- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לעצטנס איז אינעם קאָנפֿערענץ־זאַל בײַ דער געזעלשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק אויף נאָסטראַנד־עוועניו פֿאַרגעקומען אַ קינסטלערישע אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער גילדיע ייִדישע מאָלער. די דאָזיקע אויסשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל אין דער פּראָגראַם, וואָס ווערט איצט דורכגעפֿירט אין ניו־יאָרק "וואָך פֿון אימיגראַנטישער ירושה". איך האָב באַזוכט די אויסשטעלונג און געבעטן ענטפֿערן אויף מײַנע עטלעכע פֿראַגעס דעם מאָלער אָלעג לינער, וואָס איז אויך אַ אָנגעזעענער געשעפֿטסמאַן און פּרעזידענט פֿונעם רוסישן אָפּטייל בײַ "בני־ציון". "עסט געזונטערהייט!" אַ קאָך־פּראָגראַם פֿון געשמאַקע מאכלים מיט שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ ( איין מאָל אין צוויי וואָכן)
Eat In Good Health!
Eli Lederhendler. Jewish Immigrants and American Capitalism, 1880—1920: From Caste to Class. Cambridge University Press, 2009. די ייִדישע אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע אין די יאָרן 1880—1920 האָט געבראַכט קיין אַמעריקע בערך צוויי מיליאָן מענטשן און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן קיבוץ. עס איז נאַטירלעך, אַז אַזאַ אויסערגעוויינטלעכער היסטאָרישער פֿענאָמען געפֿינט זיך שוין לאַנגע יאָרן אינעם שפּאַקטיוו פֿון דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט. יעדער נײַער דור און יעדע אַלטע און נײַע אידעאָלאָגישע שיטה קומט אַרויס מיט אַן אייגענער אויסטײַטשונג פֿון דער דאָזיקער געשיכטע, וואָס שפּיגלט אָפּ זייער באַציִונג צו דעם עבֿר און צו דעם הײַנט. רפֿאל אַבראַמאָוויטש (1880—1963) האָט, אין דער אמתן, געטראָגן אַן אַנדער נאָמען, רפֿאל ריין. די משפּחה פֿון דעם וואַלד-סוחר אַבֿרהם ריין, זײַן פֿאָטער, האָט מיט 130 יאָר צוריק געוווינט אין דער שטאָט, וועלכע מע האָט דעמאָלט גערופֿן דינאַבורג. אין 1893 וועט זי באַקומען אַ רוסישן נאָמען — דווינסק, און זינט 1920 טראָגט די שטאָט איר לעטלענדישן נאָמען — דאַוגאַוופּילס. אַבראַמאָוויטש (מיר וועלן אים רופֿן לויט זײַן פּאַרטיייִשן נאָמען) האָט באַקומען סײַ אַ טראַדיציאָנעל-ייִדישע און סײַ אַן אַלגעמיין-רוסישע בילדונג. איר ווילט הערן אַ מעשׂה? נישט קיין מעשׂה סתּם אויסגעזויגן פֿון פֿינגער, נישט קיין מעשׂה וואָס פֿון אונטער די הרי־חושך, נאָר אַזוי עכט ווי שלמה המלכס מישפּט. די מעשׂה האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין אַ רײַך שטעטעלע לעבן ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען, קיין עין־הרע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, אין אויסגעסטרויעטע הײַזער, מיט קעכינס און דינסטן, מיט גערטנער און אָנגעשטעלטע קוימען־קערער. האָט איינע פֿון אַזעלכע משפּחות אָנגעשטעלט אַ דינסט, נישט קיין ייִדישע דווקא. וווּ קען מען הײַנט באַקומען אַ ייִדישע דינסט בכלל? נישטאָ אַזוינס. דאָס איז אַ פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן. טײַערע חזנטע, איך האָב אַ פֿרוי און אַ גוטע אַרבעט וואָס פֿאַרנעמט אָבער בײַ מיר אַ סך צײַט. אָפֿט, ווען מײַן מאַמע קומט צו אונדז צו גאַסט, פֿאַרשעמט זי מיך פֿאַר מענטשן. ווען איך שטעל זי פֿאָר פֿאַר מײַנע מיטאַרבעטער, פּלאַפּלט זי וועגן מיר און מײַנע "גרויסע" דערגרייכונגען. ווען איך ברענג זי צו אַן אונטערנעמונג וואָס איך האָב אָרגאַניזירט, ווייסט יעדער אין גיכן, אַז זי איז מײַן מאַמע. מײַן פֿרוי הערט זיך שטיל אײַן און זאָגט גאָרנישט, און מײַן מאַמע פֿרעגט זי קיין מאָל נישט וועגן איר לעבן און אַרבעט. איצט, ווען קיין צײַט-גרענעצן פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע עקסיסטירן כּמעט ניט, איז אָפֿט מאָל שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די קאַנאַלן פֿון פֿאַרבינדונגען האָבן פֿונקציאָנירט מיט אַ הונדערט יאָר צוריק. איך פֿאַרשטיי עס אַזוי: די פּאָסט האָט דעמאָלט געאַרבעט אַ סך בעסער ווי איצט. לעצטנס האָב איך אַ פּאָר מאָל געשיקט בריוו קיין טאָראָנטאָ און באַקומען פֿון דאָרטן בריוו. געדויערט האָט עס יעדעס מאָל בערך צוויי וואָכן. מיט ענגלאַנד איז עס בעסער — אַרום אַ וואָך. האָב איך טאַקע אַ חשד, אַז בריוו פֿון ניו-יאָרק קיין קאַנאַדע גייען לויט די אַלטע קאָלאָניאַלע מאַרשרוטן, דאָס הייסט, דורך ענגלאַנד. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה האָבן מיר באַהאַנדלט די פֿאַרבינדונג צווישן דעם ענין פֿון מישפּט און עבֿודת־התּפֿילה. אַ צאָל מיצוות, וואָס רעגולירן די באַציִונגען צווישן מענטשן, זענען רעלעוואַנט, אינעם בוכשטעבלעכן זין, בלויז אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס לײַדט פֿון ערנסטע סאָציאַלע צרות. למשל, די תּורה דערקלערט די רעכט פֿון אַ מיידל, וואָס איר טאַטע האָט פֿאַרקויפֿט ווי אַ שקלאַפֿין, און זאָגט אָן, אַז אַ קינד טאָר נישט שלאָגן זײַנע עלטערן. אין אַ געזונטן סאָציאַלן מצבֿ, וואָלט אַ מענטש בכלל נישט געטראַכט, חלילה, צו פֿאַרקויפֿן זײַן טאָכטער אָדער געבן קלעפּ זײַן מאַמען. די וואָך האָט מען מודיע געווען, אַז דעם דעקאַן פֿון דער באַקאַנטער חזנות־שול בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" האָט מען אָפּגעזאָגט פֿון זײַן פּאָסטן. אויפֿן אָרט פֿון חזן הענרי ראָזענבלום, אַ באַליבטער לערער און אַדמיניסטראַטאָר שוין 12 יאָר, וועט מען קאָמבינירן די חזנות־שול מיט דער ראַבינער־שול אונטער איין דאַך, און דער נײַער אַדימיניסטראַטאָר פֿון די חזנים־סטודענטן וועט זײַן אַ רבֿ, נישט קיין חזן. די איבערראַשנדיקע נײַעס האָט אויפֿגערודערט די סטודענטנשאַפֿט פֿון דער "ה. ל. מילער־חזנות־שול", וועלכע ווייסט שוין נישט מער, וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען. באָריס סאַנדלערס דיכטערישע שטים טראָגט אין זיך יענע באַקאַנטע היימישע אינטאָנאַציע, וואָס מען דערקענט גלײַך אין זײַן פּראָזע. נאַטירלעך, קלינגט דאָס פּאָעטישע וואָרט אַנדערש ווי דאָס פּראָזאַיִשע, אָבער די עיקרדיקע עלעמענטן פֿון סאַנלדערס קינסטלערישער פּערזענלעכקייט זײַנען דאָ בפֿירוש די זעלביקע. זײַן דיכטערישער כּוח־הדמיון ברענגט צונויף פֿאַרשידענע וועלטן און תּקופֿות, און דער מהלך אין צײַט און אין רוים שפּילט דערבײַ ניט קיין ראָלע. צוויי שילן אין ריווערדייל — אַ פֿאַרמעגלעכע ייִדישע געגנט אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון בראָנקס, ניו־יאָרק — זענען פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך געווען די צילן פֿון אַ טעראָריסטישן אַטאַק, וואָס די פּאָליציי האָט צונישט געמאַכט דורכן "פֿאַרקויפֿן" די טעראָריסטן פֿאַלשע אויפֿרײַס־אַפּאַראַטן. די פֿיר מענער — דזשיימס קראָמיטי, דייוויד וויליאַמס, אָנטאַ וויליאַמס און לאַ׳גער פּייען — האָבן אויך געהאַט בדעה אַראָפּצושיסן עראָפּלאַנען פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטער. אַלע פֿיר זענען אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן אין תּפֿיסה אָנגענומען דעם מוסולמענישן גלויבן, און וווינען הײַנט אין דער שטאָט ניובורג, 60 מײַל צפֿון פֿון ניו־יאָרק. עס איז גאַנץ פּאַסיק אָנצוהייבן די נײַע רובריק וועגן דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק מיט אַ רעצענזיע פֿון אַן אַמביציעזן קאָנצערט, וואָס דער מײַסטער קלעזמער־קלאַרנעטיסט, דוד קראַקאַוער, האָט אָרגאַניזירט דעם 9טן אַפּריל, אין "קאַרנעגי־האָל", ניו־יאָרק. פּאַסיק, ווײַל דער קאָנצערט האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון די גרעסטע נעמען אין דער אַזוי־גערופֿענער "קלעזמער־אויפֿלעבונג" אָדער קלעזמער־רענעסאַנס. דעריבער קען מען באַטראַכטן די אונטערנעמונג ווי אַ מין חשבון־הנפֿש פֿון דער מוזיק, און אַ טראַכט טאָן — ווי האַלט עס איצט און וווּהין גייט מען ווײַטער? |