- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער לינגוויסט, דער פֿאָטער פֿון ייִדישיסטיק ווי אַן אַקאַדעמישער לימוד יר איז הײַנט צוגעטיילט געוואָרן דער כּבֿוד צו זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן אוריאלן ווי אַ לינגוויסט, און אַנדערע זענען געבעטן געוואָרן צו רעדן וועגן אַנדערע מער־ווייניקער ריין פּראָפֿעסיאָנעלע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן. פֿון איין זײַט, איז דאָס זייער אַ באַרעכטיקטער צוגאַנג צום דערמאָנען און אָפּצושאַצן עמעצן, וואָס איז געווען שאַפֿעריש אויף זייער אַ סך פֿאַרשיידענע שטחים פֿון ייִדישן וויסן און למדות. זײַן אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער אַטראַן־קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז געווען ווי אַ כּשרער לעפֿל אין אַ כּשרן טאָפּ. דעם זונטיק, קען מען זאָגן, איז אַ היסטאָרישע דאַטע אינעם אַמעריקאַנער קאַלענדאַר, כאָטש אָפֿיציעל פּראַוועט מען זי נישט. דעם 29סטן אַפּריל 1968 האָט זיך אויף בראָדוויי געעפֿנט אַ מיוזיקל, וועלכער האָט ממש פֿאַרקערפּערט די תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט אויף אַלע שפּראַכן "די זעכציקער יאָרן". דער מיוזיקל, Hair (האָר), האָט שאָקירט די וועלט מיט זײַן לויבגעזאַנג פֿאַר דער "היפּי"־קולטור — אַ קולטור וואָס האָט קעמפֿעריש זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער וויעטנאַם־מלחמה, און דער "עסטאַבלישמענט" בכלל, פֿאַרדאַמט דעם קאָנפֿאָרמיזם פֿונעם עלטערן דור, און געמוטיקט די יוגנט אָפּצוּוואַרפֿן אַלע אָנגענומענע נאָרמעס פֿון דער געזעלשאַפֿט. אַ מאַנסביל, למשל, דאַרף זיך נישט שעמען צו פֿאַרלאָזן די האָר ביז צו די קריזשעס, אויב עס גלוסט זיך אים — דערפֿון נעמט זיך טאַקע דער טיטל פֿון דער פֿאָרשטעלונג. פֿרעד עב, וועלכער איז געשטאָרבן אין 2004, האָט געשריבן די טעקסטן צו באַקאַנטע בראָדוויי־לידער, צוזאַמען מיט זײַן שותּף, דער קאָמפּאָזיטאָר, דזשאַן קאַנדער. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1933 און איז אויפֿגעוואַקסטן אין מאַנהעטן אין אַ ייִדישער היים. דאָס ליד "ניו־יאָרק, ניו־יאָרק", וואָס ווערט הײַנט געזונגען ווי דער אומאָפֿיציעלער הימן פֿון דער שטאָט, האָבן זיי ביידע געשאַפֿן, ווי אויך די לידער צום באַקאַנטן ספּעקטאַקל "קאַבאַרעט". דער דאָזיקער מיוזיקל וועגן דעם דעקאַדענטישן לעבן אין בערלין אין דער צײַט פֿון דער ווײַמאַרער רעגירונג אין די 1920ער יאָרן, איז געבויט אויף די דערציילונגען פֿון קריסטאָפֿער אישערוווּד. אַנטאָן טשעכאָוו האָט געהאַט קלוגע געדאַנקען, וועלכע ער האָט ניט בלויז אַרויסגעזאָגט, נאָר אויך פֿאַרשריבן. צווישן זיי איז פֿאַראַן אַזאַ: טאָמער איר זעט, אין גאַנג פֿון אַ פּיעסע, אַז דער מחבר צי רעזשיסאָר האָט אויפֿגעהאָנגען ערגעץ אויף דער בינע אַ ביקס, מוז זי אין דער פּיעסע, סוף-כּל-סוף, אויסשיסן. אַנדערש האָט עס ניט קיין זין צו ווײַזן אַ ביקס. מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟ איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟. װי באַװוּסט, איז דער „פֿאָרװערטס‟ געװען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליסטישן געדאַנק צװישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געװאָרן אײנע פֿון די הױפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ, און געשטיצט זי אין אַלע װאַלן — נישט נאָר מיט װערטער, נאָר אױך מיט געלט. דער „פֿאָרװערטס‟ איז דעמאָלט געװען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, װאָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס האָט געהערשט אַ גרױסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן. דאָנערשטיק בײַ נאַכט, דעם 26סטן אַפּריל, האָב איך אַ קוק געטאָן אויף מײַן בליצפּאָסט, צו זען צי עפּעס איז אָנגעקומען פֿון מײַן חבֿר מנחם־יאַנקל איידלמאַן. אין דער פֿרי האָב איך געוואָלט פֿאָרן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט אויף דער יוגנט־קאָנפֿערענץ "ייִדיש־ברייק" [הפֿסקה], אָבער איך האָב ניט געוווּסט, ווי צו פֿאָרן. מנחם־יאַנקל האָט אָרגאַניזירט די "קאָנפֿערענץ", האָט ער געדאַרפֿט אונדז אויך אָנשרײַבן, ווי אַזוי מע פֿאָרט אַהין. און דאַנקען גאָט, איך האָב געפֿונען אַ בריוו פֿון אים מיט די אַלע פּרטים, ווי אַזוי מע פֿאָרט פֿונעם ניו־יאָרקער "טשײַנאַ טאַון" מיטן כינעזישן אויטאָבוס "פֿונג וואַ" קיין באָסטאָן, און פֿון דאָרט צום בראַנדײַס־קאַפּמוס. מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנץ בײַ פּייס־אוניווערסיטעט, אין ניו־יאָרק, און פֿאַרברענגט איצט, בעת זײַן שמיטה־יאָר, 4 חדשים אין אינדיע, וווּ ער לערנט אַ קלאַס. אַ געבוירענער און דערצויגענער אין דרום־אינדיע, איז ער הײַנט אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער שיל אין טינעק, ניו־דזשערזי. זײַן פֿרוי איז די ייִדישע פּאָעטעסע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט. ווען הרבֿ יהושע קאָלעט, איינער פֿון די ווייניקע מענטשן מיט סמיכה אין דער שטאָט טיין, לעבן באָמביי, האָט מיך פֿאַרבעטן אויף שבת, פּרשת בשלח, האָב איך זיך גאָר נישט פֿאָרגעשטעלט וואָס ער וועט מיר פֿאָרלייגן.
פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דאָס העכסטע געריכט פֿונעם שטאַט ניו־דזשערזי באַהאַנדלט דעם זעלבן ענין, וואָס ווערמאָנט האָט געטאָן אינעם יאָר 1999, און מאַסאַטשוסעטס — אין 2003: צי מע זאָל געבן האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער די זעלבע רעכט ווי געוויינטלעכע חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער; למשל, צי איינער מעג ירשענען דעם פֿאַרמעגן פֿונעם צווייטן (אין פֿאַלן ווען מע האָט נישט אָנגעשריבן קיין צוואה), און צי די געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿון אַ מלוכה־אָנגעשטעלטן קאָן אויך דעקן זײַן פּאַרטנער.
די רעזיגנאַציע פֿונעם רעפּובליקאַנער פֿלאָרידער קאָנגרעסמאַן מאַרק פֿאָולי, צוליב זײַנע סעקסועל־אָנגעלאָדענע בליצבריוולעך צו עטלעכע שיק־ייִנגלעך אינעם "רעפּרעזענטאַנטן־הויז", האָט גורם געווען אַן איבערקערעניש אינעם רעפּובליקאַנער־דאָמינירטן "הויז", בפֿרט אין אָט די לעצטע וואָכן פֿאַר די וואַלן. |