געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין קיִעוו אַרבעט שוין לאַנג דער אינסטיטוט פֿון יודאַיִק, וואָס איז, ווי איך פֿאַרשטיי עס, ניט קיין ריכטיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציע, אָבער עס טוט עפּעס "אַרום וויסנשאַפֿט". בפֿרט, דרוקט דער אינסטיטוט יאָר-אײַן יאָר-אויס אַ זאַמלבוך, וואָס הייסט "יעהופּעץ" — אַזוי ווי שלום-עליכם האָט אַמאָל גערופֿן קיִעוו אין זײַנע ווערק. די דאָזיקע אויסגאַבע איז צוטריטלעך דורך www.judaica.kiev.ua/Egupez.htm. פֿאַר די לייענער, וואָס קענען רוסיש און אוקראַיִניש, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַן אינטערעסאַנטן קוואַל פֿון ליטעראַרישע און היסטאָרישע מאַטעריאַלן.

ישׂראל, ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַהרן אַפּלפֿעלד

דער שרײַבער אַהרן אַפּלפֿעלד

איך מוז זיך מודה זײַן, אַז איך בין אַ קנאַפּע לייענערין פֿון העברעיִשע ליטעראַטן. זינט מיר זײַנען אַוועק פֿון ישׂראל זײַנען שוין פֿאַרלאָפֿן אַ דרײַסיק יערעלעך. איז דערווײַל האָט מײַן העברעיִש גענומען זשאַווערן און מײַן עבֿרית האָט גענומען גיין איבער די הײַזער און בעטלען "ווי זאָגט מען?.." אָבער מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך אויפֿגעהויבן אַ ביכל אין "אַרבעטער־רינג"־ביכער־קראָם, וואָס האָט געהייסן "מיר זײַנען אַלע נאָענט" — אינטערוויוען און שמועסן מיט אַכצן העברעיִשע שריפֿטשטעלער און פּאָעטן, צווישן זיי מחברים און מחברטעס. אַרויסגעגעבן האָט דאָס בוך זייער אַ פֿעיִקער שרײַבער, אינטערוויואַנט און מיטשמועסער — חיים טשערטאָק.

װיסנשאַפֿט, טשיקאַװעס
פֿון יואל מאַטוועיעוו (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די וויסנשאַפֿטלעכע קאָמפּיוטער־שפּילערײַ "
Foldit", 
וואָס העלפֿט צו פֿאַרשטיין די סטרוקטור פֿון ווײַסלשטאָפֿן

די קאָמפּיוטער־שפּילערײַען זענען הײַנט ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט, און זענען פּאָפּולער צווישן קינדער און דערוואַקסענע. גענוג מענטשן פּטרן אויף זיי אַ גרויסן טייל פֿון זייער צײַט און ענערגיע. אין עקסטרעמע פֿאַלן, ווערן די סאַמע פֿאַרביסענע "גיימערס" אַזוי שטאַרק אַרײַנגעצויגן אין דער שפּיל און צוגעבונדן צו דעם קאָמפּיוטער, אַז זיי פֿאַרגעסן וועגן אַרבעט און דעם פּערזענלעכן לעבן. אַזאַ "ווירטועלע נאַרקאָמאַניע" קאָן ברענגען צו אַ גט און אַרבעטלאָזיקייט.

קולטור, געשיכטע
אַ פֿראַגמענט פֿון אַ מיזרח־באַצירונג, אויסגעשניטן פֿון פּאַפּיר. 1848, פּויזן

ס׳טײַטש — מע טאָר דאָך נישט צייכענען קיין מלאכים! אַזאַ רעאַקציע רופֿט אַרויס בײַ אַ טייל ייִדן דער פּרעכטיקער אילוסטרירטער קינדער־חומש, וואָס מײַן ווײַב האָט געקויפֿט נישט לאַנג צוריק אויף דער אינטערנעץ. דער ישׂראלדיקער מאָלער, זלי סמעכאָוו, געבוירן אין מאָסקווע, האָט באַהאַנדלט די תּורה־פּערסאָנאַזשן אויף אַן אָריגינעלן קינסטלערישן און חנעוודיקן אופֿן: חוה מיט לאַנגע רויטע האָר טראָגט אַ היפּי־בענדל אויף איר קאָפּ; די מלאכים זעען אויס ווי די מיטל־מיזרחדיקע מענער, אָנגעטאָן אין אוראַלטע קליידער און באַפֿליגלט ווי די פֿייעס פֿון "דיסני"־אַנימאַציעס. די אילוסטראַציעס זענען טשיקאַווע, אָבער נישט צו אַנאַכראָניסטיש און פּאָסטמאָדערניסטיש.

פֿאַרשײדנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גענאַדי עסטרײַך אויף די רחבֿותן פֿון קאָרנוואָל

אַז מע פֿאָרט אַרום אין גרויס-בריטאַניע און מע פֿאַרפֿאָרט אין אייניקע טיילן פֿון וויילז, קען מען דאָרטן הערן ווי מע רעדט וועלשיש. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, פֿאַרבראַכט אַ פּאָר טעג אין באַנגאָר, וואָס איז דער צענטער פֿון וועלשישער קולטור. האָבן מיר זיך געחידושט צו הערן אַרום זיך אַזוי פֿיל וועלשיש, גערעדט ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך. די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז די צאָל וועלשיש-רעדער איז אַרום 600 טויזנט, בערך 60 פּראָצענט פֿון זיי נוצן דאָס לשון טאָג־טעגלעך.

קהילה־לעבן
פֿון שיקל פֿישמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס לערנען זיך אין אַ טאָגשול איז אין די לעצטע יאָרן געוואָרן, אַפֿילו בײַ ניט־אָרטאָדאָקסאַלע משפּחות, אַ קען־צייכן פֿון ערנסטער ייִדישער אידענטיפֿיקאַציע, הן בײַ אַמעריקאַנער ייִדישע עלטערן און הן בײַ די תּלמידים. מער ווי בלויז אַ "לשון־קודש", איז עבֿרית געוואָרן דער דערציִערישער צענטער וווּ עס קומען זיך צונויף די אַלע איבערצײַגונגען און עמאָציעס וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדישער רעליגיע, קולטור און פֿאָלקזײַן, אי וואָס שייך זייער "אומר", אי וואָס שייך זייער "עושׂה".

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ מעשׂה איז ווי מען דערציילט זי. מ׳דאַרף די מעשׂה דערציילן אייגנאַרטיק, אַ סך מאָל — באַגראַמט, אָבער דער עיקר — באַטעמט.

פֿון וואַנען ווייס איך, אַז די ערשטע מעשׂה, וואָס איך גיי אײַך דאָ דערציילן איז אַ גוטע מעשׂה? ווײַל ווען איך האָב זי אַמאָל דערציילט אַ ייִדישן פֿילם־מאַכער פֿון בערלין, איז ער צוריקגעקומען קיין ניו־יאָרק מיט אַלע זײַנע פֿילמיר־אַפּאַראַטלעך; מיט ליכט־עפֿעקטן; מיך אַוועקגעזעצט אין דער אַלטער ייִוואָ־געביידע, און געהייסן דערציילן די מעשׂה אויף דאָס נײַ.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

צי מוז איך גיין אויף אַלע שׂימחות וווּ איך בין פֿאַרבעטן? איך קען נישט פֿאַרטראָגן, ווען מע שפּילט די הויכע, רעשיקע מוזיק, אָבער איך וויל קיינעם נישט באַליידיקן.

נישט קיין "שׂימחהדיקע" פֿרוי

קולטור
דער נײַער בנין פֿונעם "לאַנדישן מוזיי פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע"

נאָך אַ לאַנג־דערוואַרטן רעמאָנט און פֿאַרגרעסערונג, וועט דער "לאַנדישער מוזיי פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע" אין פֿילאַדעלפֿיע עפֿענען זײַנע טירן דעם נאָוועמבער אויף אַ נײַעם אָרט — בלויז איין בלאָק פֿונעם פּלאַץ, וווּ די אַמעריקאַנער פֿרײַהייט איז פּראָקלאַמירט געוואָרן אין יאָר 1776.

"די אינספּירירנדיקע נײַע היים פֿונעם מוזיי וועט אָפּמערקן די שוועריקייטן און נצחונות פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן במשך פֿון יעדער סטאַדיע פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע," האָט דערקלערט מײַקל ראָזענצווײַג, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם מוזיי. "דער מוזיי וועט דערציילן וועגן די אופֿנים ווי די ייִדן האָבן זיך דאָ געראַנגלט מיט זייער אידענטיטעט און מיט דער אַסימילאַציע, און וועגן זייערע צושטײַערס אויף יעדן געביט פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן."

ליטעראַטור

פֿאַר די מענטשן וואָס האָבן ליב די ייִדישע פּאָעזיע, פֿאָלקלאָר און געזאַנג, קומט אַצינד אַ גוטע בשׂורה — עס איז דערשינען אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם פּאָפּולערן בוך "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" — Pearls of Yiddish Poetry פֿון חנה און יאָסל מלאָטעק. דער איבערזעצער איז ד״ר בערל זומאָף.

ווען דאָס בוך אויף ייִדיש איז אַרויס אין 1972, נאָך דעם ווי די רובריק "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" איז געוואָרן אַזוי באַליבט אויף די שפּאַלטן פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט מען אַנטפּלעקט, אַז דער פּסעוודאָנים פֿון דער רובריק, "אַ פֿאָרשער", האָט באַהאַלטן די אידענטיטעט פֿון צוויי מענטשן — יוסף און חנה מלאָטעק. 38 יאָר שפּעטער האָט חנה מלאָטעק צוגעגעבן צו דער דאָזיקער איבערזעצונג, די באַנײַטע אינפֿאָרמאַציע און זעקס אין גאַנצן נײַע אַרטיקלען.

קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אַפֿיש פֿון דעם פֿילם "קאָנצערט"

וועגן דער מאָדנער ייִדישקייט, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין די סאָוועטישע באַדינגונגען, איז שוין ניט ווייניק געזאָגט געוואָרן. אַבֿרהם (אַרקאַדיוס) כּהן, דער היסטאָריקער פֿון רוסיש-ייִדישן עקאָנאָמישן לעבן, האָט געשריבן, אַז די סאָוועטיש-ייִדישע אידענטיטעט איז פֿאַרבליבן נאָר ווי עפּעס אַ מיטישע, כּמעט מיסטישע זאַך, וואָס דער אַרומיקער עולם האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין און די ייִדן גופֿא האָבן עס שוין אויך ניט אימשטאַנד געווען צו באַגרײַפֿן. פּיאָטר ווײַל און אַלכּסנדר געניס, די היסטאָריקער פֿון סאָוועטישער קולטור, האָבן זיך האַלב-געוויצלט, אַז ייִדן זײַנען געווען שיִער ניט דער הויפּט-סוד, וואָס מע האָט אָפּגעהיטן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מער עניגמאַטיש איז, אפֿשר, פֿאַרבליבן בלויז סעקס.

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס — גיטל, פֿון לינקס — עלקע, די דריטע איז פּונקט דעמאָלט געלעגן קראַנק. (וואַסאַר קאָלעדזש)

ייִדיש־לימוד באַהאַלט זיך אויס אין די זעלטנסטע ווינקעלעך, אין די פֿאַרוואָרפֿנסטע העק איבערן לאַנד. איך למשל בין שוין פֿאַרבונדן מיט וואַסאַר־קאַלעדזש כּמעט פֿינף יאָר צײַט. פֿיר מאָל אַ יאָר לאָז איך זיך אַרויס אין וועג אַרײַן געבן ייִדיש־עקזאַמענס.

וואַסאַר־קאַלעדזש געפֿינט זיך אין אַ קליין שטעטל אין צפֿון פֿון ניו־יאָרק, וואָס הייסט פּאָקיפּסי. ס׳איז אַזוי גוט ווי אַ מהלך פֿון אַרום פֿינף און זיבעציק מײַל פֿון ניו־יאָרק. וועט איר דאָך פֿרעגן היתּכן? ווי קומט עס וואָס שפּראַך־לערער איז נישט דערלויבט צו געבן זייערע קלאַסן עקזאַמענס?