- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די לעצטע צײַט האָבן מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין סך מזל ניט געהאַט מיט וואַקאַציעס. אין דעצעמבער האָבן מיר געזאָלט פֿאַרברענגען אַ וואָך אויף אַ קרוז-שיף אין מיטלענדישן ים. אָבער פֿון דעם גאַנצן פּלאַן איז פֿאַרבליבן נאָר אַ פֿאַרדראָס, מחמת אייראָפּע איז געווען פֿאַרשנייט. מיר האָבן פּשוט ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט זיך דערקלײַבן ביזן פּאָרט, וווּ די שיף האָט, נעבעך, געוואַרט אויף אונדז. אין יוני איז אונדז ווידער אַ מאָל באַשערט געווען אַוועקצוגיין מיטן ליידיקן, ווען מיר האָבן געפּרוּווט אַרויספֿליִען קיין סלאָוועניע — דאָרטן איז שוין אַלץ געווען באַשטעלט, סײַ בײַם ים און סײַ אין די בערג. ס׳איז שוין אַ טראַדיציע אויף דער יערלעכער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף, אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, נאָכן עסן, רוקט מען צונויף די בענקלעך אין עסצימער, און מע זינגט — אַ מאָל, שעהען לאַנג — זמירות און אַנדערע שבתדיקע לידער אויף ייִדיש. אָבער הײַיאָר, נאָך האַלבער נאַכט, ווען אַ סך פֿון די באַטייליקטע זענען שוין געלעגן אין די בעטן, האָבן בערך דרײַסיק יונגע לײַט, ס׳רובֿ אין די 20ער און 30ער יאָרן, זיך אַראָפּגעגנבֿעט צו דער אָזערע מיט פֿלעשלעך ווײַן און בראָנפֿן, אַרײַן אינעם דערבײַיִקן פּאַוויליאָן און צונויפֿגערוקט דרײַ לאַנגע טישן, כּדי צו פּראַווען אַ פֿאַרברענגען אויף זייער אייגענעם שטייגער. יעדער מענטש האָט זײַנע חסרונות. למשל, איך געהער ניט צו ליבהאָבער פֿון דזשאַז. אַ ביסל דזשאַז קען איך נאָך אויסהאַלטן, אָבער אָפּזיצן אַ גאַנצן קאָנצערט וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ שווערע אָפּקומעניש. דאָך דער נאָמען פֿון עדי ראָזנער (1976—1910), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער דזשאַז־געשיכטע, איז מיר, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקאַנט. צו לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ניט הערן וועגן עדי ראָזנערן איז געווען אוממעגלעך, לכל־הפּחות, אין מײַנע צײַטן. לעצטנס קומט פֿאָר אַ מין ווידער־אויפֿקום פֿון עדי ראָזנערן. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט אַ צײַט צוריק, אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט זיך עס איצט, ווען מע מערקט אָפּ זײַן הונדערט־יאָריקן יוביליי. ייִדן זענען שוין פֿון לאַנג, לאַנג אַ פֿאָלק מיט כּסדרדיקע שפּראַך-פּראָבלעמען: מוטער-שפּראַך, חבֿרים-שפּראַך, שול-שפּראַך, דאַוון-שפּראַך, אַרבעט-שפּראַך, אימיגראַציע־שפּראַך, אאַז״וו. נאָר דער אמת איז, אַז גאָר אַ סך פֿעלקער האָבן פּונקט די זעלבע (אָדער גאָר ענלעכע) פּראָבלעמען. לאָמיר, למשל, אַ קוק טאָן. ווען דער דרויסן קריכט אַרײַן אינעווייניק דאָס לשון פֿונעם ברייטן דרויסן, וואָס גיט אירע רעדערס אַ צוטריט צו פּאָסטנס און צו כּל־מיני הכנסות, ווערט תּמיד געהאַלטן העכער און באַטראַכט מיט מער דרך־ארץ ווי דאָס לשון פֿון דער אָרעמער היים און פֿון דער אינטימער טאָג־טעגלעכקייט. דאָס דערמאָנט אינעם שײַכות צווישן ייִדיש און ענגליש בײַ נײַ־געקומענע קיין אַמעריקע. אָבער אַזוי ווי ענגליש איז פֿאַרבונדן מיט ייִחוס, ברענגט מען דאָס אַרײַן אין שטוב אויך, און די אינטימקייט ווערט צעטיילט אין צווייען. מיט 110 יאָר צוריק, דעם 12טן אויגוסט 1900, איז געשטאָרבן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ גרויסער רוסישער פֿילאָסאָף, פּאָעט, קריסטלעכער טעאָלאָג, פּובליציסט און ליטעראַטור־קריטיקער. אין דער ייִדישער וועלט איז ער צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ גרויסער באַשיצער פֿון ייִדן און זייערע בירגער־רעכט. סאָלאָוויאָווס לעבן איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט ייִדן. די רוסישע גלחים האָבן אין יענער צײַט כּסדר געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען די "פֿאַרשאָלטענע קינדער פֿונעם שׂטן". ווי אַ זעלטענער אויסנאַם, האָט סאָלאָווויאָוו ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן געקעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם; אַפֿילו אויפֿן טויטן־בעט, אויסגעמאַטערט פֿון דער סכּנותדיקער מחלה, האָט ער געזאָגט תּהילים אויף העברעיִש לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָב איך דעם 12טן אויגוסט — די יאָרצײַט נאָך די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם סאָוועטיש־ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט — כּמעט דעם גאַנצן טאָג פֿאַרבראַכט אין דעם "פּאָליטישן אַרכיוו" בײַם אויסערן־מיניסטעריום פֿון דײַטשלאַנד. איך האָב לאַנג זיך געקליבן עס צו טאָן (גאָר ניט אומבאַדינגט אין אויגוסט), ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז דאָרטן ליגן פּאַפּירן פֿון פּראָפֿעסאָר מאָריץ זאָבערנהײַם (1872—1933), וואָס האָט זינט 1918 ביז 1933 געאַרבעט בײַם אויסערן־מיניסטעריום ווי אַן עצה-געבער אין ייִדישע ענינים. אַ פֿעיִקער ייִדיש־דײַטשישער סעמיטאָלאָג און אַן אַקטיווער טוער אין ייִדישע קרײַזן, איז זאָבערנהײַם גלײַכצײַטיק געווען אַ דײַטשישער פּאַטריאָט און, דאַכט זיך, קיין גרויסע סתּירות ניט געזען אין דינען ביידע — ייִדישע און דײַטשישע — אינטערעסן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ביז 1933 איז עס באַזונדערס שווער ניט געווען. אַז איך גיי מיט מײַן חבֿרטע, ליליען, יעדן טאָג אין דער פֿרי — אַרום זעקס זומער און זיבן אַזייגער די רעשט פֿון די סעזאָנען — ווייסט איר דאָך שוין. אָבער אַזוינס, וואָס האָט זיך געטראָפֿן נעכטן אויף אונדזער טעגלעכן שפּאַציר, איז געווען ממש אומגלייבלעך. בדרך־כּלל, דרייען זיך דאָ אַרום מענטשן מיט הינט: מ׳צאַצקעט זיך מיט זיי, מ׳פּילנעוועט זיי ווי אַן אייגן קינד. אָבער קיינער קוקט זיך נישט אום אויף אַ היימלאָזן מענטש, וואָס לעבט אין אונדזער פּאַרק, שלאָפֿט אין אונדזער פּאַרק און איז אַרומגערינגלט מיט אַ אײַנקויף־וועגעלע, וווּ עס שטעקן אַרויס אַלטע געשיר, צונויפֿגעדרייטע שמאַטעס, אַ פֿלעשעלע וואַסער און אַ קאָלדרע. מײַן חבֿרטע ליליען דערציילט מיר דערווײַל, אַז דורך דער צײַט וואָס איך בין נישט דאָ — ס׳הייסט, אין די זומער־ און ווינטער־חדשים — האָט זיך דער מענטש באַזעצט אין פּאַרק, לעבן אונדזער הויז. א מענטש ליגט אויפֿן שפּיטאָל-בעטל און קען ניט רעדן. די דאָקטוירים דאַרפֿן מאַכן אַ באַשלוס וואָס צו טאָן מיט אים. ווי אַזוי טוט מען דאָס? ווי אַזוי רעדט מען אַרום אַזאַ זאַך מיט דער משפּחה? די ביִאָ-עטישע עסטאַבלישמענט אין די אַמעריקאַנער שפּיטעלער האָבן מער ווייניקער שוין אָנגענומען אַ כּלל, אַזאַ מין מעניו פֿון אופֿנים, ווי אַזוי אַרומצורעדן מיט דער משפּחה אַ באַשלוס. מומחים פֿון דער מעדיצינישער עטיק זײַנען אָבער צו ביסלעך געקומען צום אויספֿיר, אַז אַזאַ צוגאַנג טויג מער ניט. עס וואָלט געווען ניט יושרדיק צו פֿאַרגעסן און פֿאַרשווײַגן אַ וויכטיקן יובֿל אין דעם היסטאָרישן קאַלענדאַר פֿון אונדזער קולטור: מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך באַוויזן דער ווילנער פֿאַרלאַג פֿון באָריס קלעצקין. אַ מאָל, ווען איך האָב געשריבן אַ בוך וועגן "ראָמאַנטישע באַציִונגען" צווישן ייִדישע שרײַבער און קאָמוניזם, האָב איך געזוכט די ערשטע שפּורן פֿון דעם דאָזיקן פֿאַרלאַג.
איך בין זייער צופֿרידן, וואָס איך וועל באַלד פֿאַרענדיקן מײַנע יאָרן בײַם שטודירן אין אוניווערסיטעט. איך בין 24 יאָר אַלט (עס האָט מיר גענומען זעקס יאָר צו גראַדויִרן) און איך באַקום אַ דיפּלאָם אין קינדער־דערציִונג. איך ווייס, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט אָנהייבן צו אַרבעטן, אָבער איך האָב נישט קיין מאָטיווירונג. איך וואָלט גיכער געזעסן אין דער היים און גאָרנישט געטאָן. איך האָב ליב צו קוקן אויף טעלעוויזיע, שפּילן ווידעאָ־שפּילן און רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן מיט מײַנע פֿרײַנד. וואָס זאָל איך טאָן? פֿוילאַק רבֿקה מרים רבֿקה מרים איז איינע פֿון די גאָר פֿעיִקע העברעיִשע שרײַבערינס; אַ פּאָעטעסע און קינסטלערין אין מאָלערײַ. זי דערשײַנט אינעם בוך "מיר זײַנען אַלע נאָענט", צווישן אַ פּלעיאַדע פֿון העברעיִשע שריפֿטשטעלער און שריפֿטשטעלערינס. צווישן זיי: אַהרון אַפּלפֿעלד, חיים באר, יצחק בן מרדכי, אַ. כּרמי, אלעזר פֿרײַפֿעלד, שולמית הרבֿן, יהושע כּנז, אַריה ליפֿשיץ, יאל מעדיני, יצחק אורפּז, עמוס עוז, דן פּאַגיס, אסנת פּעטרי, בנימין תּמוז, אַ. ב. יהושוע און נתן זאַך. פֿאַר מיר זײַנען זיי כּמעט געווען פֿרעמד. זונטיק נאָכמיטאָג, מיט צוויי וואָכן צוריק, האָב איך געהאַלטן אין מיטן וואַשן דאָס געפֿעס אין קיך, ווען פּלוצלינג האָב איך דערזען דורכן פֿענצטער ווי עס ווערט שטאַרק פֿינצטער אין דרויסן, די ביימער וויגן זיך שטאַרק, און עס הייבט אָן צו גיין אַ רעגן. לכתּחילה, איז מיר נישט געווען קיין חידוש, ווײַל דער וועטער נבֿיא האָט געהאַט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז נאָך צוויי שטאַרק הייסע, טרוקענע וואָכן וועט, סוף־כּל־סוף, גיין אַ רעגן און אפֿשר אַ שטורעם אויך. |