- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך האָב שטאַרק ליב די איטאַליענישע לאָקשן (אויך באַקאַנט ווי "פּאַסטאַ"). די פּאָפּולערסטע פּאַסטאַ זענען ספּאַגעטי און מאַקאַראָנדלעך, אָבער עס זענען אויך דאָ אַ טוץ אַנדערע מינים לאָקשן, וואָס יעדער פֿון זיי האָט זײַן אייגענעם כאַראַקטער. איין מין פּאַסטאַ — די אָרזאָ־לאָקשעלעך — זעען אויס ווי רײַז, אָבער ס׳נעמט ווייניקער צײַט זיי צוצוגרייטן. דער ווײַטערדיקער צושפּײַז פּאַסט זיך גוט צו צו פֿיש אָדער הינדל. ווען איך בין קינדווײַז געווען אַ תּלמידה אין דער שלום־עליכם שול 21, פֿלעג די לערערין, בלומע לעדערהענדלער, יעדן פֿרײַטיק, בײַם עונג־שבת, דערציילן אַ פֿאָלקס־מעשׂהלע — געוויינטלעך וועגן אַן אָרעמען פּאָרפֿאָלק, וואָס מוז, נעבעך, שווער האָרעווען, כּדי צו קאָנען קויפֿן חלה, פֿיש און פֿלייש לכּבֿוד שבת. אין אַ טייל פֿון די מעשׂיות, איז דער ייִד אַהיימגעקומען פֿון שיל פֿרײַטיק־צו־נאַכטס מיט אַן אורח, און געבעטן זײַן פֿרוי שטעלן נאָך אַ טעלער אויפֿן טיש. דאָס פֿלעג מיך זייער פֿאַרחידושן. אין מאַלמאָ, אַ שוועדישע שטאָט, וואָס איז במשך פֿון די לעצטע יאָרן געוואָרן אַ פּולווערפֿאַס פֿון אַראַבישן און מוסולמענישן פֿונדאַמענטאַליזם, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה די פֿאַרגאַנגענע וואָך אָנגעקלאָגט די פּאָליציי פֿאַר זייער אויפֿפֿיר בעת אַ פּראָ־ישׂראלדיקער מאַניפֿעסטאַציע, פֿאַראַכטאָגן זונטיק. די פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן האָבן געהאַט אַ שטאָט־דערלויבעניש זיך צו פֿאַרזאַמלען אינעם הויפּט־פּלאַץ פֿון דער שטאָט, לעבן דעם אַמאָליקן שטאָטראַט־בנין. אַ נײַער אײַנפֿאַל פֿאַר אײַער קינדס שול־מיטאָג: באַשמירט קליינע פּיטאַס (3 אינטשעס אָדער 7.6 צענטימעטער) מיט צעמאָלענע בעבלעך (בעבלעך גיבן צו פּראָטעיִן) און לייגט אַרײַן אין דער פּיטאַ זײַנע באַליבטסטע גרינסן. דאָס איבערגעבליבענע "בעבל־פּוטער" קענט איר ניצן שפּעטער ווי אַ טינקעכץ פֿאַר גרינסן, אָדער פּיטאַ־טשיפּקעלעך. "אויפֿמערקזאַם! אויפֿמערקזאַם!" מיט דעם וואָרט פֿלעג זיך אָנהייבן יעדע מעלדונג, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿונעם הילכער אינעם זומער־לאַגער "קעמפּ המשך". אין אייראָפּע האָבן די ייִדיש־רעדער מסתּמא גיכער געניצט דאָס וואָרט "אַכטונג!", אָבער ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס אין "המשך" האָט מען דאָס וואָרט אויסגעמיטן. בײַ די גרינדער פֿון קעמפּ, וואָס אַלע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט "אַכטונג!" אפֿשר צו פֿיל דערמאָנט אין די באַפֿעלן פֿון די נאַצי־וועכטער. פֿאַראַן מענטשן, וואָס לײַדן פֿון אַן אַלערגיע אויף קליישטאָף (גלוטען) — אַ סובסטאַנץ וואָס געפֿינט זיך אין ווייץ, קוקורוזע און געוויסע אַנדערע תּבֿואות. לכּבֿוד זיי ברענג איך דאָ דאָס געשמאַקע מאכל, וואָס האָט בכלל נישט קיין קליישטאָף. אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, בעת די אַמעריקאַנער ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט אויפֿן סאָציאָ־עקאָנאָמישן לייטער, האָבן אַ סך פֿון זיי פֿאַרלאָזט דעם פֿרומען לעבן־שטייגער. צום טייל, איז עס געווען ווײַל ס׳רובֿ שטעלעס האָבן געפֿאָדערט צו אַרבעטן שבת; צום טייל — ווײַל די אימיגראַנטן און זייערע קינדער האָבן געוואָלט זיך אַרײַנפּאַסן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און זיי האָבן מורא געהאַט, אַז צו היטן כּשרות, שבת און טהרת־המשפּחה וואָלט פּשוט אויסגעזען "צו ייִדישלעך", ווען דער פּראָמינענטער אַמעריקאַנער ייִדישער פֿינאַנציסט מײַקל מילקען איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר שווינדלערײַ אין 1989, איז עס געווען אַ מיאוסער מאָמענט פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן, אָבער געליטן דערפֿון האָבן זיי נישט. פֿאַרקערט, די "מילקען־פֿונדאַציע" איז דווקא געווען, און איז נאָך הײַנט אויך אַ שטיצער פֿון אַ צאָל ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס. די לעצטע פּאָר יאָר זענען מײַנע לאַטקעס לכּבֿוד חנוכּה אַ סך לײַכטער צו פֿאַרדייען ווי די טראַדיציאָנעלע קאַרטאָפֿל־לאַטקעס, ווײַל איך גיב צו זוקיני. פּרוּווט עס אויס אַליין! ס׳זענען הײַנט טעטיק איבער אַמעריקע און דער גאָרער וועלט ייִדיש־קלאַסן אין פֿאַרשידענע לאָקאַלן: אין זונטיק־שולן, אוניווערסיטעטן, קאָמונאַלע צענטערס, שילן און אַפֿילו אין טאָגשולן. הגם דער אינטערעס צו ייִדיש איז דאָ, געפֿינען זיך די לערער אין אַ שווערער סיטואַציע. לאָרי (לאה) כּהן־סײַמאָן, אַ לערערין פֿון דער "י. ל. פּרץ" זונטיק־שול אין קליוולאַנד, אָהײַאָ, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז זי האָט שוין לאַנג געפֿילט אַ באַדערפֿעניש צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַנדערע ייִדיש־לערער. "ווען איך האָב אָנגעהויבן לערנען אין 1998, האָב איך זיך געפֿילט איינע אַליין. צוליב דעם פּיקאַנטן טעם פֿונעם סאַלסאַ־סאָוס אין דעם רעצעפּט, דאַרף מען דאָס מאכל אַפֿילו נישט באַזאַלצן! און די קאָמבינאַציע פֿון די בעבלעך און דעם רײַז גיט צו גענוג פּראָטעיִן, אַז מע קען עס דערלאַנגען צום טיש ווי אַ גאַנצער מאָלצײַט. שפּאַצירנדיק אין וויליאַמסבורג מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט פּסח (נישט זײַן אמתער נאָמען), אַ 29־יאָריקער אייגנטימער פֿון אַ טעקסי־פֿירמע, דערזען ווי אַ לערער, זײַנער אַ באַקאַנטער, פֿירט צענדליקער תּלמידים אויף אַן עקסקורסיע. פּלוצלינג האָט דער לערער געגעבן איינעם פֿון די ייִנגלעך אַ פּאַטש אין פּנים. פּסח איז צוגעלאָפֿן מלא־כּעס. "אויב איך זע דיך נאָך איין מאָל שלאָגן אַ קינד, וועל איך דיר צעברעכן די ביינער, און כ׳וועל נאָך רופֿן די פּאָליציי, |