Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע
ישׂראל גייט צו נײַע וואַלן. די דאַטע צו דעם איז באַשטימט געוואָרן אויפֿן 10טן פֿעברואַר 2009. דאָס מיינט, אַז אין "ווײַסן הויז" וועט שוין צו יענער צײַט באַלעבאַטעווען דער נײַער פּרעזידענט. צי איז עס וויכטיק? מסתּמא יאָ, ווײַל פֿאַר ישׂראל איז תּמיד וויכטיק געווען צו פֿילן אין וואָסער זײַט בלאָזט דער ווינט פֿון וואַשינגטאָן. צי האָט עס געהאָלפֿן? נישט יעדעס מאָל, אָבער אין די קריטישע מאָמענטן האָט אַמעריקע אונטערגעשטעלט אַ פּלייצע.


קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "קאַטין"

אין רוסלאַנד זײַנען איצט זייער ברייט פֿאַרשפּרייט טעאָריעס פֿון וועלט-קאָנספּיראַציעס, געצילט קעגן זייער לאַנד. עס זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק אַנאַליטיקער, וועלכע טענהן, אַז דער גאַנצער עקאָנאָמישער קריזיס איז, אין דער אמתן, אַן אופֿן צו שטעלן רוסלאַנד אויף די קני. (בכלל, מע רעדט דאָרטן די גאַנצע צײַט וועגן דער פּאָזע, אין וועלכער עס געפֿינט זיך, כּלומרשט, דאָס לאַנד.) אַ סבֿרא, אַז די פּני פֿון דער רוסישער אידעאָלאָגיע האָבן אויסגעקליבן פֿאַר זייער מדינה און געזעלשאַפֿט דעם פּאַטריאָטיש-נאַציאָנאַליסטישן אימאַזש פֿון אַ "באַלאַגערטער פֿעסטונג".


רעליגיע, פֿאַרשײדנס
פּיטער בריגעל דער עלטסטער, "דער מגדל-בבֿל"

לויט דער ייִדישער מסורה, האָט דער אַכזריותדיקער מלך נמרוד, וועלכער האָט געגרינדעט די ערשטע וועלט-אימפּעריע מיטן צענטער אין "ארץ שנער", שומער, געהייסן אויפֿצובויען די שטאָט בבֿל, מיט אַ ריזיקן טורעם ביזן הימל. ווי עס שטייט אין דער תּורה, האָבן די אײַנוווינער פֿון שנער געוואָלט "קריגן אַ שם, כּדי נישט צו ווערן צעזייט איבער דער ערד". צוליב אַ ריי ענלעכקייטן, פֿאַרבינדן די היסטאָריקער די דאָזיקע מעשׂה מיט דער אַקאַדישער אימפּעריע, געשאַפֿן אין מעסאָפּאָטאַמיע דורכן קיניג סאַרגאָן.


דאָס פּינטעלע ייִדיש
חנה ווירט־נשר

חנה ווירט־נשר איז די גרינדער־דירעקטאָרין פֿון גאָלדרײַך־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. זי פֿאַרנעמט די קאַטעדרע פֿאַר שטודירן די ייִדישע דערפֿאַרונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויפֿן נאָמען פֿון שמואל און פּערי האַבער בײַם אוניווערסיטעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ. זי איז די מחברין פֿון "שטאָט־קאָדן׃ לייענענדיק די מאָדערנע שטאָטישע ראָמאַנען"; לעצטנס, איז אַרויס איר נײַ בוך׃ "רוף דאָס ענגליש׃ די שפּראַכן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור".



פּאָליטיק

אַ פּלאַן פֿון אַן אַטענטאַט אויף אָבאַמאַ

מאָנטיק, האָט די פּאָליציי אַרעסטירט צוויי "גאָלע־קעפּ" ("סקינהעדס") פֿון טענעסי און אַרקענסאָ, און זיי באַשולדיקט אין צוגרייטן אַן אַטענטאַט אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ. די צוויי בחורים האָט מען באַשולדיקט אין פֿאַרמאָגן אומלעגאַל געווער, פּלאַנירן צו גנבֿענען געווער און אין שטעלן אין סכּנה דאָס לעבן פֿון אַ קאַנדידאַט פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט. אַ פֿעדעראַלער אַגענט האָט אין אַ ראַפּאָרט, געשריבן, אַז די צוויי יונגען האָבן געוואָלט אומברענגען אַן ערך 88 שוואַרצע תּלמידים אין אַ שול און אָפּהאַקן די קעפּ פֿון 14 פֿון זיי. די צוויי נומערן — 14 און 88 — זענען סימבאָלן אין דער ראַסיסטישער, נאַצישער "גאָלע־קעפּ"־קולטור.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַשעפֿער האָט געהייסן נוחן צו אויסבויען די דרײַ־שטאָקיקע תּיבֿה, 300 איילן די לענג, 50 איילן די ברייט, און 30 די הייך, כּדי אַרײַנצוברענגען אַהין אַלע חיות פֿון דער וועלט, זיי זאָלן זיך ראַטעווען פֿונעם מבול. די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער אויבערשטער שטאָק איז געווען פֿאַר די מענטשן, דער צווייטער — פֿאַר די חיות, און דער אונטערשטער — פֿאַרן מיסט. דער אייבערשטער האָט אויך באַזונדערס געהייסן צו מאַכן אין דער תּיבֿה אַ פֿענצטער; לויט אַן אַנדער פּשט, האָט נוח אַרײַנגעבראַכט אַהין אַ קינסטלעכן ליכט-קוואַל — אַ געוויסן מיסטעריעזן שײַנענדיקן שטיין.