- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די צאָל פֿאַלן וואָס אַ דאָקטער פֿירט דורך אַ קייסער־שניט (cesarean section) אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז הײַנט דאָס העכסטע וואָס ס׳איז אַ מאָל געווען, גיט איבער דער נײַער רעגירונג־באַריכט. אין 2007 איז כּמעט אַ דריטל פֿון די עופֿעלעך אַזוי געבוירן געוואָרן. דער באַריכט, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, גיט איבער, אַז צווישן די יאָרן 1996 און 2007 איז די צאָל קייסער־שניטן געשטיגן אויף 53%, בײַ אַלע ראַסעס און עטנישע גרופּעס. די סטאַטיסטיק האָט מען דערגרייכט אויפֿן סמך פֿון דער אינפֿאָרמאַציע פֿון די מעטריקעס פֿון יענע יאָרן. במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט מען לכּבֿוד דעם 100סטן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער ייִדישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אַרומגערעדט, דורך לעקציעס, ביכער און פֿילם, דעם כאַראַקטער פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. אָבער וועגן איין אַספּעקט הערט מען כּמעט גאָרנישט: דאָס לעבן פֿון די פֿרומע ייִדן אין טשערנאָוויץ. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל אין יענער תּקופֿה האָבן אין דער שטאָט זיך געפֿונען נישט ווייניקער ווי פֿינף חסידישע רביס, האָט איבערגעגעבן הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ, אָט איז אַ הויפּט־געריכט פֿאַר אײַער סדר, אַרויסגענומען פֿונעם פֿריִער דערמאָנטן קאָכבוך, Passover the Healthy Way. יעדע פֿון די 10 פּאָרציעס באַשטייט פֿון בלויז 266 קאַלאָריעס און 4.5 גראַם פֿעטס! 10 שטיקלעך בייליק (chicken breast) אָן הויט און אָן ביינער 1/2 לעפֿעלע איילבערט־בוימל פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק איז אינעם שטאַטישן העכסטן געריכט אין ברוקלין פֿאָרגעקומען אַ סצענע, וואָס וואָלט ביז לעצטנס פּשוט נישט מעגלעך געווען. אַַ 22־יאָריקער בחור, וועלכער שטאַמט פֿון אַ חסידישער היים, האָט באַשולדיקט אַ ברוקלינער רבֿ פֿון די מונקאַטשער חסידים, אין האָבן אים סעקסועל באַלעסטיקט אין אַן אויטאָ במשך פֿון די יאָרן 2004 און 2005. (דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק איז דער רבֿ, ברוך ליבאָוויץ, טאַקע דערקלערט געוואָרן שולדיק, און עס דראָט אים איצט אַ שטראָף פֿון זיבן יאָר תּפֿיסה.) דער רעצעפּט איז פֿאַר אַ ווײַסן פֿיש־פֿילע, אָבער אויב איר ווילט, קענט איר עס אויך מאַכן מיט אַן אָראַנזשענעם פֿיש ווי לאַקס אָדער סטראָנגע (trout). אויב איר האָט נאָך קיין מאָל נישט געקאָכט מיט קרעמיני־ אָדער שיטאַקע־שוועמלעך (אָפֿט מאָל ניצט מען זיי אין כינעזישע מאכלים), זאָרגט זיך נישט — ס׳איז פּונקט אַזוי גרינג ווי קאָכן מיט געוויינטלעכע שוועמלעך, און גיט צו אַ מער פּיקאַנטן טעם. און ניצט פֿרישן טימיאַן — נישט דעם געטריקנטן וואַריאַנט. דער רעצעפּט איז פֿאַר פֿיר מענטשן.
2 פֿונט (900 גראַם) קרעמיני־ אָדער שיטאַקע־שוועמלעך, צעשניטן אויף דער העלפֿט
מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן 150 ייִדן, פֿון אַלע עלטערס, און פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שיטות, זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער אָרגאַנישער ייִדישער פֿאַרם, "קים" ("קאַיאַם"), לעבן באָלטימאָר, מערילאַנד, צו פּראַווען שבת אין איינעם און צו הערן שיעורים אויף אַ טעמע, וואָס מע לערנט געוויינטלעך נישט אין די ייִדישע שולן: וואָס זענען די דינים אין דער תּורה, משנה און גמרא אין שײַכות מיט אַגריקולטור און פֿאַרמערײַ? אין שלום־עליכמס דערציילונג "דאָס טעפּל", קומט יענטע, אַ ייִדענע וואָס האַנדלט מיט הינער, צום רבֿ מיט אַ שאלה. ביז זי פֿרעגט די שאלה נעמט אָבער אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך. דער עיקר, רעדט זי וועגן אירע צרות — וועגן איר מאַן, וואָס איז געשטאָרבן יונגערהייט און זי איבערגעלאָזט מיט אַ קינד; וועגן די "שלעכטע שכנים", מיט וועלכע זי טיילט די שטוב; וועגן איר מסירת־נפֿש צו מאַכן יעדן טאָג אַ יײַכל פֿאַר איר קראַנק קינד, דודל, וואָס הוסט, נעבעך כּסדר... ערשט בײַ די לעצטע זײַטן פֿון דער מעשׂה דערוויסן מיר זיך וואָס איז די שאלה: צי איז איר טײַער פֿליישיק טעפּל טאַקע טריף געוואָרן? מײַן באָבע ליפֿשע פֿלעג אונדז יעדע וואָך אָפּקאָכן אַ געשמאַקע קאַרטאָפֿל־זופּ, וואָס זי האָט געדיכט געמאַכט מיט סמעטענע. אַ חבֿרטע מײַנע האָט מיר אָבער לעצטנס געגעבן צו פֿאַרזוכן איר פֿליישיקע קאַרטאָפֿל־זופּ, וואָס זי האָט געדיכט געמאַכט מיט טרוקענע קאַרטאָפֿל־שנייעלעך, און כ׳מוז זאָגן — ס׳איז פּונקט אַזוי גוט!
אַ הון
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן כּמעט 600 פּעדאַגאָגן און אַדמיניסטראַטאָרן פֿון ייִדישע טאָגשולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע זיך געטראָפֿן אויף אַ דרײַ־טאָגיקער קאָנפֿערענץ אינעם "מאַריאָט־האָטעל" אין טינעק, ניו־דזשערזי, אויף דער טעמע Thriving in a New Reality (ווי מיר קאָנען בעסער געניסן פֿון דער נײַער תּקופֿה). דער ציל: זען, אויב די טאָגשולן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שטראָמען — אָרטאָדאָקסיש, בנימין קאַץ, אַ לעבן געבליבענער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ, וועלכער האָט זיך געראַטעוועט פֿונעם טויט, ווען ער איז אַרויסגעשפּרונגען פֿון דער דעפּאָרטאַציע־באַן אויפֿן וועג קיין מײַדאַנעק — איז שפּעטער געשטאָרבן פֿון אַ ראַק אין עלטער פֿון 50 יאָר. מרדכי לערנער, פֿון סאַנאָק, פּוילן, האָט מיטגעמאַכט דעם חורבן אין די פֿרעסט פֿון סיביר, וווּ זײַן מאַמע האָט געגנבֿעט הינער, כּדי צו דערנערן די קינדער. ער איז געשטאָרבן פֿון קאָלאָן־ראַק צו 51 יאָר. און איין פּאָרפֿאָלק פֿון ניו־דזשערזי, וואָס האָט געבעטן דעם "פֿאָרווערטס" נישט אָנגעבן זייערע נעמען, האָט מיטגעמאַכט אַ גרויליקן הונגער אין מיזרח־פּוילן — זי האָט געמוזט בעטלען ברויט און גנבֿענען פּאָמידאָרן, ווען אַ יונג פּאָרפֿאָלק, וואָס געהערט נישט צו די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קרײַזן, באַשליסט צו דערציִען די קינדער אויף ייִדיש, איז דער ענין, וווּ מע זאָל וווינען, אַ גאָר וויכטיקער. פֿאַרשטייט זיך, מע מוז אויסקלײַבן אַן אָרט, וווּ די עלטערן קענען ציִען חיונה. פֿון דעסטוועגן, גלוסט זיך אויך צו געפֿינען אַ שטאָט אָדער געגנט, וווּ די קינדער וועלן קאָנען הערן ייִדיש, געדערט מחוץ דער אייגענער משפּחה. במשך פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר זענען אין די אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשולן צוגעקומען בערך 23,000 תּלמידים — צום גרעסטן טייל בײַ די חרדים, גיט איבער אַ נײַער צענזוס. ס׳איז אויך געוואַקסן די צאָל ייִדישע טאָגשולן — פֿון 759 ביז 800. בסך־הכּל לערנען זיך הײַנט אין די טאָגשולן 228,174 קינדער. מע קען הײַנט געפֿינען ייִדישע טאָגשולן אין 39 שטאַטן. די גרעסטע צאָל טאָגשול־תּלמידים געפֿינט מען אין ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי, קאַליפֿאָרניע, פֿלאָרידע, דזשאָרדזשיע, אילינוי, מערילענד און טעקסאַס. |