעך, אין ברוקלין 2008

מע הערט, פֿון צײַט צו צײַט, וועגן לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע נעמען זיך אונטער אויסצוזוכן די נישט־ייִדן, וועלכע האָבן זיי געראַטעוועט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אָפֿט מאָל, קומט דער איניציאַטיוו אַרויס פֿון זייערע קינדער אָדער אייניקלעך, וועלכע ווערן פֿאַרכאַפּט מיט די מעשׂיות. אַ דאַנק דער פֿעיִקייט פֿונעם ייִנגערן דור בײַם קאָמפּיוטער און בײַ דער אינטערנעץ, קאָן די זוכעניש אַ מאָל טאַקע ברענגען רעזולטאַטן.

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "צוויי ליבהאָבער"

גאָר אַן אינטערעסאַנטע דערשײַנונג האָט זיך אַנטוויקלט בײַ אונדז אויף סענטראַל־עוועניו — אין יאָנקערס, ניו־יאָרק. דאָרט איז פֿאַראַן אַ קינאָ וווּ מען ווײַזט פֿילמען, בדרך־כּלל, אמתע טשופּוכאַ. אָבער די לעצטע דרײַצן יאָר האָט זיך אַ ייִד מיטן נאָמען דוד שוואַרץ דערטראַכט צו אַ זעלטענעם געדאַנק. נעמלעך, צו שאַפֿן אַ קינאָ־קלוב מיט אַבאָנענטן, פֿאַר אַ געוויסן אָפּצאָל. איז מען רואה צו זען יעדע צווייטע וואָך אַ פֿילם,

געשיכטע, װיסנשאַפֿט
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים די ייִדענע (אַ מיטל־עלטערישע גראַוויור)

די מאָדערנע תּקופֿה

אויב מע בעט עמעצן אָנצורופֿן די סאַמע באַקאַנטע ייִדישע וויסנשאַפֿטלער, וועלן ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע, מסתּמא, דערמאָנען בלויז אַ צאָל פּערזענלעכקייטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט: אַלבערט אײַנשטיין, זיגמונד פֿרויד, לעוו לאַנדאַו, נילס באָר. די, וואָס קענען די ייִדישע געשיכטע, וואָלטן אויך דערמאָנט די גרויסע מיטל־עלטערישע אַסטראָנאָמען, מאַטעמאַטיקער און דאָקטוירים, אַזעלכע ווי רבי אַבֿרהם אבֿן־עזרא און דער רמב״ם.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די דאָזיקע געשעעניש האָט זיך אָפּגעשפּילט מיט בערך פֿופֿציק יאָר צוריק. אין דער שטאָט אין אוקראַיִנע, וווּ איך בין געוואַקסן, האָט זיך באַוויזן אַ פּאַרשוין פֿון ריגע. מיר דאַכט זיך, אַז איך געדענק אַפֿילו, ווי ער האָט אויסגעזען. אפֿשר האָט ער זיך פֿאַרגעדענקט צוליב זײַן אויסזען — עס האָט זיך געפֿילט אין אים אַ גרויסשטאָטישע, ממש אייראָפּעיִשע אָנשטענדיקייט. און זײַן ייִדיש האָט געקלונגען ליטוואַקיש, ווי בײַ ס׳רובֿ מענטשן אין מײַן אַרום.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: אַלען ריקמאַן, יעלענאַ שמואלענסאָן־ריקמאַן און סטיוו סטערנער

אַז מ׳האַלט אַז דאָס ייִדישע טעאַטער איז שוין אַ ברוך דיין אמת, איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. נישט קיין נײַעס אויף דער ייִדישער און אויף דער אַנגלאָ־דזשויִשקער גאַס. און אַנשטאָט באַוויינען עס, מאַכט מען באַנקעטן, בענעפֿיטן, אַקאַדעמישע הספּדים. מען שרײַבט דאָקטאָראַטן און מ׳לייענט די דיסערטאַציעס פֿאַר אַ שיטערן עולם, וואָס קוואַפּעט זיך אויף אַ ייִדיש וואָרט, וואָס קוקט אויס אויף אַ טרייסט וואָרט און אויף אַ שטראַל פֿון האָפֿענונג.

געשיכטע
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין 1841 האָט די צאַרישע רעגירונג אָנגעשטעלט דעם דײַטשישן ראַבינער מאַקס ליליענטאַל (1815—1882) אָנצופֿירן מיט אַ נײַעם פּראָיעקט צו עטאַבלירן אַ נעץ מלוכישע שולן פֿאַר ייִדן, מיטן ציל זיי צו מאָדערניזירן און אַסימילירן. אַ געבוירענער אין מינכן, האָט ליליענטאַל זינט 1839 שוין געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישער שול אין ריגע, אַ שטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, וואָס איז אָבער געלעגן לעבן קורלאַנד, אונטער אַ שטאַרקער דײַטשישער קולטור־השפּעה.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן

דער אומגעבראַכטער לערער, משה יאַיִש נאַכאַרי

דער אור־אַלטער ייִדישער ייִשובֿ אין תּימן, וואָס האָט ביז איצט בשום־אופֿן נישט געוואָלט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד פֿון זייערע אָבֿות, האָט לעצטנס שוין געגעבן אָנצוהערן, אַז זיי קלערן וועגן עמיגרירן, צוליב דער וואַקסנדיקער אַנטיסעמיטישער שטימונג דאָרט. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט אַ גרופּע ייִדן דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין ישׂראל, זיך אונטערגענומען זיי צו העלפֿן.

ייִדיש־וועלט

אַרטור קאָלניקס אילוסטראַציע צו איציק מאַנגערס "מגילה־לידער", 1936

דער פֿאַקט, וואָס די פּורים־שפּיל אויף ייִדיש לעבט נאָך, נאָך 500 יאָר, איז אַ סימן, אַז די ייִדישע געזעלשאַפֿט נייטיקט זיך אין דער געלעגנהייט אָפּצולאַכן פֿון אַנדערע און פֿון זיך אַליין. די ערשטע פּורים־שפּילן האָבן זיך באַוויזן אינעם 16טן יאָרהונדערט, און דעם טערמין "פּורים־שפּיל" קען מען שוין געפֿינען אין 1555. אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד, האָט מען די שפּילן פֿאָרגעשטעלט צוויי וואָכן פֿאַר פּורים, און צוויי וואָכן נאָך פּורים.