- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָך אַ יאָרן־לאַנגער קאַמפּאַניע, זעט אויס, אַז קאָרנעל־אוניווערסיטעט, איינער פֿון די חשובֿסטע אוניווערסיטעטן אין אַמעריקע, און איינער פֿון די "אײַווי־ליג"־קאָלעדזשן, וועט קריגן אַן עירובֿ — אַ סימבאָלישע פֿאַרצוימונג — וואָס וועט געבן די פֿרומע ייִדישע סטודענטן און אָנגעשטעלטע פֿונעם קאָלעדזש אין איטאַקע, ניו־יאָרק אַ גרעסערע פֿרײַהייט יעדן שבת. שבת מיטאָג האָב איך ליב אויסצושטעלן אויפֿן טיש פֿאַרשיידענע מאכלים אײַנצוטינקען די חלה. דער ווײַטערדיקער רעצעפּט, וואָס איך האָב געפֿונען אויף דער אינטערנעץ, האָט אַזוי אויסגענומען בײַ מײַנע פֿרײַנד, אַז זיי האָבן אָנגעהויבן עס צו צעשיקן דורך בליצפּאָסט. די פּאָמידאָרן קענט איר אָפּנעמען פֿון אַ פּושקע.
1 פּאַטלעזשאַן (eggplant)
מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַרײַנגעצויגן אין איר שפּאָגל־נײַעם ביוראָ אין דער פֿינאַנציעלער געגנט פֿון ניו־יאָרק, באַקאַנט ווי וואָל־סטריט. אין אַ געוויסן זינען, קען מען זאָגן, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך אומגעקערט אַהיים, ווײַל איר נײַער אַדרעס, 125 מיידען-ליין, געפֿינט זיך ווייניקער ווי אַ מײַל אַוועק פֿון איר ערשטן לאָקאַל: דער היסטאָרישער 10־שטאָקיקער "פֿאָרווערטס"־בנין אויף איסט־בראָדוויי. ווען דער דאָקטער האָט מיט דרײַ יאָר צוריק איבערגעגעבן דזשאָען וואַגנער, אַ 55־יאָריקע פֿרוי אין פּאַסאַדינע, מערילענד, דעם דיאַגנאָז, אַז זי איז אַ "פֿאַר־דיאַבעטיקער" (מיט אַנדערע ווערטער, עס זעט אויס, ווי עס אַנטוויקלט זיך בײַ איר דיאַבעט), האָט עס איר נישט איבערצײַגט צו בײַטן אירע געוווינשאַפֿטן אָדער פֿאַרלירן 30 פֿונט, נישט געקוקט אויף דעם וואָס איר שוועסטער איז געשטאָרבן פֿון צוקערקרענק. אויב איר האָט אַ מאָל אַ שווערן טאָג און איר האָט נישט קיין חשק צו קאָכן וועטשערע, איז דאָס מאכל פּונקט גוט, ווײַל עס איז געפּאַקט מיט פּראָטעיִן און פֿאָדערט כּמעט אין גאַנצן נישט קיין מי. און די גרעסטע מעלה: צוליב דעם וואָס מע וויקלט אײַן דעם לאַקס (salmon) אין זילבער־פּאַפּיר, מוז מען נאָכן עסן אַפֿילו נישט וואַשן קיין געפֿעס! ווען איך בין געווען 17 יאָר אַלט האָב איך זיך זייער פֿאַראינטערעסירט מיט רעליגיעזע ענינים, געלייענט הערמאַן העסעס "דיימיען" און "סעדאַרטאַ". איין מאָל האָב איך פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיטן טאַטן, אים געפֿרעגט וועגן זײַן השׂגה פֿון גאָט, זע איך ער פֿילט זיך נישט זייער באַקוועם, אָבער נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס. מיט אַ מאָל גיט ער אַ זאָג: "פֿאַר וואָס פֿרעגסטו מיר די אַלע שאלות? דו ווייסט דאָך, אַז איך בין אַן אַטעיִסט." דאַכט זיך מיר, אַז יעדן פּסח זע איך אַלץ מער זיסוואַרג אינעם פּסחדיקן אָפּטייל פֿון געשעפֿט, אָבער בדרך־כּלל איז עס נישט נערעוודיק און נישט באַטעמט. וואָס זשע טוט מען, אַז די משפּחה האָט פֿאָרט ליב צו נאַשן? מאַכט מען אַ זיסן פֿרוכט־געבעקס, אויפֿן סמך פֿונעם רעצעפּט אונטן. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, בעת אַ וויזיט אין טאָראָנטאָ, בין איך געזעסן מיט מײַן מאַן, לייבל, אין אַ כּשרן רעסטאָראַן אויף קינג־סטריט, אינעם געשעפֿט־ראַיאָן. בײַ אַ צווייטן טיש האָבן זיך אַוועקגעזעצט דרײַ מענער, בערך אין די שפּעטע 20ער. מיט אַ מאָל האָבן מיר באַמערקט, אַז זיי רעדן ייִדיש. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז איינער פון זיי געווען אַ חסיד, וועלכער האָט גערעדט אַ נאַטירלעכן ייִדיש, און די אַנדערע צוויי — מאָדערן־פֿרומע יונגע לײַט — מיט אַ קאַנאַדער אַקצענט. זיי האָבן אַלע געהאַנדלט מיט צירונג און האָבן, אַ פּנים, גערעדט וועגן זייערע געשעפֿטן. סע רוקט זיך שוין אָן דער פּסח און איר דאַרפֿט אָנהייבן טראַכטן וועגן דעם סדר־מעניו. אויב איר מאַכט אַ הינדל־יויך, איז דער ישׂראלדיקער רעצעפּט אונטן אַ פּרעכטיקער מיטל אויסצוניצן דאָס געקאָכטע הינדל פֿון דער יויך. דער רעצעפּט וועט מאַכן 10 בלינצעס. מע הערט, פֿון צײַט צו צײַט, וועגן לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע נעמען זיך אונטער אויסצוזוכן די נישט־ייִדן, וועלכע האָבן זיי געראַטעוועט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אָפֿט מאָל, קומט דער איניציאַטיוו אַרויס פֿון זייערע קינדער אָדער אייניקלעך, וועלכע ווערן פֿאַרכאַפּט מיט די מעשׂיות. אַ דאַנק דער פֿעיִקייט פֿונעם ייִנגערן דור בײַם קאָמפּיוטער און בײַ דער אינטערנעץ, קאָן די זוכעניש אַ מאָל טאַקע ברענגען רעזולטאַטן. איר וועט מיר מוחל זײַן, אָבער קיין ייִדיש וואָרט פֿאַר "בראַוניס" איז פּשוט נישטאָ בנימצא. דער רעצעפּט איז געזינטער ווי געוויינטלעך, ווײַל עס ניצט אַ העלפֿט פֿון דער פּוטער, און פֿאַרבײַט עס מיט אַ ביסל קאַנאָלע־בוימל. מע ניצט אויך ווייניקער אייער, צוקער און מעל. ווי איר וועט אַליין זען, איז עס פּונקט אַזוי געשמאַק ווי די מער פֿעטיקע, זיסערע "בראַוניס". דער אור־אַלטער ייִדישער ייִשובֿ אין תּימן, וואָס האָט ביז איצט בשום־אופֿן נישט געוואָלט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד פֿון זייערע אָבֿות, האָט לעצטנס שוין געגעבן אָנצוהערן, אַז זיי קלערן וועגן עמיגרירן, צוליב דער וואַקסנדיקער אַנטיסעמיטישער שטימונג דאָרט. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט אַ גרופּע ייִדן דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין ישׂראל, זיך אונטערגענומען זיי צו העלפֿן. |