- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווען מ׳איז יונג און מ׳שטייט אין שידוכים קלערט מען נישט וועגן דעם מאָרגן. מען טראַכט בלויז, ווער איז ער? ווי זעט ער אויס? איז ער אַ מענטש אָדער איז ער נישט, הײַנט געדאַכט. צו אַכצן האָב איך געוווּסט איין זאַך: ער דאַרף זײַן אַן אַמעריקאַנער, און מקיים זײַן מײַן מאַמעס חלום; ער דאַרף זײַן הויך, מיט ברייטע פּלייצעס, און מיט אַ שוואַרצער קוטשעראַווער טשופּרינע. איין זאַך איז מיר געלעגן אין זינען — איך וועל נישט נעמען קיין בחור וואָס איז אַדורכגעגאַנגען דאָס גיהנום בײַ היטלערן, ווײַל ווער ווייסט ווי ער איז באַשעדיקט, ווער ווייסט צי ער איז אַרויסגעקומען דערפֿון בשלום. הײַיאָר פּראַווען די ייִדן אין מעקסיקע דאָס 90סטע יאָר זינט דער גרינדונג פֿון דער אַשכּנזישער קהילה. הגם די פֿײַערונגען האָבן זיך שוין אָנגעהויבן דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר, וועט דער הויכפּונקט פֿאָרקומען אין פֿעברואַר 2012. די פּרטים פֿון יענער אונטערנעמונג האָבן די קהילה־פֿירער נישט פּובליקירט, ווײַל זיי ווילן, עס זאָל זײַן אַ סופּריז, האָט וויווי ביסגאַרד, די פּרעזידענטין פֿונעם קולטור־קאָמיטעט פֿון דער "אַשכּנזישער קהילה פֿון מעקסיקע", איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס". "די פֿײַערונג וועט באַווײַזן די טאַלאַנטן פֿון אונדזער אַשכּנזישער קהילה, און וועט ספּעציעל באַטאָנען די צוקונפֿט — די קומענדיקע 90 יאָר — פֿון אונדזער קהילה." די יוביליי־פּראָגראַם במשך פֿונעם יאָר איז געווען אַ פֿילפֿאַכיקע. אין פֿעברואַר האָט דער ישׂראלדיקער זינגער דודו פֿישער געגעבן צוויי קאָנצערטן. די צוויי ערטער, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן, זענען אַליין געווען אַ באַווײַז פֿונעם אָפּטימיזם, וואָס די ייִדישע כּלל־טוער האָבן אין דער צוקונפֿט פֿאַר דער קהילה. איין קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין "אַקאַפּולקאָ 70" — אַ ריזיקער ייִדישער קהילה־צענטער, וואָס באַשטייט פֿון אַ שיל, ביוראָען, אַ כּשרן שפּײַזקראָם, אַ רעסטאָראַן פֿון סײַ מילכיקע, סײַ פֿליישיקע מאכלים, אַ חורבן־מוזיי, אַ חתונה־זאַל, און קאָנפֿערענץ־צימערן. נאָך אַ לאַנגער הפֿסקה איז אַרויס דער נײַער נומער פֿונעם מינסקער אַקאַדעמישן יאָרבוך "צײַטשריפֿט". אַ סך האָט זיך געביטן אין משך פֿון די אַכציק יאָר, וואָס זײַנען פֿאַרבײַ צווישן דעם פֿינפֿטן (1931) און דעם איצטיקן זעקסטן (2011) נומער. אַנשטאָט דעם אַמאָליקן ייִדישן סעקטאָר בײַ דער ווײַסרוסישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, וואָס איז ליקווידירט געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, איז דער אַרויסגעבער פֿון דער באַנײַטער "צײַטשריפֿט" דער צענטער פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם ווײַסרוסישן ייִדנטום בײַ דעם אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך, צוליב פּאָליטישע סיבות, ניט אין מינסק נאָר אין ווילנע. די טעג בין איך אַוועק זען אַ פֿאָרשטעלונג וואָס געשריבן האָט זי ישׂראל האָראָוויץ, גאָר אַ באַקאַנטער און טאַלאַנטירטער דראַמאַטורג, וועלכער האָט אונטער זיך איבער זיבעציק פּיעסעס און איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף דרײַסיק לשונות, וואָס ווערן הײַנט צו טאָג געשפּילט איבער דער וועלט, און אַ סך פֿון זיי דווקא אין דײַטשלאַנד. דער סוזשעט איז שטאַרק און אַן אינטערעסאַנטער. דער געדאַנק איז דווקא אַן אַבסורדישער, אָבער דאָס איז די ראָלע סײַ פֿון אַ טאַלאַנטירטן דראַמאַטורג, און סײַ פֿון אַן ערנסטן דראַמאַטישן טעאַטער. "לעבנסראַום" איז אַן אָנדײַט אויף היטלערס פּראָקלאַמאַציע, אַז די דײַטשן מוזן האָבן גענוג אָרט אויף צו צעשפּרייטן זיך און צעפֿירן די הענט (Lebensraum). דעריבער מוז מען פּטור ווערן פֿון אַלע "פֿרעמדע," דער עיקר, די ייִדן. און דאָ קומט דער אַבסורד. עס מאַכן זיך אַזעלכע צונויפֿפֿאַלן: קודם-כּל, דעם 9טן נאָוועמבער איז אין ניו-יאָרק דורכגעפֿירט געוואָרן אַ קאָנפֿערענץ, איניציִיִרט דורך דער "אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ייִדן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד". די קאָנפֿערענץ האָט אָפּגעמערקט 20 יאָר זינט דער עפֿענונג פֿון די סאָוועטישע גרענעצן. דערמיט האָט זיך פֿאַקטיש פֿאַרענדיקט די תּקופֿה פֿון קעמפֿן פֿאַר עמיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן. דער "אײַזערנער פֿאָרהאַנג" האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן.
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Guest at the Forverts
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Guest at the Forverts
אינעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" אין מאַנהעטן ווערן איצט אויסגעשטעלט "גראַפֿישע דעטאַלן: פּערזענלעכע בילדערשטרײַפֿן פֿון ייִדישע פֿרויען". די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין סאַן־פֿראַנציסקאָ מיט אַ יאָר צוריק, און קומט קיין ניו־יאָרק פֿון טאָראָנטאָ. זי וועט ווײַטער געוויזן ווערן אין פּאָרטלאַנד, אַן־אַרבאָר און וואַנקוּווער. די "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע האָט געהאָלפֿן דאָס צונויפֿשטעלן די אויסשטעלונג און געשטיצט דעם טור אין פֿאַרשיידענע שטעט. ס'איז פּאַסיק, וואָס "גראַפֿישע דעטאַלן" האָט איר בראשית געהאַט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, ווײַל אין יענער שטאָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1960ער יאָרן האָט זיך אָנגעהויבן דער זשאַנער פֿון "אַלטערנאַטיווע" בילדערשטרײַפֿן, קאָמיקס. צו יענער צײַט האָט מען זיי אָנגערופֿן "אונטערערדיש" — אַ טערמין, וואָס איז שוין פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, ווײַל נישט אונטער דער ערד געפֿינט מען זיי הײַנט, נאָר אין אַלע גרויסע ביכער־קראָמען ווי "באַרנס און נאָבעל". די קינסטלער און שרײַבער פֿון די אונטערערדישע און, שפּעטער, אַלטערנאַטיווע, בילדערשטרײַפֿן האָבן באַשריבן עראָטישע סצענעס, סצענעס מיט פּרטימדיקער בלוט־פֿאַרגיסונג, און אָפֿט, מעשׂיות וועלכע נאָר איינער, וואָס האָט גערייכערט מאַריכואַנע, וואָלט פֿאַרשטאַנען און ריכטיק אָפּגעשאַצט. גענומען אין איינעם, בילדן די אידעיִשע און עסטעטישע גילגולים פֿון אליעזר ליסיצקין אַ געשפּאַנטע מעשׂה. געבוירן אין 1890 אין אַ שטעטל פּאָטשינאָק פֿון סמאָלענסקער גובערניע אין דער משפּחה פֿון אַ מעקלער. צוליב דער פּראָצענט־נאָרמע איז ער ניט אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער פּעטערבורגער קונסט־אַקאַדעמיע און איז אַוועק שטודירן אַרכיטעקטור אין דײַטשלאַנד, ווי אַ סך ייִדישע יונגע לײַט פֿון זײַן דור. נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ליסיצקי באַוויזן ניט נאָר צו באַקומען אַ גרונטיקע טעכנישע בילדונג אינעם טעכנישן אוניווערסיטעט אין דאַרמשטאַדט, נאָר אויך זיך באַקענען מיט מאָדערנער און קלאַסישער קונסט פֿון אייראָפּע. נאָך דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917 האָט ער זיך מיט התלהבֿות גענומען פֿאַר שאַפֿן די נײַע וועלטלעכע ייִדישע קולטור. ער האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער טעטיקייט פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע". די פֿאָריקע צוויי וואָכן האָבן מיר באַטראַכט די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, וואָס העלפֿט אויסצורייניקן די נשמה בעת דער יום־כּיפּורדיקער דערהויבענער עבֿודת־התּשובֿה און אַראָפּצוברענגען דעם דבֿקות־מצבֿ אינעם טאָגטעגלעכן לעבן בעת די סוכּות־טעג, ווען אונדזערע געוויינטלעכע מעשׂים בעת דעם זיצן אין דער סוכּה ווערן פֿאַרוואַנדלט אין מיצוות. זיצנדיק אונטער דעם סכך, אַרומגערינגלט מיט די סוכּה־ווענט, פֿילן מיר די נאָענטקייט פֿונעם ג־טלעכן ליכט, וואָס שײַנט אויף אונדז פֿון אַלע זײַטן. דער פֿאַרגאַנגענער יום־טובֿ הייסט "סוכּות", אין מערצאָל, ווײַל ער סימבאָליזירט אונדזער שטרעבן גובֿר צו זײַן פֿאַרשיידענע באַריערן און אַרויפֿצוקוקן אויפֿן "הימל" — אינעם ג־טלעכן עצם פֿון דער וועלט און דער מענטשלעכער נשמה. די סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס צווישן די ייִדן אין די תּפֿוצות. מע הערט כּסדר, ווי מענטשן זענען זיך מודה, אַז זיי האָבן טאָג-טעגלעך נאָכגעפֿאָלגט די נײַעס. דערווײַל איז מען נאָך נישט זיכער, וואָס ס’וועט געשען מיט דער באַוועגונג ווײַטער, און וואָס פֿאַר אַ מין השפּעה וועט זי האָבן אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אויף אָט דער טעמע האָט לעצטנס גערעדט צו אַ גרופּע ישׂראלים אין ניו-יאָרק דער פֿאָרזיצער פֿון "דער אַסאָציאַציע פֿאַר ציווילע רעכט אין ישׂראל", חגי אלעד (לייענט: על-אַד). ער איז געקומען צו גאַסט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו באַקומען דאָ דעם "2011 גרובער צדק פּריז", וואָס איז צוגעטיילט געוואָרן זײַן אָרגאַניזאַציע ACRI. דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF). די טרעפֿונג האָט חגי אלעד אָנגעהויבן פֿון שילדערן די שווערע אַטמאָספֿער אין ישׂראל פֿאַר די פּראָטעסטן, קודם־כּל, וואָס שייך דעם דעמאָקראַטישן סטאַטוס אין לאַנד. ווען אין זײַן וויגעלע האָט אַ שמייכל געטאָן פֿונעם שלאָף דאָס קליינע עופֿעלע, פֿלעגט די ייִדישע באָבע זאָגן: "עס שפּילט זיך מיט אים דער מלאך..." און ווען דער קליינער איז, קיין עין־הרע, אונטערגעוואַקסן און האָט אַרויסגעוויזן עפּעס אַ חכמה, פֿלעגט די זעלבע באָבע אָנקוועלן: "עס האָט אים אַ קוש געטאָן דער מלאך!" אַזאַ קינד איז, אַפּנים, אויך געווען דער גרויסער ייִדישער דיכטער שמואל האַלקין, וואָס אַלע אין שטעטל האָבן אים גערופֿן פּשוט — מוליע. וועגן איינעם אַ זעלטענעם קוש זײַנעם וויל איך דאָ ווײַטער דערציילן. נישט איין מאָל האָב איך געזען פֿאַר די אויגן דאָס בילד און נישט געקאָנט עס פֿאַרשטיין. צוריק גערעדט, וואָס דאַרף מען דאָ אַזוינס פֿאַרשטיין — אַ קוש... ס’איז גענוג אַרויסברענגען אויף דער צונג דאָס וואָרט, ווי איינער וועט אַ זיפֿץ טאָן, אַ צווייטער זיך צעשמייכלען, און בײַ אַ דריטן וועלן אַ בליץ טאָן די אויגן — אַ קוש! |