- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר איז תּמיד אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאָרן קיין ישׂראל, נישט בלויז ווײַל ס׳גיט מיר אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן מײַן העברעיִש, נאָר אויך ווײַל איך באַקען זיך בעסער מיט די ישׂראלדיקע אײַנוווינער, וואָס איז שווער צו באַקומען פֿון דער אַלגעמיינער ישׂראלדיקער פּרעסע. דאָס מאָל האָבן מײַן מאַן, לייבל, און איך געהאַט אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך נעענטער צו באַקענען מיט אונדזערע חרדישע קרובֿים, בעת אַ צוויי־וואָכיקער וואַקאַציע אין דער ייִדישער מדינה, לכּבֿוד דער חתונה פֿון אונדזער פּלימעניק (מײַן שוועסטער, איידלס זון), משה־לייב.
זונטיק פֿאַראַכטאָגן, דעם 6טן יוני, איז אינעם בראָנקסער "שלום־עליכם־צענטער" פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון עליע מאָזעסאָן, אַ סטודענט פֿונעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אויף דער טעמע "ייִדיש און מיסטיציזם". דער לעקטאָר האָט דערציילט וועגן אַזעלכע פּאָפּולערע ספֿרים אויף ייִדיש, ווי "קבֿ הישר" און "נחלת־צבֿי", וואָס זענען פֿול מיט מיסטישע מעשׂיות פֿונעם זוהר און אַנדערע קבלה־ענינים, ווי אויך וועגן חסידישע שפּראַך־טעאָריעס, לויט וועלכע ייִדיש איז אַ הייליקע אָדער האַלב־הייליקע שפּראַך, אַזוי ווי דער תּלמודישער אַראַמיש, וואָס איז אויך אַמאָל געווען דאָס מאַמע־לשון פֿאַר אַ סך ייִדן,
לאָמיך זיך אָקאָרשט דערמאָנען. איך האָב די טעג איבערגעלייענט אַן אַרטיקעלע אין דער "ניו־יאָרק טײַמס", וואָס ס׳האָט מחבר געווען דייוויד ברוקס, און עס אָנגערופֿן "גיזערס" — "אַלטוואַרג", הייסט עס. האָט ער מיט דעם אין מיר אָנגערירט אַן אָנגעצויגענע סטרונע. דאָס אַרטיקעלע איז דערשינען דעם 2טן פֿעברואַר אונדזער צײַט־רעכענונג. כ׳ווייס נישט, צי איך האָב זיך אַרײַנגעפּאַסט אין דער קאַטעגאָריע; כ׳בין אָבער אויפֿן דרך צו דער בין־השמשות זאָנע (Twilight Zone) פֿון וואַנען קיין בריוועלע איז נאָך נישט אָנגעקומען, און קיין טעלעגראַמע האָט נאָך קיינער פֿון דאָרטן נישט באַקומען.
Abigail Green.
סיר משה־חיים מאָנטעפֿיאָרע (1784—1885) איז געווען דער ערשטער ייִדישער "סעלעבריטי" פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. דער דאָזיקער טעזיס ווערט אַנטוויקלט אין דער נײַער ביאָגראַפֿיע פֿון דעם דאָזיקן סאַמע באַרימטן ייִד פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. דאָס בוך איז אָנגעשריבן פֿון זײַנער אַ קרובֿה, פּראָפֿעסאָרין פֿון געשיכטע אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, אַביגיל גרין. די פֿאָרשערין און אירע באַהעלפֿער האָבן דורכגעאַקערט טויזנטער אַרכיוואַלע מקורים אויף נײַן שפּראַכן אין עלף לענדער, הגם דער וויכטיקסטער מקור, מאָנטעפֿיאָרעס פּריוואַטער אַרכיוו, איז פֿאַרניכטעט געוואָרן אין עטלעכע יאָר אַרום נאָך זײַן טויט, צוליב אַ סיבה, וואָס בלײַבט עד־היום ניט קלאָר.
אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָבן זיך באַוויזן געניטע זאַמלערס פֿון פֿאָלקסלידער, איבערגעגעבן דעם ציל צו "ראַטעווען די אוצרות איידער זיי פֿאַרשווינדן". אין די ערשטע יאָרן האָבן די זאַמלערס נאָר פֿאַרשריבן די ווערטער פֿון די לידער, ווײַל זעלטן ווען, האָט איינער געקענט שרײַבן נאָטן. י. ל. כּהן, למשל, האָט נישט געקענט שרײַבן מוזיק, אָבער ער האָט געפֿונען אַ מוזיקער, מיר דאַכט, ה. רוסאָטאָ, און כּהן האָט פֿאַר אים פֿירגעזונגען די לידער, און רוסאָטאָ האָט זיי פֿאַרשריבן.
ווען איך שרײַב וועגן אַ מענטש, וועלכן איך האָב קיין מאָל ניט געזען און וועגן וועלכן איך קען שאַפֿן אַ מיינונג נאָר אויפֿן סמך פֿון דעם וואָס דער מענטש אַליין האָט אָנגעשריבן צי וואָס מע האָט אָנגעשריבן וועגן אים, סטאַרע איך זיך ניט נוצן אַזעלכע אָפּשאַצונגען ווי "גוט" און "שלעכט". מיר דאַכט זיך, אַז אַ היסטאָריקער טאָר ניט אַראָפּרײַסן אָדער גלאָריפֿיצירן — דאָס איז שוין, בכלל, ניט קיין אַקאַדעמישער זשאַנער.
נישקשה, איך בין כאָטש צוריקגעקומען פֿון ישׂראל קיין אַמעריקע מיט אַ טוץ מעשׂיות און געשעענישן, וואָס זײַנען מיר געבליבן שטעקן אין זכּרון. דאַכט זיך, איך האָב אײַך שוין דערציילט, אַז מיר האָבן דאָרט געוווינט אין אַ שטעטעלע וואָס האָט געהייסן הרצליה־פּיתּוח. כ׳האָב אַפֿילו אין די צען יאָר נישט געוווּסט, אַז די באַוווּסטע פּאָעטעסע, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, איז געווען אונדזערס אַ שכנטע, און דאָס איז אַ שאָד. דאָס שטעטעלע האָט מען, אין מײַן צײַט, גערופֿן די "אַמעריקאַנער קאָלאָניע". טײַערע חזנטע, מײַן באָבע איז עובֿר־בטל. במשך פֿון די לעצטע 6—7 יאָר האָט זיך איר מוח אַזוי פֿאַרערגערט, אַז זי קען קיינעם מער נישט דערקענען, ווער עס זאָל נישט זײַן. זי געדענקט נאָך די נעמען פֿון אירע קינדער, אָבער זי ווערט פֿאַרמישט און געדענקט שוין נישט ווער ס׳האָט חתונה געהאַט מיט וועמען. זי זעט אויס צופֿרידן צו זען אירע אייניקלעך, אָבער ווייסט נישט ווער מיר זענען. זי איז פּונקט אַזוי צופֿרידן ווען זי עסט צוקערלעך און זעט טעלעוויזיע.
געוויינטלעך ניצט מען אַ בראָט־אויוון (grill) אויף פֿלייש, פֿיש און גרינסן, אָבער דער רעצעפּט ווײַזט ווי מע קאָן אויך בראָטן פֿרוכטן, און דערבײַ מאַכן אַ געשמאַקן דעסערט. (אויב איר היט זיך פֿאַר צוקער, לאָזט אַרויס דעם סירופּ.)
4 באַנאַנעס 2 טעפּלעך טרוסקאַפֿקעס
איך האָב געפּאַטשט בראַוואָ און געלאַכט צוזאַמען מיטן געפּאַקטן עולם אין זאַל, מיטגעזונגען און מיטגעריסן געוואָרן. הײַנט שטעלט די "פֿאָלקסבינע" די מוזיקאַלישע קאָמעדיע "הערשעלע אָסטראָפּאָליער", מיטן העכסט באַגאַבטן טאַלאַנט וואָס באַשײַנט אונדזער ייִדישן טעאַטער ווי נאָר ער באַווײַזט זיך אויף דער בינע, און דאָס איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַק בורשטיין, צוזאַמען מיט אַ וווּנדערלעכן אָפּקלײַב פֿון נײַן אַקטיאָרן און אַקטריסעס, וואָס ייִדיש גליטשט זיך פֿון זייערע ליפּן פֿליסיק און מיט אינטאָנאַציע, זינגען זיי מיט פּרעכטיקע שטימען און טאַנצן ווי בײַ דער מיזינקע אויף דער חתונה. ממש אַ קוועלונג פֿאַר די אויגן.
מיר איז ניט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן און לייענען אַזאַ געדאַנק: די סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָבן געדינט אין דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, זײַנען געוואָרן מער ייִדן, איידער זיי זײַנען געווען פֿאַר דער מלחמה. איך בין זיכער, אַז אַזעלכע פֿאַלן זײַנען געווען. אָבער דורכשניטלעך זעט עס מיר אויס ווי אַן אײַנגערעדטע מעשׂה. איך האַלט אַזוי, ווײַל איך זע ניט קיין קלאָרע באַווײַזן, וועלכע זאָלן באַשטעטיקן די ריכטיקייט פֿון דער דאָזיקער טעאָריע. |