- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ייִדישע ליטעראַטור אין איר גאַנצער פּראַכט און פֿאַרמעג איז כּמעט ווי אומבאַקאַנט דעם אַמעריקאַנער לייענער, אַ חוץ דאָ און דאָרט אין איבערזעצונג. די סיבות דערפֿון זײַנען פֿילפֿאַכע. צווישן זיי, פֿאַרנאַכלעסיקונג. די איבערזעצונגען זײַנען אָפֿט מאָל נישט צוגעטראָפֿענע אין פּינטל. דער תּרגום־מײַסטער האָט אָפֿט מאָל נישט געקענט זיך אויף די אונטערשטע שורות, די אידיאָמאַטישע אויסדרוקן וואָס לאָזן זיך כּמעט ווי נישט איבערזעצן. דער שווייצער פּסיכאָלאָג און שרײַבער פּאַול פּאַרין (1916—2009), וואָס איז געשטאָרבן אין ציריך דעם 18טן מײַ, האָט געהערט צו דעם לעצטן דור פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן נאָך אין דער האַבסבורגער אימפּעריע. זײַן משפּחה איז געווען ניט קיין טיפּיש ייִדישע׃ זײַן פֿאָטער האָט פֿאַרמאָגט אַ גרויסן מאַיאָנטעק מיט אַ שלאָס אין סלאָוועניע, וווּ מען האָט געלעבט אויף אַן אַריסטאָקראַטישן שטייגער אַפֿילו נאָך דעם ווי די אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן. די קינדער האָבן באַקומען אַ פּריוואַטע בילדונג אין דער היים, געשפּילט טעניס און געפֿאָרן אויף פּאָניס. סאָניע גאַלאַנץ האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל אָרגאַניזירט “ייִדיש־ברייק" אין שיקאַגע, אַ גאַנצער סוף־וואָך פֿון ייִדישע אַקטיוויטעטן, וואָס האָט צוגעצויגן איבער 50 סטודענטן און יונגע ייִדיש־ליבהאָבערס. סאָניע גראַדויִרט דעם פֿרילינג פֿונעם שיקאַגער אוניווערסיטעט, וווּ זי שטודירט ייִדיש, און פֿאַרן קומענדיקן יאָר האָט זי באַקומען אַ “פֿולברײַט"־סטיפּענדיע, כּדי צו פֿאָרשן ייִדיש אין דײַטשלאַנד. מיר האָבן זי געבעטן זיך צו טיילן מיט אירע עצות פֿאַר אונדזערע לייענערס איבער דער וועלט, ווי אַזוי זיי קענען אויך אָרגאַנזירן אַ “ייִדיש־ברייק". "אויפֿמערקזאַם! אויפֿמערקזאַם!" מיט דעם וואָרט פֿלעג זיך אָנהייבן יעדע מעלדונג, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿונעם הילכער אינעם זומער־לאַגער "קעמפּ המשך". אין אייראָפּע האָבן די ייִדיש־רעדער מסתּמא גיכער געניצט דאָס וואָרט "אַכטונג!", אָבער ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס אין "המשך" האָט מען דאָס וואָרט אויסגעמיטן. בײַ די גרינדער פֿון קעמפּ, וואָס אַלע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט "אַכטונג!" אפֿשר צו פֿיל דערמאָנט אין די באַפֿעלן פֿון די נאַצי־וועכטער.
באָריס סאַנדלער,
זינט איר סאַמע אָנהייב איז די ייִדישע ליטעראַטור אַלוועלטלעך אין איר מהות. הגם דאָס רובֿ ייִדישע שרײַבער שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע, זאַפּן זיי אין משך פֿון זייער שעפֿערישן לעבן אַרײַּן ביז גאָר פֿאַרשידענע קולטורעלע השפּעות. דער זכר פֿון דער אַלטער היים קומט אין באַריר מיט נײַע אײַנדרוקן און דערפֿאַרונגען; אַ נײַער נאָמען: בערל מינזבערג בערל מינזבערג איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו אין 1969; נאָך זײַענדיק אַ סטודענט פֿונעם שטאָטישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, האָט ער זיך באַטייליקט אין דעם ייִדישן אַנסאַמבל "ניגונים". שפּעטער האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן כאָר און געווען אַ חזן אין דער קיִעווער שיל. אין אַמעריקע איז בערל פֿון יאָר 1993. זיך געלערנט דאָ חזנות אינעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, און פֿינאַנצן — אינעם פּעיס־אוניווערסיטעט. וווינט אין ברוקלין, ניו־יאָרק. אויף וואָס איך האָב זיך יאָ געריכט, אָבער נישט אויפֿן פּלוצעמדיקן טויט פֿון מײַן גוטן פֿרײַנד פּסח פֿישמאַן. ערשטנס, ווײַל ער איז געווען אַן אײַנגעפֿונדעוועטער פֿאַקטאָר אויף דער מישטיינס געזאָגט, ייִדישער גאַס. ער האָט געגעבן ייִדיש קלאַסן וווּ נאָר מען האָט אים פֿאַרבעטן, אַפֿילו אַרומגעפֿאָרן איבער דײַטשלאַנד מיט אַ קלעזמער־קאַפּעליע, וווּ ער האָט דערציילט ייִדישע מעשׂיות פֿאַרן פֿאַרזאַמלטן עולם דײַטשן. זיכער האָט ער געליטן, מען האָט אים נישט אָפּגעשאַצט און נישט געשאַנעוועט. אין די הײַנטיקע שטורעמדיקע טעג, ווען די אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע האָט דערגרייכט איר נידעריקסטע שטופֿע אין די לעצטע אַריבער דרײַסיק יאָר, און טייל מומחים אין די פֿראַגעס הייבן אָן דעם דערדריקנדיקן צושטאַנד צו פֿאַרגלײַכן מיט דער ווירטשאַפֿטלעכער דעפּרעסיע פֿון די אָנהייב 1930ער יאָרן, איז נישט קיין וווּנדער וואָס מען איז מער אַרײַנגעטאָן אין די פּאָליטישע און עקאָנאָמישע דעבאַטעס פֿון אונדזערע פֿירער אין וואַשינגטאָן — אַזוי אינעם סענאַט ווי אין רעפּרעזענטאַנטן־הויז — וועגן די לויפֿנדיקע ווירטשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען. לויט דער ייִדישער מסורה, האָט דער אַכזריותדיקער מלך נמרוד, וועלכער האָט געגרינדעט די ערשטע וועלט-אימפּעריע מיטן צענטער אין "ארץ שנער", שומער, געהייסן אויפֿצובויען די שטאָט בבֿל, מיט אַ ריזיקן טורעם ביזן הימל. ווי עס שטייט אין דער תּורה, האָבן די אײַנוווינער פֿון שנער געוואָלט "קריגן אַ שם, כּדי נישט צו ווערן צעזייט איבער דער ערד". צוליב אַ ריי ענלעכקייטן, פֿאַרבינדן די היסטאָריקער די דאָזיקע מעשׂה מיט דער אַקאַדישער אימפּעריע, געשאַפֿן אין מעסאָפּאָטאַמיע דורכן קיניג סאַרגאָן. אַ פּלאַן פֿון אַן אַטענטאַט אויף אָבאַמאַ מאָנטיק, האָט די פּאָליציי אַרעסטירט צוויי "גאָלע־קעפּ" ("סקינהעדס") פֿון טענעסי און אַרקענסאָ, און זיי באַשולדיקט אין צוגרייטן אַן אַטענטאַט אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ. די צוויי בחורים האָט מען באַשולדיקט אין פֿאַרמאָגן אומלעגאַל געווער, פּלאַנירן צו גנבֿענען געווער און אין שטעלן אין סכּנה דאָס לעבן פֿון אַ קאַנדידאַט פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט. אַ פֿעדעראַלער אַגענט האָט אין אַ ראַפּאָרט, געשריבן, אַז די צוויי יונגען האָבן געוואָלט אומברענגען אַן ערך 88 שוואַרצע תּלמידים אין אַ שול און אָפּהאַקן די קעפּ פֿון 14 פֿון זיי. די צוויי נומערן — 14 און 88 — זענען סימבאָלן אין דער ראַסיסטישער, נאַצישער "גאָלע־קעפּ"־קולטור. טשערנאָוויץ קאָן מען מיט רעכט צוטיילן דעם טיטל פֿון דער שענסטער שטאָט אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. צום גרויסן טייל איז דאָס אַ פֿאַרדינסט פֿון דעם בירגערמײַסטער מיקאָלאַ פֿעדאָרטשוק. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט אויסגענוצט די פֿײַערונג פֿון דעם 600־יעריקן יובֿל ווי אַ גוטע געלעגנהייט דורכצופֿירן אַן אַרומנעמיקע רעסטאַווראַציע פֿון די געבײַדעס און גאַסן, כּדי אומצוקערן דער שטאָט דעם אַמאָליקן טעם. טשערנאָוויץ איז תּמיד געווען אַ מין יוצא־מן־הכּלל, אַ שטאָט מיט אַן אייגענעם פּנים און כאַראַקטער, וואָס פֿירט אַן אייגן לעבן און האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו די אַרומיקער סבֿיבֿות. איך זאָג פֿאַרציילן און נישט דערציילן ווײַל דאָס הער איך פֿון מײַנע פֿרײַנד וואָס רעדן נאָך אַלץ זייער טאַטע־מאַמע־לשון. איך ווייס צו מאָל נישט וווּ אָנצוהייבן, ווײַל איך וויל נישט פֿאַראַלגעמיינערן דעם ענין. זיכער האָבן נישט אַלע אַדורכגעמאַכט די זעלביקע ליידן ווי די פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿון מײַנע עלטערן. פֿאַרקערט. נאָך דעם ווי איך האָב זיך אַרומגעקוקט, זינט מײַנע טאַטע־מאַמע זײַנען געשטאָרבן, קען איך דערמאָנען אַ פּאָר משפּחות וואָס האָבן געהאַט קינדער קרובֿ צום אויסבראָך פֿון דער מלחמה. |