- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס אומבאַקאַנטע ייִדישע וואָרט — "אַלגאָריזם" מײַנע אַ גוטע באַקאַנטע, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק אין אַ פֿראַנצויזישן אוניווערסיטעט, האָט מיר נישט לאַנג צוריק אָנגעוויזן, אַז אינעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך", אונטער דער רעדאַקציע פֿון יודאַ יאָפֿע און יודל מאַרק, פֿעלט כּמעט אינגאַנצן אויס די מאַטעמאַטישע טערמינאָלאָגיע. אין פֿאַרגלײַך מיט כעמיע, פֿיזיק, געאָלאָגיע, באָטאַניק און אַ צאָל אַנדערע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט. בעת איך וועל קומען דער באַקאַנטער רוסיש־ייִדישער פּובליציסט און פּאָליטאָלאָג איתן פֿינקעלשטיין האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו שאַפֿן אַ ברייטן ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿונעם רוסיש־ייִדישן ייִדנטום אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָרהונדערטער. דאָס בוך איז באַוווינט מיט הונדערטער היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן און ליטעראַרישע פּערסאָנאַזשן. ס׳רובֿ פֿון זיי באַווײַזן זיך בלויז אויף אַ פּאָר זײַטלעך און ווערן ווידער נעלם. דער מחבר אַליין דעפֿינירט דעם זשאַנער פֿון זײַן ווערק ווי אַ "מישמאַש־ראָמאַן", און דער דאָזיקער באַגריף פּאַסט זייער גוט צו דער פֿאַרפּלאָנטערטער געשיכטע פֿון דעם רוסישן ייִדנטום. צווישן די שבֿחים, וואָס ייִדישע קריטיקערס האָבן בשעתּו געזאָגט וועגן מײַן "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", איז געווען אַ פּסוק פֿון ד״ר מוקדוני, וואָס פּאַסט צו דעם ענין, וועגן וועלכן איך וויל צו אײַך רעדן: "איך קען", שרײַבט ד״ר מוקדוני, "אַרויסגיין מיט דעם דאָזיקן בוך אין דער ייִדיש־אַמעריקאַנער גאַס און ווען איינער וועט אַ פּלאַפּל טאָן עם־הארצותדיק: ייִדיש איז קיין שפּראַך נישט, וועל איך אים אונטערטראָגן אָט דאָס טויזנט־זײַטיקע בוך צו די אויגן און אים זאָגן: טיפּש וואָס דו ביסט!" די מילכיקע כּשרע רעסטאָראַנען וואָס מע געפֿינט הײַנט אין אַמעריקע סערווירן מער אָדער ווייניקער די זעלבע זאַכן: פּיצע, פֿאַלאַפֿעל, שניטקעס (סענדוויטשעס) און סאַלאַטן — מיט אַנדערע ווערטער, מאָדערן שנעל־עסן. דער רעסטאָראַן "דײַמאָנד דערי" (Diamond Dairy), אין מאַנהעטן, איז אָבער אין גאַנצן אַנדערש. דאָ עסט מען די היימישע מיזרח־אייראָפּעיִשע מאכלים, וואָס אונדזערע באָבעס פֿלעגן מאַכן: בלינצעס, קאַרטאָפֿל-פּיראָגן, באָרשט, לאָקשן מיט קרויט. אין פֿערברואַר, 2007, איז געוואָרן 50 יאָר נאָכן טויט פֿונעם גרויסן אידעאַליסט ד״ר יצחק־נחמן שטיינבערג, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג אין די 1940ער און 1950ער יאָרן, ווי דער דירעקטאָר פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע," און רעדאַקטאָר פֿון איר אָרגאַן — "אויפֿן שוועל". צווישן זײַנע פּראָיעקטן צו באַזעצן ייִדן מחוץ ארץ־ישׂראל איז געווען דער "סורינאַם"־פּראָיעקט אין דרום־אַמעריקע, און דער "קימבערלי־פּראָיעקט" אין די וויסטעס פֿון אויסטראַליע. אמת, זײַנע חלומות, ווי אויך די שטרעבונגען פֿון די אַנדערע טעריטאָריאַליסטן, אויפֿצושטעלן אַ ייִדישלאַנד זענען נישט צו שטאַנד געקומען. דאָס אויפֿלעבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָך די רדיפֿות פֿון 1948־1953 האָט געפֿאָדערט אַ נײַעם קריטישן קוק אויף דער אַלטער ירושה. דער סאָוועטישער רעזשים איז געוואָרן מילדער, אָבער פֿאַרבליבן בטבֿע אַן אויטאָריטאַרער. דער דערלויבטער שטח פֿון דער קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש איז געווען זייער באַגרענעצט: צוויי פּעריאָדישע אויסגאַבעס, עטלעכע יערלעכע ביכער־פּובליקאַציעס, עטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער און אַקטיאָרן, און אַ פּאָר ליבהאָבערישע טעאַטראַלישע און מוזיקאַלישע קאָלעקטיוון. דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט גלײַך גענומען אויף זיך די ראָלע פֿונעם קולטורעלן, אידעאָלאָגישן און עסטעטישן מדריך. כ׳ווייס נישט וואָס דאָס איז, איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס נעמט זיך, נאָר ווען איך האָב געלייענט, אַז מען לערנט שוין ייִדיש אין בענקאַק, בין איך געבליבן דערשטוינט ביז גאָר. ווי קומט ייִדיש אין יענע מקומות? איך פֿאַרשטיי, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל ישׂראלים אין טײַלאַנד, אין אינדאָנעזיע, אין אינדיע, און וווּ די וועלט האָט אַן עק. און ווי נאָר זיי באַזעצן זיך אין יענע מקומות, אַזוי עפֿנט מען געשעפֿטן, רעסטאָראַנען און סופּערמאַרקעטן. אַ מאָל האָבן די ייִדישע שפּראַכקענער איבערגעקערט די וועלט צו ווײַזן און איבערצײַגן, אַז ייִדיש איז אַן אַלטע, בכּבֿודיקע שפּראַך, ניט קיין פֿריש-אָפּגעבאַקענער "זשאַרגאָן". הײַנטיקע טעג אַמפּערט זיך וועגן דעם שוין, דאַכט זיך, קיינער ניט. אַ פֿרישן באַווײַז פֿון אַ דרך-ארצדיקער באַציִונג צו ייִדיש לייענען מיר אויף אינטערנעץ, אין אַ רעקלאַמע פֿון דער ייִדישער זומער-פּראָגראַם אין תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (tauac.typepad.com/ac/2007/04/everything_yidd.html). די סאַמע ערשטע פֿראַזע אין דעם רעקלאַמע-טעקסט קלינגט אַזוי: |