- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך, אין די לעצטע טעג פֿון די ייִדישע יום־טובֿים, איז אין מינסק אָפּגעמערקט געוואָרן דער 65סטער יאָרצײַט, זינט ס‘זײַנען ליקווידירט געוואָרן די לעצטע ייִדן אויף דער טעריטאָריע פֿון ווײַסרוסלאַנד. סוף זומער 1943 האָבן זיך אין די געטאָס פֿונעם אָקופּירטן ווײַסרוסלאַנד נאָך געפֿונען אַרום 30 טויזנט ייִדן. די לעצטע ייִדן, פֿון די געטאָס אין די שטעטלעך גלובאָקאָ און לידע, ווי אויך די רעשטלעך פֿון מינסקער געטאָ, זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן דעם 23סטן אָקטאָבער. דער לאַנגער קינסטלערישער וועג פֿון משה יאַסור, אַ געבוירענער אין רומעניע, האָט אים געפֿירט פֿון יאַס, קיין ישׂראל און דערנאָך קיין ניו־יאָרק. כאָטש ער רעזשיסירט שוין לאַנגע יאָרן אינעם בוקאַרעשטער ייִדישן מלוכה־ טעאַטער, וועט ער צום ערשטן מאָל שטעלן פֿאַרן "פֿאָלקסבינע־נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער" זײַן באַאַרבעטונג פֿון באַשעוויסעס קלאַסישער דערציילונג "גימפּל־תּם". די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 23סטן נאָוועמבער און מע וועט זי פֿאָרשטעלן ביזן 28סטן דעצעמבער. ליבע פֿרײַנד, איך מוז זיך מודה זײַן, אַז די הײַנטיקע פֿאַרפֿאַסערס פֿון "מיוזיקלס" טויגן אויף טויזנט כּפּרות. וועט איר דאָך פֿרעגן פֿאַרוואָס? וועל איך אײַך זאָגן: ערשטנס, פֿעלט זיי טאַלאַנט; צווייטנס, פֿעלט זיי הומאָר; דריטנס, פֿעלט זיי פֿאַנטאַזיע; פֿערטנס, פֿעלט זיי וויסן, און פֿיפֿטנס... כ׳גיי זיך דאָ נישט באַווײַזן, אַז איך קען ציילן ביז הונדערט. ווי איז דאָס צו רייד געקומען? פּראָסט און פּשוט. צוליב וואָס דאַרף מען איבערזעצן ייִדישע ליטעראַטור? צו באַקענען די אומות־העולם מיט די אומבאַקאַנטע קולטורעלע אוצרות, אָדער צו אַנטפּלעקן די אייגענע קולטורעלע ירושה פֿאַר די ייִדן, וואָס קאָנען, נעבעך, ניט לייענען קיין ייִדיש? צי דאַרף די איבערזעצונג אָפּהיטן וואָס מער "ייִדישקייט", אָדער פֿאַרקערט, מע דאַרף צופּאַסן די איבערזעצונג צו די אַלגעמיינע באַגריפֿן און קענטענישן? וועלכע ווערק איז כּדאי איבערצוזעצן לכתּחילה, וועלכע שפּעטער, און וועלכע אפֿשר בכלל ניט? יעדער איבערזעצער פֿאַרענטפֿערט, אַזוי אָדער אַנדערש, אָט די און נאָך אַנדערע פֿראַגעס. ציפּי ליבֿני וואַרפֿט אָפּ די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ציפּי ליבֿני נעמט אָן די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ש״ס שליסט זיך אָן אין דער רעגירונג (אין וועלכער דער ש״ס איז דערווײַל נאָך אַ מיטגליד אונטער דער צײַטווײַליקער אָנפֿירונג פֿון אהוד אָלמערט)... דער פֿינאַנץ־מיניסטער רוני בר־אָן שטעלט זיך שאַרף אַנטקעגן די פֿאַרלאַנגען פֿון ש״ס און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די קאָאַליציע, כּדי צו ראַטעווען די מלוכישע קאַסע... רוני בר־און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די מלוכישע קאַסע, "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" — "בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד"; אַ צאָל קלאַסישע מפֿרשים טײַטשן דעם ערשטן פּסוק פֿון דער תּורה אַ ביסל אַנדערש: "בײַם אָנהייב פֿונעם שאַפֿן דעם הימל און די ערד, האָט דער אייבערשטער...". לויט אַזאַ אָפּטײַטש, דערציילט דער דאָזיקער פּסוק וועגן דעם פּראָצעס פֿון באַשאַפֿונג, און נישט וועגן אַ פֿאַרענדיקט געשעעניש. |