Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

האָט מען שוין די וואַלן אינעם כּנסת אויך בײַגעקומען. ווי זאָגט מען אין דעם פֿאַל: דער פֿאָריקער פּרעמיער איז געפֿאַלן, לעבן זאָל דער נײַער. דאָ איז טאַקע דער הונט באַגראָבן — ווער זשע וועט צונויפֿשטעלן די נײַע רעגירונג: ציפּי ליבֿני פֿון "קדימה", וואָס האָט געוווּנען די וואַלן מיט אַ מינימאַלער צאָל שטימען, צי בנימין נתניהו, וואָס שטייט בראָש דעם "ליכּוד" און דעם נאַציאָנאַלן לאַגער?


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די קאַנדידאַטן: ציפּי ליבֿני, בנימין נתניהו, אַביגדור ליבערמאַן און אהוד ברק

ווער האָט "געוווּנען" די וואַלן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען הײַנטיקע וואָך צו דער 18טער כּנסת? — האָבן געפֿרעגט די אײַנוווינער פֿון ישׂראל, וועלכע האָבן מיט נײַגער אָפּגעוואַרט די דערווײַליקע רעזולטאַטן פֿון די מאָדעל־ אורנעס, נאָך דעם ווי זיי זײַנען די גאַנצע צײַט פֿון דעם וואַל־יאַריד געשפּײַזט געוואָרן מיט די זיך בײַטנדיקע רעזולטאַטן פֿון די פּובליק־טעסטן פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג און האָבן שוין קיין באַזונדערע איבערראַשונג נישט דערוואַרט.


ייִדיש־וועלט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרדכי צאַנין

אַז מען זאָגט בײַ אונדז אין ישׂראל: "צאַנין", מיינט מען: ייִדיש; און אַז מען זאָגט: "ייִדיש" — מיינט מען צאַנין. די צוויי ווערטער, דער באַגריף און דער נאָמען, זענען פֿאַרבונדן איינער מיטן אַנדערן אין אַ גאָרדישן קנופּ. זיי זענען, למעשׂה, איינס און דאָס זעלבע.

איך בין צאַנינס אַ תּלמיד און אַ חסיד זינט איך בין, אין מערץ 1953 ווי אַ באַפֿרײַטער זעלנער נאָכן פֿאַרענדיקן מײַן דעמאָלט צוויי־יאָריקן מיליטער־דינסט און זוכנדיק אַרבעט, געקומען אין די "לעצטע נײַעס" פֿרעגן, אפֿשר האָבן זיי פֿאַר מיר עפּעס אַ צײַטווײַליקע טעכנישע אַרבעט אין דער רעדאַקציע.


ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

משה לעמסטער "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982 — 2007"; ה. לייוויק־פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, תּל־אָבֿיבֿ תשס״ח/2008, אילוסטראַציעס פֿון עדואַרד גראָסמאַן


אויפֿן האַרטן טאָוול פֿון משה לעמסטערס נײַ בוך "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982—2007" זעט מען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם פּאָעט אין אַ כּמעט סורעאַליסטישן אימאַזש — אַ האָן שטייט אויף זײַן אַקסל און קרייעט, בשעת דער דיכטער, די הענט פֿאַרלייגט, קוקט צום לייענער, עלעהיי דאָס איז אַ גאַנץ נאַטירלעכע פּאָזע.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אַפֿיש צו דער פֿאָרשטעלונג

פֿאַרברעכן אָן שטראָף

הײַנט צו טאָג, ווען אונדזער וועלט ברעכט זיך מיט די סאַמאָראָדנע פֿאַרברעכער, דאָס הייסט — עכטע, אַכצן־קאַראַטיקע פּאָדלע שווינדלער — וווּ איינער פֿון זיי איז דער פּסיכאָפּאַט מיידאָף, וועלכער האָט אומגליקלעך געמאַכט אַ גאַנצע ריי ייִדישע אינסטיטוציעס; באַשווינדלט בענק אין אייראָפּע, און סתּם געפֿירט אַ פֿאַרברעכערישע בוכהאַלטעריע מיט יענעמס געלטער, איז ער אָבער נישט דער איינציקער חתן אויף דער חתונה.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יתרו, משה רבינוס שווער, דערהערט וועגן די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן פֿאַר די ייִדן. ער איז געקומען צו משה, צוזאַמען מיט משהס ווײַב און צוויי זין. בײַם אָנהייב, איז יתרו נישט געווען קיין ייִד; ער האָט אָבער באַשלאָסן זיך מגייר זײַן, און האָט זיך באַטייליקט אין די ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר.