Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

האָבן מיר שוין אין אַמעריקע אַ נײַעם 44סטן פּרעזידענט. זײַן פֿולער נאָמען איז באַראַק כוסיין אָבאַמאַ. זײַן טאַטע איז געווען אַ שוואַרצער מוסולמענער און די מאַמע אַ ווײַסע קריסטלעכע. ער איז 47 יאָר אַלט, גלענצנדיק געבילדעט און האָט געמאַכט אַ קאָפּדרייענדיקע פּאָליטישע קאַריערע. מיט איין וואָרט, אַ שפּיגעלע פֿון זײַן לאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט; דאָס גרעסטע לאַנד מיט אַ מוסטער־קאָנסטיטוציע און אַנטוויקלטסטער דעמאָקראַטיע. איין קלייניקייט: אַ שוואַרצער בירגער איז געוואָרן איר פּרעזידענט!


טעאַטער
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּערל לאַנג

מאָנטיק, דעם 17טן נאָוועמבער, 7:00 אין אָוונט, אין ניו־יאָרק, וועט פֿאָרקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם "אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" און לכּבֿוד די צוויי מײַסטער פֿון דער ייִדישער טאַנץ־קונסט, פּערל לאַנג און פֿעליקס פֿיביך. דער אָוונט וועט פֿאָרקומען אין Theater 80 St. Mark‘s, וואָס געפֿינט זיך צווישן דער ערשטער און צווייטער עוועניו, 80 סײַנט־מאַרקס פּלייס, אין מאַנהעטן.

"עס איז נישטאָ קיין באַוועגונג אָן אַן עמאָציאָנעלן אָפּקלאַנג אין דער כאָרעאָגראַפֿיע פֿון פּערל לאַנג" — האָט געשריבן אַנאַ קיסלגאָף, די טאַנץ־קריטיקערין פֿון די "ניו־יאָרק־טײַמס".


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ש. י. עגנון און אורי־צבֿי גרינבערג

דער שעפֿערישער כּוח־הדימיון פֿון די צוויי גרעסטע גאַליציאַנער ייִדישע שרײַבער פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט — אורי־צבֿי גרינבערג און ש.י. עגנון — האָט זיך טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם באָדן פֿון זייער היימלאַנד. דער באַגריף "סלאַווישע ערד" האָט פֿאַר זיי סײַ אַ קאָנקרעט־היסטאָרישן און סײַ אַן אַבסטראַקט־מעטאַפֿאָרישן באַטײַט, און אָט די צוויי באַטײַטן איז ניט אָפּצוטיילן איינער פֿונעם אַנדערן. אין תּוך גענומען, שטעלן זיי פֿאָר צוויי זײַטן פֿון איין מטבע, וואָס אין צווישן שטעקט דער קאָמפּליצירטער און צומאָל סתּירותדיקער שעפֿערישער מהות פֿונעם מחבר.


ייִדיש־וועלט
"פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער באַגריסט לילקע מײַזנער, לאַורעאַט פֿון אַן אויסצייכענונג לכּבֿוד אַ לעבן־לאַנגיקער איבערגעגעבנקייט צו דער ייִדישער קולטור

די שטאָט סאַן־דיעגאָ און פֿאָרשטאָט לאַ־הויאַ אין קאַליפֿאָרניע זענען מער באַקאַנט פֿאַר זייערע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס און טעכנאָלאָגישע פֿירמעס. אָבער פֿונעם 24סטן ביזן 27סטן אָקטאָבער האָט מען דאָרטן אָפּגעהאַלטן די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן"; אַן אונטערנעמונג וואָס ברענגט צונויף פֿאָרשטייער פֿון אַלע עקן אַמעריקע, ווי אויך ייִדיש־ליבהאָבער פֿון מעקסיקע, קאַנאַדע, און נאָך אַנדערע לענדער. די אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן האָט זיך געגרינדעט אין 1993 אין וואַשינגטאָן און די הײַיאָריקע קאָנפֿערענץ איז געווען די צוועלעפֿטע אין איר געשיכטע. דאָס יאָר האָט מען באַטאָנט עטלעכע טעמעס און צילן.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די וואָרענונג אויף דער וואַנט

די וואָרענונג באַווײַזט זיך אויף דער וואַנט אין די לעצטע יאָרן יעדן אָנהייב נאָוועמבער, ווען עס פֿאַלט אויס דער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. זי הענגט שוין אַזוי די אַלע דרײַצן יאָר, און אַפֿילו אין משך פֿון אַלע טעג פֿון דעם יאָר, נאָר מען לייגט שוין נישט אַזוי קיין אַכט, אַזוי ווי אויף יעדער זאַך, צו וועלכער מען געוווינט זיך צו. אָבער זי וועקט זיך אויף צו יעדן יאָרטאָג און מיט יעדן יאָר ווערט די וואָרענונג אַלץ שאַרפֿער און דראָענדיקער, ביז וואַנען זי הייבט אָן אַראָפּצושרײַען פֿון די ווענט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "גיי פֿון דײַן לאַנד, פֿון דײַן היימאָרט, און דײַן טאַטנס הויז, אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן". ווי עס שטייט אינעם מדרש, האָט דער אורפֿאָטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועלכער האָט דעמאָלט נאָך געהייסן אַבֿרם, אָן דעם אות "הא", זיך אָפּגעזאָגט זיך צו בוקן צום מלך נמרוד; פֿאַר זײַן ווידערשטאַנד, האָט נמרוד געהייסן צו פֿאַרברענען אַבֿרמען אין אַ קאַלך־אויוון; על-פּי-נס, אָבער, איז ער געראַטעוועט געוואָרן.