- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס׳איז באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט, אַז "בני־ציון" איז צווישן די עלטסטע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס. געגרינדעט האָבן זי די ייִדישע אימיגראַנטן, געקומען קיין ניו־יאָרק פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין אָנהייב־20סטן יאָרהונדערט. דער הויפּט ציל איז געווען צו זאַמלען געלט און אַרויסהעלפֿן די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע. פֿאַראַיאָרן האָט די "בני־ציון"־אָרגאַניזאַציע געפֿײַערט איר 100־יאָריקן יוביליי. די ליטווישע מוסר־באַוועגונג, געשאַפֿן פֿון ר’ ישׂראל סאַלאַנטער, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס. כאָטש ער אַליין האָט געהערט צו דער טראַדיציאָנעלער, פֿרומער וועלט, זעט מען קלאָר אין זײַנע טעאָריעס די מאָדערנע באַגריפֿן, וואָס האָבן זיך אײַנגעבירגערט. ער לאָזט זיך בעסער פֿאַרגלײַכן מיט ר׳ שמשון רפֿאל הירש און זײַנע מאָדערן־אָרטאָדאָקסן, צווישן וועמען סאַלאַנטער האָט סוף־כּל־סוף געוווינט, ווי מיט די מתנגדים און משׂכּילים, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט אין ליטע. איך דערצייל וועגן דעם וויזיט וואָס איך און מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע האָבן אָפּגעשטאַט אין “קרית־יואל," אין מאַנראָו, ניו־יאָרק, אַ קליין שטעטלע, וווּ עס וווינען, דער עיקר, די גאָר פֿרומע סאַטמאַרער ייִדן, וווּ קיין אַנדער עדה, וואָס געהערט צו אַן אַנדער רבישער צי רבנישער דינאַסטיע, איז נישט קיין געבעטענע געסט. זיי זײַנען בײַ זיי אַזוי אָנגעלייגט ווי די סוניס מיט די שיִיִטן אין איראַק, צי הוטוס מיט די טוציס אין רוואַנדאַ. פֿון וועלטלעכע ייִדן איז שוין אָפּגערעדט. אויף מײַן פֿראַגע: 200 יאָר סאָליוואַן־קאַונטי, ניו־יאָרק אַלע ניו־יאָרקער, עלטער פֿון 40 יאָר, געדענקען נאָך דאָס ייִדישע לעבן אין די קעטסקיל־בערג יעדן זומער. אַ מאָל האָבן פֿאַרבראַכט צענדליקער טויזנטער ייִדן אין די ריזיקע האָטעלן, ווי "גראָסינגערס" און "קאָנקאָרד", און די משפּחות האָבן געוווינט אין די "באָנגאָלאָ־קאָלאָניעס", אַ בײַדל פֿאַר יעדער משפּחה. דאָס זומער־לעבן איז פֿאָרגעקומען אינעם קרײַז פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, וואָס הייסט סאָליוואַן־קאַונטי, אָנדערט־האַלבן שעה פֿון מאַנהעטן, און אין 2009 האָט סאָליוואַן־קאַונטי געפּראַוועט דאָס 200סטע יאָר. ווער חלומט עס נישט צומאָל פֿון אַ שאַנגרילאַ, אַ גן־עדן אויף דער וועלט; אַן אָרט, וווּ מ׳קאָן זיך פֿילן באַשיצט, באַשירעמט און באַהיט פֿון דער וועלטס אַכזריותן און פֿאַרדאָרבנקייט. אָבער איז דען פֿאַראַן אַזאַ אָרט אויף דער וועלט? איז אויב עס איז נישטאָ, שאַפֿט מען עס; און יעדער אויף זײַן אופֿן און יעדער אויף זײַן שטייגער. אינעם רײַזע־אָפּטייל פֿון דער צײַטונג "ניו־יאָרק־טײַמס" דרוקט מען פֿון צײַט צו צײַט די רובריק — "24 שעה אין ___" — און מע דערציילט, ווי אַזוי מע זאָל פֿאַרברענגען אין אַ געוויסער שטאָט, אויב מע קען זיך נאָר פֿאַרגינען אַ מעת־לעת — אין וואָסער רעסטאָראַן מע זאָל עסן, וועלכע היסטאָרישע ערטער מע זאָל באַקוקן, ווי מע זאָל גיין שפּאַצירן אאַ״וו. צום סוף פֿון אונדזער רײַזע קיין אַזיע, האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז מיר וואָלטן געדאַרפֿט זיצן אין פֿליפֿעלד 12 שעה ביז צו דער עראָפּלאַן־פֿאַרבינדונג פֿון טײַלאַנד צוריק קיין ניו־יאָרק; פֿון 8 אַ זייגער אין דער פֿרי, ביז 8 אַ זייגער אין אָוונט. ווען איך בין געווען 17 יאָר אַלט האָב איך זיך זייער פֿאַראינטערעסירט מיט רעליגיעזע ענינים, געלייענט הערמאַן העסעס "דיימיען" און "סעדאַרטאַ". איין מאָל האָב איך פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיטן טאַטן, אים געפֿרעגט וועגן זײַן השׂגה פֿון גאָט, זע איך ער פֿילט זיך נישט זייער באַקוועם, אָבער נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס. מיט אַ מאָל גיט ער אַ זאָג: "פֿאַר וואָס פֿרעגסטו מיר די אַלע שאלות? דו ווייסט דאָך, אַז איך בין אַן אַטעיִסט." אַדורכרויענדיק זיך צווישן מײַנע פּאַפּירן האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פּאָר בריוועלעך וואָס איך האָב אַמאָל געשריבן צום הויפּט־אָנגעשטעלטן פֿון ייִדישן ראַט אין ארץ־ישׂראל, אַ ייִד מיטן נאָמען יצחק קאָרן. ער איז געווען הויך, ברייטפּלייציק. וואָס הייסט ברייט, רחבֿותדיק, מיט אַ פּאָר גוואַלדיקע בערשטל־ברעמען וואָס האָבן שיִער נישט פֿאַרשטעלט זײַנע כיטרע, קאַלמיקן־אייגעלעך, וועלכע האָבן געפֿינקלט מיט עולם־הזהדיקע אַפּעטיטן. באַנגקאָק, די קרוינשטאָט פֿון טײַלאַנד, איז אַ גרויסע, רעשיקע הייסע און קויטיקע מעטראָפּאָליע מיט אַן אָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון אַכט מיליאָן מענטשן, און אַן אומאָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון 15 מיליאָן. מיט אַ וואָך פֿריִער, אין וויעטנאַם, ווען מיר האָבן זיך באַקענט מיט יונגע, און נישט אַזוינע יונגע, וועלט־רײַזנדיקע, מיט רוקזעק אויף די פּלייצעס, האָבן זיי אונדז געוואָרנט, אַז "אין באַנגקאָק איז נישטאָ וואָס צו זען". נו, ווי זאָגט מען בײַ אונדז? — ווי בײַ וועמען. אויף מײַן טעגלעכן פֿרימאָרגן־שפּאַציר מיט מײַן חבֿרטע ליליען, נעמט מען די גאַנצע וועלט אויפֿן צימבל. מיר גריבלען זיך אין פֿילאָסאָפֿיע, פּאָליטיק, עקאָנאָמיע, רעליגיע און פֿאַרשטייט זיך — ייִדישקייט. ליליען איז מײַן שכנטע שוין אַ קײַמא לן פֿון פֿיר יאָר. מיר האָבן אַ סך געמיינזאַמס. ערשטנס זײַנען מיר ביידע אויסגעוואַקסן אין רוסלאַנד. זי אין אַזערבײַדזשאַן און איך אין סאַראַטאָוו אויף דער וואָלגע. ביידע האָב מיר איבערגעלאָזט אונדזערע קינדער־יאָרן אין די־פּי לאַגערן אין אולם, דײַטשלאַנד. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, בעת אַ וויזיט אין טאָראָנטאָ, בין איך געזעסן מיט מײַן מאַן, לייבל, אין אַ כּשרן רעסטאָראַן אויף קינג־סטריט, אינעם געשעפֿט־ראַיאָן. בײַ אַ צווייטן טיש האָבן זיך אַוועקגעזעצט דרײַ מענער, בערך אין די שפּעטע 20ער. מיט אַ מאָל האָבן מיר באַמערקט, אַז זיי רעדן ייִדיש. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז איינער פון זיי געווען אַ חסיד, וועלכער האָט גערעדט אַ נאַטירלעכן ייִדיש, און די אַנדערע צוויי — מאָדערן־פֿרומע יונגע לײַט — מיט אַ קאַנאַדער אַקצענט. זיי האָבן אַלע געהאַנדלט מיט צירונג און האָבן, אַ פּנים, גערעדט וועגן זייערע געשעפֿטן. אַ קליין לענדעלע וואָס האָט אַזוי פֿיל געליטן אין איר געשיכטע, איין מלחמה נאָך דער צווייטער; און דאָס פֿאָלק איז כּסדר אונטערגעדריקט געוואָרן פֿון דרויסנדיקע פֿעלקער — ניין, נישט ארץ־ישׂראל, מיין איך דאָ, נאָר, להבֿדיל, דאָס לאַנד וויעטנאַם, אין דרום־מיזרח אַזיע. ווען מיר האָבן געמאַכט דעם פּלאַן צו זען אונדזער וועלט־רײַנזדיקע טאָכטער, האָבן מײַן פֿרוי, נחמה, און איך באַשלאָסן, אַז וויעטנאַם מוזן מיר באַזוכן. די וויעטנאַמער מלחמה האָט דאָך פֿאַרנומען אַזאַ וויכטיק אָרט אין אונדזער יוגנט, |